בלאט 3 פון 8
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 7:06 am
דורך ציבעלע-קיגל
די בעסטע כפרה
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 7:44 am
דורך קרעקער
ליבאוויטשערס פליען יעדעס יאהר ארויף מיט א העליקאפטער און דרייען ארים העכער גאנץ נו יארק א זכר מיט א נקבה כפרה
איי געס איין כפרה קען מכפר זיין פאר אלע
אויב נישט וואלטען זיי געמיזט ארויפפירען א גאנצע טרענספארט עראפלעין מיט טשיקענס
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 9:11 am
דורך געפילטע פיש
ס'האט נישט אויסגעזען ווי מיין כפרה האט געבאדערט צו באקומען מיינע עבירות, פארקערט, איך מיין ס'האט עם גאנץ גוט געשמעקט. ער האט נעבעך נישט געוויסט וואס ס'קומט נעקסט...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 10:08 am
דורך randy_couture
ידען האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:אונז עז א קאמיוניטי זעמער דאך זייער אדוק אין מסורה, אל תטוש, נישט משנה זיין, פרעגט נאר אן אייער עלטערן און זיידעס, ווער ס'האט בכלל געטראכט אמאל פון נעמען אן עקסטערע הינדל פאר יעדעס קינד? מ'פלעגט נעמען א זכר פאר די טאטע מיט אלע יונגלעך, און א נקיבה פאר די ווייבער שול און פטור אן עסק. נעמט נישט מיין ווארט פאר דעם, פרעגט אליין.
וועלעכע מסורת?
ידען. די רמב"ן איז געווען עטליכע הונדרעט יאר פריער פונעם בית יוסף. מסתם פארשטיי איך נישט וואס דארט שטייט.
ביליוו איט אר נאט!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 10:20 am
דורך דבילה
היינט פארטאגס דריי 'ך זיך ארום ווי א הינדעלע איבער א קאפ און 'ך זוך ווי 'ך זיך אפשטעלן צו כאפן א כפרה עם דמדומי החמה. אזוי דרייענדיק זיך פליט זיך העכער דעם ווינדשילד א זיסע טייבעלע און כאילו ווי זי וויל זיך משתתף זיין מיט מיין צער דרייט זיך דער טייבעלע אויך ווי א הינדל איבער מיין קאפ! ערשטוינט, האביך געכאפט און געטון, ארויס געשלעפט דעם סידור'ל, ארויס געכליפעט זה חליפתי דריי מאל, און אריין געכאפט א כפרה...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 10:42 am
דורך יידל
randy_couture האט געשריבן:די רמב"ן איז געווען עטליכע הונדרעט יאר פריער פונעם בית יוסף. מסתם פארשטיי איך נישט וואס דארט שטייט.
מיינסט צו זאגן אז דער בית יוסף האט (חלילה) נישט פארשטאנען דעם רמב"ן?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 11:06 am
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'האט נישט אויסגעזען ווי מיין כפרה האט געבאדערט צו באקומען מיינע עבירות, פארקערט, איך מיין ס'האט עם גאנץ גוט געשמעקט. ער האט נעבעך נישט געוויסט וואס ס'קומט נעקסט...
גראדע באוואוסט אז טשיקנס גלייכן געפילטע פיש.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 12:10 pm
דורך געפילטע פיש
מיינע עבירות אויך? גראדע אז איך טראכט אריין, קען איך זען פארוואס א טשיקן וואס איז נישט מחויב במצוות זאל זיך באסמאקעווען מיט מיינע עבירות...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 2:35 pm
דורך randy_couture
יידל האט געשריבן:randy_couture האט געשריבן:די רמב"ן איז געווען עטליכע הונדרעט יאר פריער פונעם בית יוסף. מסתם פארשטיי איך נישט וואס דארט שטייט.
מיינסט צו זאגן אז דער בית יוסף האט (חלילה) נישט פארשטאנען דעם רמב"ן?
איך מיין צו זאגן אז די רמב״ן קען נישט שרייבן פון א בית יוסף. לויט ווי איך האב עס פארשטאנען שרייבט דער רמב״ן אז די בית יוסף האלט אויך אזוי.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 2:49 pm
דורך יידל
randy_couture האט געשריבן:יידל האט געשריבן:randy_couture האט געשריבן:די רמב"ן איז געווען עטליכע הונדרעט יאר פריער פונעם בית יוסף. מסתם פארשטיי איך נישט וואס דארט שטייט.
מיינסט צו זאגן אז דער בית יוסף האט (חלילה) נישט פארשטאנען דעם רמב"ן?
איך מיין צו זאגן אז די רמב״ן קען נישט שרייבן פון א בית יוסף. לויט ווי איך האב עס פארשטאנען שרייבט דער רמב״ן אז די בית יוסף האלט אויך אזוי.
"כמובא אצל הבית יוסף" טייטשט אז דער בית יוסף שרייבט אז דער רמב"ן האלט אזוי.
נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2012 2:35 am
דורך berlbalaguleh
נולד מאוחר האט געשריבן:מיר באדערט אז געשלאגענע ניצט מען נישט איבער .ס'געט א פיליענג פאר מענטש כאילו זיין עבירות גייט אראפ פון עם און גייט אריבער צום טשיקען.
סתם מיטען דרייען אן עוף העכער קאפ געיט קיין עבירת נישט אריבער . מען דארף תשובה טאן לויט די כללי תשובה. און אפי' מ'טוט יא תשובה גייט דאס נישט אריבער צים טשיקען.
נאר וואס דען ס'איז א סימבאלישע זאך וואס דארף מוערר זיין צי תשובה.
ס'איז אינטרעסאנט צו וויסן אויב די כפרה סוחרים ווערן אויך נתעורר פון די אלע כפרות וואס ווערן געשלאגן ביי זיי.
נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:30 pm
דורך היימישער ליטוואק
הַבַּעַל תְּשׁוּבָה[112]
לְקַדֵּם עֵת רָצוֹן, וּלְהָעִיר הַשַחַר,
בַּחדֶשׁ הַשְׁבִיעִי בְּתִשְעָה לַחֹדֶשׁ,
וּלְהַקִּיף סְבִיב רֹאשִי בְתַרְנְגֹל צַחַר -
מִיָּמִים יָמִימָה כֵּן דַּרְכִּי בַקֹּדֶשׁ.
שֶׂכְוִי לָבָן אֶבְחָרָה, כִּלְבָן צֶמֶר צַחַר -
כֵּן מִנְהַג יִשְׂרָאֵל, כֵּן הוֹרוּנִי אֲבוֹתַי,
וְאַקִּיף רֹאשׁ ותְלָאָה, אֲסִבֵּהוּ סְחַרְחַר,
וְנָשָׂא עָלָיו הַשֶׂכְוִי אֶת-כָּל עֲוֹנוֹתַי.
גַּם כָּל הַיּוֹם צַמְתִּי, מֵעֶרֶב עַד עֶרֶב,
הִתְעַנֵּיתִי מֵעָוֹן, עֲדֵי תָקְעוּ בַשׁוֹפָר,
הוֹדֵיתִי וְעָזַבְתִּי, כִּי לִפְשוֹעַ לֹא אֶרֶב
אֹמֶר גָמַרְתִּי. הֶאָח! מָצָאתִי כֹּפֶר!
מִפֶּשַׁע רַב נֻקֵּיתִי, הִטָּהַרְתִּי מֵעֲוֹנִי,
אֶת לִבִּי הִזַכּוֹתִי - וּבְשָמְעִי קוֹל הַשׁוֹפָר
רַצְתִּי חִישׁ הַבַּיְתָה לִשְׁבֹּר רַעֲבוֹנִי,
רַצְתִּי חִישׁ כָאַיָּל, דִּלַּגְתִּי קַל כָּעֹפֶר.
וָאֶסְעַד חִישׁ אֶת לִבִּי, אָכַלְתִּי בְחִפָּזוֹן,
כִּלְחוֹךְ הַשׁוֹר לִחַכְתִּי בְּשַׂר נְשִׂיא אַשְׁמוֹתַי,
גָּרַמְתִּי אֶת עַצְמוֹתָיו, שִׁלַּחְתִּי בָּמוֹ רָזוֹן,
וַיָּבֹאוּ הַחֲטָאִים כַּשֶׁמֶן בְּעַצְמוֹתַי.
הוֹסַפְתִּי לִטְעֹם טַעַם[113] כְּטַעַם לְשַׁד הַשֶׁמֶן,
וָאֹכַל בְּכָל פֶּה גַּם הָעוֹר וְהַפָּדֶר,
עַל קְרָבָיו וְעַל כְּרָעָיו, הַפֶּרֶשׁ וְהַדֹּמֶן,
וְאָנֹכִי לֹא יָדַעְתִּי כִּי אֹרֵב לִי בֶחָדֶר.
אָנֹכִי הָהּ! שָׁכַחְתִּי כִּי אוֹכְלָיו יֶאֱשָׁמוּ,
כִּי אֶת בְּשַׂר שִׁקּוּצַי אוֹכְלָה לְתַיאָבון,
וּפְשָׁעַי הֲקִיאוֹתִים יָשׁוּבוּ בִי יָקוּמוּ,
יָשׁוּבוּ עַל עַקֶב בָּשְׁתָּם הַפֶּשַׁע וְהֶעָוֹן.
וְאָנֹכִי לֹא יָדַעְתִּי, שָׁכַחְתִּי, הָהּ! בְּחָפְזָה
כִּי בִטְנִי תַּשַׂג קִרְבָּהּ אֲשֶׁר תְּמוֹל הִפְלִיטָה,
וָאֹכַל כְּנַף-שִׁקּוּצַי, אָכַלְתִּי שׁוֹק וֶחָזֶה,
בָּלַעְתִּי קִיא-חאטֹּאתַי וַיֵּרְדוּ מַטָּה מַָטָה.
וְעוֹד בַּבֹּקֶר הַשְׁכֵּם, מִמָחֳרַת צוֹם כִּפּוּרִים
הוֹסַפְתִּי חַטְא עַל פֶּשַׁע, עוֹד יֶתֶר מִבַּתְּחִלָּה:
רִצּוֹתִי אֶת עֲמִיתִי, הִכֵּיתִיו בַּמִּסְתָּרִים,
חָרַשְׁתִּי רַע וָאָוֶן, מְזִמּוֹת בַּל אוכָלָה.
לַשָׁוְא נָעַרְתִּי חָצְנִי, נָעַרְתִּי חֵטְא לַמַּיִם,
לַשָׁוְא בְכַנְפֵי שֶׂכְוִי צָרַרְתִּי צְרוֹר פְּשָׁעַי,
וּבְאָכְלִי בְּשַׂר קָרְבָּנִי, בְּשַׂר אָשָׁם בַּעַל כְּנָפַיִם,
עִמּוֹ גַם עֲוֹנַי שָׁבוּ לְתוֹךְ מֵעָי.
עַל כֵּן הִרְבֵּתִי פֶשַׁע, צְמֵאָה עִם הָרָוָה
הִתְלַקְּטוּ שָׁנָה שָׁנָה חֲדָשִׁים גַּם יְשָׁנִים,
אָז יָדַעְתִּי פֵּשֶׁר, בַּנְתִּי רָז "בַּעַל תְּשׁוּבָה"
שֶׁשָׁב עַל עֲונוֹתָיו וַחֲטָאָיו הָרִאשׁוֹנִים.
כֵּן דַרְכִּי כָּל הַיָּמִים, - כֵּן דֶּרֶךְ אִישׁ יִשְׂרָאֵל -
מִפְּשָׁעַי כִּי עָצְמוּ לֹא אוּכַל, הָהּ! נִקָּיוֹן,
אִם שִׁלַּחְתִּים עַל רֹאשׁ שֶׂכְוִי, וָאֹכַל וָאֶתְגָּאֵל
וָאֶטְפֹּל עַל עֲוֹנִי זָדוֹן עַל שִׁגָּיוֹן.
וּבְפוֹשֵׁעַ זֶה הַלָּבָן
אֶחְטָא כָל הַיָּמִים,
אַאֲדִים חַטְא וְעָוֹן
כָּאֵילִים מָאֳדָמִים.
ח. נ. ביאליק
---
112. בכתב-היד אין השיר מנוקד – פרט למלים בודדות, על-פי רוב בסופי החרוזים.
113. איך האב פאסמאקיוויט בלע"ז.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 10:44 am
דורך רויטע וואנצעס
כאפצעםםםםם!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:53 am
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 2:03 pm
דורך ציבעלע-קיגל
דער וואס שלאגט כפרות מיט געלט האט אויך די פראבלעם מיט געלט. פארוועם גיבט ער די געלט? וועלעכע צדקה גייט היינט פאר די עניים? רוב געלט גייט פאר אדווערטייזמעמט און פאר באצאלען די שנאררערס און פושקא קאלעקטארס.
אפשר זאל מען געבען געלט פאר קופת העיר און די רע-בנים וועלען שלאגען פאר דיר.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 2:16 pm
דורך BAL TSHIVA
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:דער וואס שלאגט כפרות מיט געלט האט אויך די פראבלעם מיט געלט. פארוועם גיבט ער די געלט? וועלעכע צדקה גייט היינט פאר די עניים? רוב געלט גייט פאר אדווערטייזמעמט און פאר באצאלען די שנאררערס און פושקא קאלעקטארס.
אפשר זאל מען געבען געלט פאר קופת העיר און די רע-בנים וועלען שלאגען פאר דיר.
דיין שכן מיטשעט זיך מיט פרנסה געב אים דאס געלט ער זאל קענען מאכן גרינגער יו"ט
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 2:58 pm
דורך דריידל
יעדער (עכ"פ וועם איך האב געפרעגט) מיינט אז כפרה איז פשט אז די עבירות ווערן נתכפר. ווען איך האב געפרעגט וויאזוי דאס ארבעט אז מיט אזא קלייניקייט ווערן אלע עבירות פארווישט, הייבט מען אן צו קעקעצן אהער און אהין. דער אמת איז אבער אז כפרה איז א לשון פון אויסטויש אזויווי תמורה און חלופין. דער אלף המגן אויפ'ן מטה אפרים סימן תר"ד-ה ברענגט עטליכע ראיות פון פסוקים אויף דעם און שרייבט אז ס'איז אזויווי אן אבל תוך י"ב חודש זאגט הרינו כפרת משכבו וואס פשט דערפון איז אז טאמער ס'איז באשערט אן עונש אויפ'ן נפטר נעם איך עס אויף מיר. די זעלבע איז ביי כפרות אויב איז באשערט מיתה אויף איינעם איז כיון שניתן רשות למשחית וועט עס ווערן אויסגעפירט ר"ל, מ'איז נאר מתפלל אז ס'זאל ארויפגיין אויפ'ן הינדל אנשטאטס די מענטש.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:04 pm
דורך משה פיטות
געפילטע פיש האט געשריבן:ביזט גערעכט, אסאך פוסקים זענען זייער דערגעגן די גאנצע מנהג, און האלטן אז דאס איז דרכי האמורי, וביניהם מרן הבית יוסף, אגב, איך האב דאס געזאגט פאר א גרופע שמועסענדע אינגערלייט דעם שבת, אז אסאך פוסקים זענען קעגן כפרות שלאגן, זיי האבן מיר אנגעקוקט ווי פון קאפ געפאלן, ווי איך רעד דברי כפירה ממש, ביז כ'האב זיי געוויזן דעם מחבר אינעווייניג, נא, וואס קען מען טוהן? דאס עם הארצות איז דאך אומגעהויער.
אבער וואס איך האב געזאגט איז לגבי מסורת, נישט הלכה, און איך גלייב אז דיין טאטע האט געשלאגן כפרות מיט א טשיקן, אויף דעם האב איך געזאגט אז דאס נעמען אן עקסטערע פאר יעדעס קינד איז א נייע דערהער.
וואל מאן טאטע האט נישט קיין היברא באקס דאס נאך ציקיקען
Hebrewbooks
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:27 am
דורך [NAMELESS]
געפילטע פיש האט געשריבן:ביזט גערעכט, אסאך פוסקים זענען זייער דערגעגן די גאנצע מנהג, און האלטן אז דאס איז דרכי האמורי, וביניהם מרן הבית יוסף, אגב, איך האב דאס געזאגט פאר א גרופע שמועסענדע אינגערלייט דעם שבת, אז אסאך פוסקים זענען קעגן כפרות שלאגן, זיי האבן מיר אנגעקוקט ווי פון קאפ געפאלן, ווי איך רעד דברי כפירה ממש, ביז כ'האב זיי געוויזן דעם מחבר אינעווייניג, נא, וואס קען מען טוהן? דאס עם הארצות איז דאך אומגעהויער.
אבער וואס איך האב געזאגט איז לגבי מסורת, נישט הלכה, און איך גלייב אז דיין טאטע האט געשלאגן כפרות מיט א טשיקן, אויף דעם האב איך געזאגט אז דאס נעמען אן עקסטערע פאר יעדעס קינד איז א נייע דערהער.
מיין טאטע האט געשלאגען מיט א טשיקען ווייל ער האט במילא געדארפט קויפן פלייש פאר יום טוב האט ער זיך שוין מוחל געווען די עבירות פאר די זעלבע פרייז אבער איך באקום שוין נישט די טשיקען איך בין סתם מנדב 16 דאלער פאר די בוטשער איז די גאנצע מעשה מער נישט אינטערסאנט.
נעקסטע יאר וועל איך נאך דארפען צאלען 16 דאלער פאר מילגרום ערב ראש השנה (נאר ביז 7 פורטוגס, אין א ליין ביז די נעקסטע קארנער, אין יאר איין יאר אויס וועט אייביג רעגענען) אין זאגן אינדערויסען פון די פרוכט סטאר (סאיז נאך דא אזא מושג?) שירבה זכיותינו אין נאכדעם וועט עס די געשעפטמאן צוריק לייגן אויפן שעלף צום פארקויפען. בשום אין אופן!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:48 am
דורך בשבילי!
ביי קאהנ'ס בוטשער קענסטו אפנעמען א פעקל טשיקן נאכ'ן שלאגן.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:54 am
דורך [NAMELESS]
בשבילי! האט געשריבן:ביי קאהנ'ס בוטשער קענסטו אפנעמען א פעקל טשיקן נאכ'ן שלאגן.
נישט געקלינט. מיט מער בליט ווי פלייש פאר 16 טאלער! ממש א מציאה. נאר אינטערסאנט dans deals מעלדט עס נישט.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:02 am
דורך בשבילי!
איך האב אהיימגענומען א געהעריגן פעק אזוי ווי ווען מ'קויפט. געווען געהעריג געפאקט אויפן שעלוו. זיי געבן דיר נישט דיין טשיקן, נעמסט פון פריערדיגע.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 9:16 am
דורך הוגה
דריידל האט געשריבן:יעדער (עכ"פ וועם איך האב געפרעגט) מיינט אז כפרה איז פשט אז די עבירות ווערן נתכפר. ווען איך האב געפרעגט וויאזוי דאס ארבעט אז מיט אזא קלייניקייט ווערן אלע עבירות פארווישט, הייבט מען אן צו קעקעצן אהער און אהין. דער אמת איז אבער אז כפרה איז א לשון פון אויסטויש אזויווי תמורה און חלופין. דער אלף המגן אויפ'ן מטה אפרים סימן תר"ד-ה ברענגט עטליכע ראיות פון פסוקים אויף דעם און שרייבט אז ס'איז אזויווי אן אבל תוך י"ב חודש זאגט הרינו כפרת משכבו וואס פשט דערפון איז אז טאמער ס'איז באשערט אן עונש אויפ'ן נפטר נעם איך עס אויף מיר. די זעלבע איז ביי כפרות אויב איז באשערט מיתה אויף איינעם איז כיון שניתן רשות למשחית וועט עס ווערן אויסגעפירט ר"ל, מ'איז נאר מתפלל אז ס'זאל ארויפגיין אויפ'ן הינדל אנשטאטס די מענטש.
ווען איך האב געפרעגט וויאזוי דאס ארבעט אז מיט אזא קלייניקייט ווערן גזר דינים למיתה פארווייטאגט און פארטוישט, הייבט מען אן צו קעקעצן אהער און אהין.