בלאט 3 פון 6

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 11:06 pm
דורך חאצקל
הרב מנחם קליין, מנגן בחצר נדבורנה און אויך אויף די טעיפ'ס פון ספינקא און סערעט, האט פארפאסט דעם באקאנטן זרעא חיי און ותן בנו און נאך גאר שיינע ניגונים שטייטע און שנעלע.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 5:32 pm
דורך חאצקל
אין צו די ניגונים פון הרב זושע שמעלצער וואס זאגט איר?

טוב טוב להודות, להודות לאהאשם...

שהשלום שלו (אויף דער טעיפ א סליחות נאכט אין קיעוו)

א סך פון זיינע ניגונים איז רעקארדירט אין זיין טעיפ שופר של משיח, מיט די הערליכע ארעינדזשמענטס פון משה לאופר.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 5:34 pm
דורך לעמיל
איך האב נישט געוויסט אז טוב להודות איז זושא'ס ניגון...
אז איך רעד שוין א גרויסען יישר כח ר' חאצקל איך מיין אז מ'קען שוין עפענען א היכל הנגינה פורום און שטעלען ר' חאצקל אלטס יו"ר

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 5:39 pm
דורך איך אויך

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 6:06 pm
דורך שמעקעדיג
כ'האב אויך נישט געוואוסט אז דאס קומט פון ר' זושא! ס'איז א חידוש פאר מיר. כ'האב געמיינט ס'איז אן אלטע סקווירא ניגון.
זיינע שופר של משיח טעיפס זענען טאקע זייער שיין, און איך גלייך זיי. האט ער אליינס קאמפאזירט די ניגונים דארט? צב"ש יבנה המקדש, והאר עינינו, השיבנו ה' אליך, וכו'??

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 8:25 pm
דורך קווארטין
מיר גלייכן זייער 'שהשלום שלו', ס'אויך גוט ארויפצולייגן דעם ניגון אויף 'תתברך לנצח', אויב גייט מען צו יו"ט צום עמוד, נאר סא שאד אז נישט אלע קאנען דעם ניגון. ( א ניגון וואס די מתפללים קענען נישט, ענדזשויען זיי נישט, סאם טיימס זעי איווען געט אפסעט).

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 8:35 pm
דורך חאצקל
אין סאטמאר זינגט מען יו"ט תתברך, אבער אין אנדערע פלעצער צ.ב.ש. באבוב זינגט מען כולם אהובים און וכולם מקבלים און מ'זינגט בעיקר פארצייטישע מארשן אדער וואלסן.
אבער פאר די וואס זינגען שטייטע ווארימע ניגונים פאר תתברך לנצח איז עס א גיטע געדאנק.

(אגב, איך האב אמאל געהערט א בעל תפילה זינגען אויף תתברך לנצח דעם באקאנטן ניגון פון ועתה בנים. פאר מיר איז עס געווען א געלעכטער צו הערן א היינטיגער קאנצערט ניגון יו"ט ביים דאווענען)

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 9:04 pm
דורך חאצקל
וואו איז שעפטל מיט זיינע בילדער? זאל ער אהער ברענגען בילדער פון די קמפאוזערס פון וועם מיר האבן ביז אהער גערעדט.

אז אן אנדערער וועט עס טון וועל איך אויך זיין צופרידן. נאר שעפטל איז דער אויף וועם מיר קוקן ארויס דערויף, וויבאלד ער האט אונז אין די עבר אזוי וואונדערליך דערליווערט אזוי פיל בילדער פון די אלע פון וועם מיר האבן גערעדט, און אויך איז ער געווען דער וואס איז אויפגעקומען מיטן געדאנק צו דערליווערן בילדער פון די באטראפענע, א זאך וואס איך האב נאך נישט געזען ביז יעצט דא אין קאווע שטיבל און אין אייוועלט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 9:26 pm
דורך חאצקל
משולם גרינבערגער, וואס זאגט איר צו אים?

כד יתבין פון בני פרידמאן
נודה לך
לא על אנש רחיצנא (הארא)

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 9:31 pm
דורך חאצקל
איך געדענקט נישט צו איך האב דא דערמאנט הרב חיים באנעט.

יהא רעוא
כה אמר ד'
מכניסי רחמים
אבינו אב הרחמן
און נאך א סך הערליכע פארשפרייטע ניגונים.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 9:46 pm
דורך חאצקל
אליעזר (בן הרב שלמה) קאליש:

יהי רצון מלפניך פון אברהם פריד
הקשיבה פון ירמי' דאמען (אויך געזינגען דורך אייזיק האניג אויף וענינו תראנה פון יוסי גיל)
ועושה נחת רוח פון משה צבי וויינטרויב (שפעטער געזינגען דורך ירמי' דאמען אין יצליח טעיפ)
עשה עשה פון אייזיק האניג
כי אתה הוא מלך (געמאכט צוזאמען מיט זיין טאטן ר' שלמה אלס יונג בחור)

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 9:46 pm
דורך שמעקעדיג
משולם, לדור ודור נגיד גדלך...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 9:50 pm
דורך חאצקל
איך האב נישט געוואוסט אז עס איז א באקאנטער ניגון?!

דו מיינסט דעם ניגון וואס ער זינגט אין זיין אייגענער אלבום בתפארתו?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 9:51 pm
דורך שמעקעדיג
חאצקל האט געשריבן:(אגב, איך האב אמאל געהערט א בעל תפילה זינגען אויף תתברך לנצח דעם באקאנטן ניגון פון ועתה בנים. פאר מיר איז עס געווען א געלעכטער צו הערן א היינטיגער קאנצערט ניגון יו"ט ביים דאווענען)


שוין לאנג ווילעך וויסן ווען מעג מען זינגען היינטיגע ניגונים און ווען נישט.
אסאך זינגען משה גאלדמאנ'ס ניגונים, אייזיק האניג'ס. יאסעלע'ס ניגונים איז נישט היינטיג? און די נייע מכלכל חיים'ס יעדן יאר און הקפה ניגונים האט א אנדערע הלכה?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:03 pm
דורך חאצקל
ווענדט זיך ווי א בית המדרש און וועלעכע סארט מתפללים.

אין אלגעמיין וואלט איך געזאגט אז א ניגון מיט א פארצייטישן טעם קען געזינגען ווערן אין עני בית המדרש. ווידער ניגונים וואס הערט זיך שטארק אז ס'איז היינטיג (אדער צו קאנצערדיג מיט צופיל רעש'יגע פארבן אדער עקטשן) פאסט אין אלגעמיין נישט פאר קיין בית המדרש.

די פראגע איז אבער וועלכע ניגונים הערן זיך היינטיג, פאר יעדן אויער איז עס אנדערש (געוואנדן וואו ער איז אויפגעוואקסן).

פאר מיר למשל הערן זיך "מכניסי רחמים" פון חיים באנעט, "לעכטעלע" פון פנקי וועבער, און אפילו "ברוך קל עליון" פון גאלדמאן, היינטיג. ווידער פאר אנדערע זענען די ניגונים ווי אויטענטישע חסידישע ניגונים.

עפ"י רוב ביי א וואלס אדער מארש מאכט נישט קיין גרויסער חילוק צווישן היינטיג און פארצייטיש פון פארן קריג, ווייל דער עצם געדאנק פון א וואלס אדער מארש איז אמאליג (אויסער די פון יוסי גרין וועלכע לייגט אריין זיינע "גרינע" פארבן אויך אין א וואלס ווי צ.ב.ש. אשת חייל פון שרלי וורדיגר, און מה ידידות פון א. פריד).

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:09 pm
דורך חאצקל
דער גראמער "מוטי אילאוויטש" פון קרית יואל

בית נאמן פון שרלי וורדיגר
ואנפא נהירין פון ליפא שמלצר

און נאך א סך אויפגעכאפטע ניגונים

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:12 pm
דורך חאצקל
וויאזוי הייסט דער ווערצבערגער וואס מאכט (אדער פלעגט מאכן) ניגונים פאר סטמר?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:18 pm
דורך שמעקעדיג
יודל?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:21 pm
דורך חאצקל
איז ער דער וואס האט געמאכט די ניגונים פאר מגילת אסתר מיט געזאנג, און פאר די ניגוני ווערצבערגער קאסעטעס?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:27 pm
דורך שמעקעדיג
יא. דוכט זיך אינאיינעם מיט א ברודער (אפשר ר' אלימלך, נישט זיכער).

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 8:37 pm
דורך חאצקל
האט שוין איינער דערמאנט דעם נאכפאלגער פון שלמה קארלבאך יודא גרין? ער מאכט קרלבאך סטייל ניגונים און לדעתי זענען זיי זייער גוט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 2:57 pm
דורך נס קאווע
יודל ווצ"ב האט גאנץ שיינע ניגונים (רחם בחסדך - שטאט פון שרעק מיינעך איז זיין ניגון) ווי אויך עפעס א טעיפ ארויסגעגבן

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 7:19 pm
דורך שמייכל
נס קאווע האט געשריבן:יודל ווצ"ב האט גאנץ שיינע ניגונים (רחם בחסדך - שטאט פון שרעק מיינעך איז זיין ניגון) ווי אויך עפעס א טעיפ ארויסגעגבן

ער איז די מערסטע אקטיוו געוועזן אין די תש"מ - תש"נ יאהרן, ער האט ארויסגעגעבן 2 אלבומס, והערב און מעין עולם הבא (אגב - זיין נעפיו שמואל זאנוויל וורצב"ג - משמש סאטמאר ב"פ 53 - זינגט דארט אלס קינד, זיין שטימע איז ממש אין כדוגמתו). די אלבומס זענען געווען זייער סוקסעספול און שטארק באקאנט ביים היימישן ציבור.