בלאט 3 פון 7
נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:08 am
דורך שעפטל
חאצקל האט געשריבן:מנחם קליין (ישראל) מנגן נדבורנה און ספינקא
ווייסעך נישט ווער דאס איז... איך האף ער איז מיר מוחל... (זאל ער מיך שיקן עפעס א סידי פון אים...)
נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:10 am
דורך שעפטל
חאצקל האט געשריבן:חיים ישראל ([התמני] מלך הזמרים המזרחיים)
chaim-yisroel.jpg
נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:12 am
דורך שעפטל
חאצקל האט געשריבן:איך האב פארגעסן פון אביש בראד, וואס זאגט איר צו אים?
Abish-Brodt.jpg
נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:15 am
דורך שעפטל
חאצקל האט געשריבן:איך האב פארגעסן צו דערמאנען די צוויי וועלט בארימטע זינגער, "דדי גראוכער"
שוין געלייגט א בילד...
חאצקל האט געשריבן:און "מיכאל שטרייכער", יעדער פון זיי מיט זייער אייגנארטיגן שניט.
Micheol Shtreicher.jpg
נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:17 am
דורך שעפטל
שעפטל האט געשריבן:חאצקל האט געשריבן:צודק גרינוולד - חזן און זינגער - האט עמיצער געהערט?
ארויסגעגעבן א געוואלדיגע סידי מיט הערליכע ניגונים פון יוסי גרין
Tzudek Greenwald.JPG
נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:21 am
דורך קאווע טרינקער
I love Shlomy Daskal
נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:26 am
דורך שעפטל
קאווע טרינקער האט געשריבן:I love Shlomy Daskal
שוין ווייסעך שוין צוויי זאכן וואס דו "לאווסט", דאסקאל און "די
האלי נייטס"...
נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:34 am
דורך קאווע טרינקער
שטעל דיך פאר:
איך הער שלומי דאסקאל, ביינאכט, אין איך ליין קריאת שמע "ואהבת את ה' אלוקיך"...
אלע אהבה'ס קומען זיך צוזאם.
טאקע אין מעט-לייף איז דאס געשעהן
נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 3:55 pm
דורך חאצקל
שעפטיל, דיין בילד פון שלמי כהן איז פון אן אנדערן שלמי כהן, נישט פון דעם היימישן שלמי כהן וואס האט ארויס געגעבן דעם טעיפ למעלה און הנה און זינגט ביי עטליכע סערעטע און פיטסבורגער טעיפ'ס, און ווי אויך ביי די מונה סעריעס און נאך.
נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 3:57 am
דורך טעפל
חאצקל האט געשריבן:שעפטיל, דיין בילד פון שלמי כהן איז פון אן אנדערן שלמי כהן, נישט פון דעם היימישן שלמי כהן וואס האט ארויס געגעבן דעם טעיפ למעלה און הנה און זינגט ביי עטליכע סערעטע און פיטסבורגער טעיפ'ס, און ווי אויך ביי די מונה סעריעס און נאך.
דא האסט איהם
נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 4:17 pm
דורך קווארטין
שעפטל האט געשריבן:שעפטל האט געשריבן:חאצקל האט געשריבן:צודק גרינוולד - חזן און זינגער - האט עמיצער געהערט?
ארויסגעגעבן א געוואלדיגע סידי מיט הערליכע ניגונים פון יוסי גרין
כאב געוואטש אפאר קליפס ווי ער זינגט חזנות, גאנץ שיין, געהערט אז ער האט זיך געלערנט ביים לעגענדארן חזן 'משה שטערן' וועלעכע, דרך אגב, גלייכטעם זייער, אבער זיין היצטיגע טעיפ האבעך נאכנישט געהערט, איך וואלט ווען געוואלט קודם הערן א סעמפל פון די ניגונים, ווייסט ווער ווי מ'קען הערן אויסצוגן?.
נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 4:20 pm
דורך חאצקל
ביי שלאגער נט קענט איר הערן אויסצוגן, סערטשט פאר צודיק אדער צדוק גרינוולד און איר וועט אנקומען צו עטליכע תוצאות.
נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 8:25 pm
דורך קווארטין
שכויעך
נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 11:38 pm
דורך חאצקל
שרגי געשטעטנער (איך האב נאך נישט קיין הגדרה אויף זיין ספעציאליטעט, אבער ער איז א הערליכער און גאר געלונגענע זינגער) האט געווינען דעם טיטל אין רדיו קול חי אלס דער "תגלית השנה" (אנטדעקונג פון יאר).
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 9:12 pm
דורך חאצקל
יוני שלמה האט איינער געהערט? ער איז פון מיינע באליבסטע זינגערס.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 11:25 pm
דורך חאצקל
האט איינעהר געהערט דעם בני פרידמאן זינגען זיין אבינו אב הרחמן? דאס האט מיר געברענגט כמעט צו דער החלטה אז בני איז בעסער ווי זיין אנקל אברהם פריד.
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 12:42 am
דורך קווארטין
כ'האב געהערט בענני'ס ערשטע אלבוים, כאבזעך נישט אנגעחזרט זיינע ניגונים, אבער אויפן פוירסט אימפרעססיאן קאן מען זעען אז ער האט דעם משפחה פעלער... און ער קען פיין זונגען, אבער לענ"ד קומט ער נאכנישט נעבן זיין פעטער, ער מעג זיך אביסל צולערנען צו זינגען מער באלעבאטיש, און אז ער וועט ברענגן א גרעסערע סעלעקשאן פון שיינע ניגונים וועט ער האבן א ריזן צו זיין מער אויפגעפיקט.
יודל ווערדיגער איז א גוטע ביישפיל פון די צוויי אויבן דערמאנטע כללים, ער זינגט אראפ זיינע ניגונים מער בעליבאטיש, און ברענגט אפיר גוטע סאנגס.
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 7:24 pm
דורך חאצקל
יא, אמת אז ער האט נישט דעם ברייטקייט, אבער די סאונד פון זיין שטימע איז געוואלדיג קאנטראלירט. הער ביטע נאכאמאל דעם אבינו אב הרחמן (אויסער די מוזיק פון לייב יעקב ריגלער).
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 8:44 pm
דורך No_name
איך האב איהם בעסער ליב ווי דעם פעטער, און איך גיי ניסלעך פאר זיין ערשטע אלבום, אזא שיינער ניגונים סעלעקציע (א זאך וואס דער נייער אלבום איז אביסל אונטעשטעליג) אזוינע שיינע מוזיק, ווייניג זינגערס האבן איהם איבערגעשטיגן.
און דאס וואס דו זאגסט וועגן די ברייטקייט, ס׳קאן געמאלט זיין אז איר מיינט די קאמפרעסיע וואס איז גאר שטארק ארויפגעלייגט געווארן אויף איהם, וואס אין דעם קען מען דעבאטירן צו ס׳איז א גוטע זאך אדער נישט.
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 9:04 pm
דורך קווארטין
קאמפרעסיא מיינסטע צו זאגן, אז די קעלעכעל ווערט אריינגענומען אין אזא פייפ (בדרך משל, צו טאונען), און ס'ווערט באלאנסירט, מילא ווערטאס אביסל איינגעשרינקען?
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 9:07 pm
דורך פיקציע
האט מען שוין דערמאנט ישי לפידות פון ישראל, איך ווער פארלוירן פון זיין שטימע און גיי ניסלעך פאר זיינע קאמפאזיציעס.
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 9:10 pm
דורך חאצקל
קאמפעזאציעס יא, אבער זיין שטימע?
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 9:52 pm
דורך קווארטין
יא, אז מ'טראכט אריין האטער א פילע טיפע שטימע (וואס קווארטין גלייכט), א האלז פון אייזן (קען זינגען געזונטע טענער אן אביוזן די שטום בענדער) זינגט נאר אביסל צעלאזן, באט איי דא לייק הים, גוטע ניגונים טעיסט.