בלאט 3 פון 213

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 10:39 pm
דורך זר זהב
פארוואס האט סקים מילך מער קארבס ווי רויטע מילך?

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 12:03 am
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:פארוואס האט סקים מילך מער קארבס ווי רויטע מילך?

וויבאלד מ'נעמט ארויס די פעטענס איז די פערפארציע פון קארבאהיידרעיטס וואס בלייבט איבער מער.

ר״ת גאטשעס

נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 6:19 pm
דורך ידען
פארוואס הייסט עס אזוי?

און פארוואס גייען חסידים מיט אזעלעכע לאנגע גאטקעס?

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 8:01 pm
דורך איחוד פעלד
ווייל די רבינו תם האט א לאנגע שקיעה

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2012 8:38 pm
דורך לאדיך אפ
כ'האב שטארק געוואלט וויסן די מקור פון אידישע מאכלים. ווען האט זיך אנגעהויבן טשיקן זופ פאר פרייטאג צונאכטס? געפילטע פיש (נישט די ניק)? פערפעל? קוגל?

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2012 8:53 pm
דורך אשכנ
רוב מאכלים וואס אידן האבען געגעסן בארצות הגולה זענען געווען ענדליך צו די לאקאלע סאסייעטי. דאס איז די טעם אז בני ספרד האבען אנדערע זאכן ווי אשכנזים וכו'.

נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 2:38 am
דורך שמעקעדיג
לאדיך אפ האט געשריבן:כ'האב שטארק געוואלט וויסן די מקור פון אידישע מאכלים. ווען האט זיך אנגעהויבן טשיקן זופ פאר פרייטאג צונאכטס? געפילטע פיש (נישט די ניק)? פערפעל? קוגל?


איך האב געהערט אז די חסיד׳ישע מאכלים האבן אן ענין ע״פ סוד, מרומז אין די ז׳ מדות. כ׳געדענק אז קוגל איז מדת היסוד, אבער קען זיין אז כ׳מאך א טעות.

נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 3:20 am
דורך זר זהב
שבת איז דער 7טע טאג. "דג" באטרעפט 7, "מרק" באטרעפט 7 מספר קטן, "בשר" אויך 7. ("קגל" אויך 7...)

-- אין מס שבת קי"ח שטייט "ואמרו במה מענגו בתבשיל של תרדין ודגים גדולים"

"געפילטע פיש" איז לויט גוגעל אפיר געקומען צוליב וואס מ'האט מורא געהאט פון איסור בורר מיט ביינער פיש. באקאנט איז אבער אז געפילטע פיש שטאמט פון די ארימע אידן וואס האבן גענומען די פסולת פון די פיש און געמאכט אן איינגעמויזעכטס וואס איז פארוואנדעלט געווארן אין געפילטע פיש. -- (מיט קאטשעניא!!) אויך מיר ארעם...

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 10:56 am
דורך א איד
ידען האט געשריבן:און פארוואס גייען חסידים מיט אזעלעכע לאנגע גאטקעס?


איינער ווייסט?

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 11:11 am
דורך לעמיל
ר' מנשה הקטן אבד"ק אונגוואר אין איינע פין זיינע ספרים איך געדעינק נישט ווועלכע ( איך וועל עס נאך קוקוען אי"ה) האט א תשובה דערוועגען ער טוט דורך זייער שיין די גאנצע נושא

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 11:17 am
דורך נולד מאוחר
איז א נייע זאך אדער אינדערהיים זענען שוין חסידים געגאנגען מיט רבינו תמ'ס?

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 4:38 pm
דורך נס קאווע
איינער ווייסט?
האבן אידן פארן קריג געהאט מער ווי 6 - 4 קינדער

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 4:51 pm
דורך שמעקעדיג
נס קאווע האט געשריבן:איינער ווייסט?
האבן אידן פארן קריג געהאט מער ווי 6 - 4 קינדער


איך בין נישט זיכער - כ'מין אז זיי האבן געהאט 25 נאר א גרויס חלק איז געשטארבן פרי וועגן ס'איז נישט געווען קיין אנטי-ביאטיק און פענצילין :? 8-)

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 8:10 pm
דורך קווארטין
ר' לאדיך אפ, רעגארדינג דיין קוועסטשין וועגן מאכלי שבת, אפשר קען דיר העלפן די ספר "בית נאמן בישראל" אויף שבת. בעפאר א יעדע הלכה וואס שייך דעם ספעסיפיק עסן, רעדט ער ארום ענינים אויף די עסן זעלבסט מפי ספרים וסופרים. זייער א שיין ספר דרך אגב.

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 2:03 pm
דורך יידל
קווארטין האט געשריבן:ר' לאדיך אפ, רעגארדינג דיין קוועסטשין וועגן מאכלי שבת, אפשר קען דיר העלפן די ספר "בית נאמן בישראל" אויף שבת. בעפאר א יעדע הלכה וואס שייך דעם ספעסיפיק עסן, רעדט ער ארום ענינים אויף די עסן זעלבסט מפי ספרים וסופרים. זייער א שיין ספר דרך אגב.

זייער שיינע טעמים עפטער די פעקט.

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 3:34 pm
דורך משמרת
אפגעטיילט די נושא פון רעסעפיס פון פצעי און גאלא צו א באזונדערע אשכול
viewtopic.php?p=23123#p23123

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 3:56 pm
דורך בן תמליון
נולד מאוחר האט געשריבן:איז א נייע זאך אדער אינדערהיים זענען שוין חסידים געגאנגען מיט רבינו תמ'ס?


כ'האב געהערט פון א זקן אז גראד נאכן קריג איז נישט געווען צובאקומען און די אנ"ש זענען געווען היפש באדאסט משמע אינעדערהיים איז געווען.

נישט פערצופאל א זקן וואס געדענקט דער אלטער היים דא אין שטיבל? רופט אייך אן מיר וועלן אייך מכבד זיין און מקיים זיין דעם והדרת טאקע דא אין סייבערספעיס.

נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 1:10 pm
דורך ידען
די נייע אשכול viewtopic.php?f=10&t=1087 הייבט אהן צו ווערן א פלאץ וואס מע פרעגט שאלות אבער ווייל די הויפט תקנה דארט איז אז מע טאר נישט האבן א שייכות צו די פריערדיגע תגובה, ווערט עס נישט גענפערט. ברענג איך אהער די שאלה און דא וועט מען קענען ענפערן געהעריג.

פארוואס ווערט מען רואיגער ווען מע זעהט אלעס גרין ארום און ארום?


נאך א שאלה, געלט איז גרין וועגן רואיקייט אדער ?

זר זהב דא קעמען ענפערן.

נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 1:36 pm
דורך יידל
ידען האט געשריבן:פארוואס ווערט מען רואיגער ווען מע זעהט אלעס גרין ארום און ארום?

א שטיק צייט צוריק האב איך געברענגט א נייעסל אין די וועלט פון וויסנשאפט אז נישט די קאליר איז דאס וואס מאכט דעם מענטש'ן רואיג, נאר די wavelength פון דעם קאליר. אין דעם ארטיקל צו וועלכע כ'האב געלינקט, שטייט ווי פאלגנד:
נאטאלי וואלטשאווער האט געשריבן:research shows differences in the way we each perceive color don't change the universal emotional responses we have to them. Regardless of what you actually see when you look at a clear sky, its shorter wavelengths (which we call "blue") tend to make us calm, whereas longer wavelengths (yellow, orange and red) make us more alert.

אין אידיש: ווי קורצער די וועיוולענגט' פון א קאליר איז, אלס רואיגער מאכט עס וכן להיפך.

נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 2:46 pm
דורך משכיל
אשכנ האט געשריבן:רוב מאכלים וואס אידן האבען געגעסן בארצות הגולה זענען געווען ענדליך צו די לאקאלע סאסייעטי. דאס איז די טעם אז בני ספרד האבען אנדערע זאכן ווי אשכנזים וכו'.


ווי זאגען די לצים ווען דער בעש"ט וואלט געווען אין אמרעריקע וואלט מען געטיילט פיצא ביים טיש פון די רבי'ס

נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 2:51 pm
דורך משכיל
נס קאווע האט געשריבן:איינער ווייסט?
האבן אידן פארן קריג געהאט מער ווי 6 - 4 קינדער


מיין זיידענס משפחה איז געווען 11 קינדער אין פולין, אויך מיין זיידע פון מיין ווייב'ס זייט איז געווען בערך אזוי אין אויבערלאנד,י

נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 2:57 pm
דורך שמואל הלוי
און איך האב געהאט א זיידע וואס איז געבוירן נאך אין די סוף ת"ק יארן (אוועק תרע"א) וואס האט געהאט 16 קינדער קיעה"ר, אזוי אויך האב איך געהאט 2 זיידעס מיט 14 קינדער.

נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 3:01 pm
דורך זר זהב
לאדיך אפ האט געשריבן:כ'האב שטארק געוואלט וויסן די מקור פון אידישע מאכלים. ווען האט זיך אנגעהויבן טשיקן זופ פאר פרייטאג צונאכטס? געפילטע פיש (נישט די ניק)? פערפעל? קוגל?

מייקל סעוועדזש זאגט אז היינט קען מען נישט באקומען מער אידיש עסן אין ניו יארק, "אידישע עסן איז עסן וואס אידן עסן אין תימן" זאגט סעוועדזש. אויך וואונדערט ער זיך פארוואס אונז גיי מיר אנגעטון מיט הוט און רעקל, "ס'האט מיט אידישקייט גארנישט!"...

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=rgvypUi-Cvw[/youtube]