בלאט 3 פון 3

נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 4:38 pm
דורך האמת לאמיתו
עמעזאן האט געשריבן:איך וואלט ווען מציע געווען אז @האמת לאמיתו זאל קלינען זיין תגובה פון פערזענליכע מענטשען און עס מהפך זיין אין א כלליתדיגע שאלה אין די נושא, עס איז דא אסאך ארום צו רעדן אין די נושא,
עס איז באקאנט שיטת החזון איש בנוגע מקרב זיין אין ספר,
און אפשר וועט @שרולי שטיין מוסיף זיין פון זיין עקספיעריענס,
@כוכב דו הערסט?

שוין פרובירט ס'איז דאך אבער פארשפארט.....
אויב איינער וויל זאל ער ענפערען דאנ אבער עפענען א אייגענע אשכול
נאר פליז לאציך ויסען ווי סוועט זיין איך וויל אויך מיטהאלטען

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 4:38 pm
דורך א איד
יואב האט געשריבן:דער ניק האמת לאמיתו האט געעפענט אן אשכול "וויאזוי זיך צו באגיין מיט אים", כ'האב געוואלט קאמאנטירן אבער ס'איז פארשפארט. ממה נפשך פארשטיי איך נישט פארוואס דער אשכול איז דא, אבער פארשפארט.

פארוואס טרעף איך נישט דעם אשכול?
איינער קען אפשר שאפן א לינק?

Re: פארוואס איז עס פארשפארט??

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 3:52 pm
דורך מפוזרי
איך מוז אויסדרוקן מיין אנטריסונג. כ'האב געהאַלטן אינמיטן א משא ומתן בהלכה מיט ידידי ר' נהורא נפישא, אין א תורה ומחשבה אשכול, און פּלוצלינג ואיננו ער איז נישטאָ מער, ואני אנה אני בא מיטן צונג אינדרויסן.[emoji34]

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 4:08 pm
דורך געוואלדיג
מען האט דאס געשטעלט אין מאחורי,

Re: פארוואס איז עס פארשפארט??

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 4:27 pm
דורך מפוזרי
היתּכן? קודם כל דאַכט זיך איז שוין אמאל געווען דא א רעדע דערוועגן אז ס'האט נישט קיין פּשט אריבערצופירן אן אשכול טיף אינמיטן א דיסקוסיע, און אזוי אויך איז עס נישט קיין יושר פאר די וואס האבן זיך שוין באטייליגט.

והשנית, ווי קומט דא אריין מאחורי? מ'האט גערעדט דא פונעם ריינעם הלכה'שן שטאַנדפּונקט, אין אזא פּלאַץ ווי מ'שרעקט זיך נישט ארויסצולייגן גאַנץ תורת משה נאַקעט אויפן טיש, פארלירט מען זיך פון א שטיקל אבן העזר?

Re: פארוואס איז עס פארשפארט??

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 4:33 pm
דורך קל וחומר
כ'געב אים גערעכט.

אין העמק דבר זענען פארהאן זאכן וואס קענען פיהל מער שאטן ווי די פאר הלכה'לעך וואס 'יעדער' וואס האט צוטריט צו ק"ש ווייסט ממילא, ואעפ"כ צוליב 'פרייהייט פון ווארט' מונחת בקרן זווית וכל מי שרוצה לקרוא יבא ויקרא!

קוקט אויס אז נאך אלעם זענען מיר נאך אלס איין שטיק 'סיסטעם' און יעדעס מינדעסטע רמז פון די ענינים איז שוין טאבו.

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 4:40 pm
דורך בן אדם
ווייל ס'דרייען זיך דא בחורים שלא טעמו טעם שכל מעולם

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 4:53 pm
דורך שמעקעדיג
דעמאלס אפשר נאך בין הזמנים קען מען עס צוריקשטעלן :P

ערנסט גערעדט, וועט מען אפשר אפטיילן די חלק תגובות וואס באלאנגען אהין, און די קלענערע העלפט צוריקלייגן צווישן די צוויי מצות.

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 4:58 pm
דורך נהורא נפישא
אפשר זאל מען אפטיילן נאר די חלק הלכות אבן העזר.
גראדע האב איך נישט קיין צוטריט צו מאחורי, כ'האב שוין געהאט עטליכע מאל און אראפגעפאלן, אזוי ס'מיר פארלוירן די אפעטיט.

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:17 pm
דורך בן אדם
נהורא נפישא האט געשריבן: כ'האב שוין געהאט עטליכע מאל און אראפגעפאלן, אזוי ס'מיר פארלוירן די אפעטיט.

שבע יפול צדיק וקם. וויאזוי פארלירט מען כסדר צוטריט?

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:21 pm
דורך נהורא נפישא
איך ווייס נישט, דער אמת איך פלעג נישט קיין סאך שרייבן אדער ליינען ספעציעל. נאר איינמאל איז ארויס א גזירה אז אויב שרייבט מען נישט כסדר פליט מען אראפ, און יעצט בין איך ווידער אראפגעפלויגן.
אקעי נישט אזוי פיל מאל, ס' איז די צווייטע מאל. איך גלויב איך בין נישט די איינציגסטע.

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:26 pm
דורך בן אדם
נו, זאל די אייבישטער העלפן אז מאחורי זאל נאך היינט אויפגעלויכטן ווערן מיט א נהורא נפישא אנס"ו.