בלאט 3 פון 3

נשלח: מוצ"ש פעברואר 05, 2022 10:15 pm
דורך דערהויבענע איד
קהל'ס נער האט געשריבן:אז מען זאל זינגען הושיעה את עמך ביי מיין לויה

זיי מסביר ביטע פארוואס, וואס מיינט ביי דיר די ניגון

נשלח: מוצ"ש פעברואר 05, 2022 10:20 pm
דורך קאצקע ציקער
דערהויבענע איד האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:אז מען זאל זינגען הושיעה את עמך ביי מיין לויה

זיי מסביר ביטע פארוואס, וואס מיינט ביי דיר די ניגון

סאיז א ווערטל . ווייל רעביי דר' אברהם טווערסקי האט געבעטן אז מען זאל עס זינגען ביי זיין לויה ווייל ער איז די קאמפאזער דערפון

נשלח: מוצ"ש פעברואר 05, 2022 10:50 pm
דורך berlbalaguleh
וויל איך נאך צוענדיגן ששה סדרי משנה. אויך. ביים בי"ד של מעלה וועט מען מיר אפירנעמען גאנצע פעסער פון בראנפן. ווען איך וועל פרעגן וואס דאס איז וועט מען מיר ענטפערן אז דאס זענען די פעסער (אין פלעשלעך, פארשטייצעך) וואס איך האב (ב"ה) אויסגעטרונקען אין דעם עולם השפל...!

נשלח: מוצ"ש פעברואר 05, 2022 11:23 pm
דורך קאמארנער
berlbalaguleh האט געשריבן:וויל איך נאך צוענדיגן ששה סדרי משנה. אויך. ביים בי"ד של מעלה וועט מען מיר אפירנעמען גאנצע פעסער פון בראנפן. ווען איך וועל פרעגן וואס דאס איז וועט מען מיר ענטפערן אז דאס זענען די פעסער (אין פלעשלעך, פארשטייצעך) וואס איך האב (ב"ה) אויסגעטרונקען אין דעם עולם השפל...!

די שאלה איז אויף וועלכע זייט אויפן וואגשאל גייט מען עס ארויפלייגן?

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 7:26 am
דורך פאלאצ'ינטא
שמואל הלוי האט געשריבן:
villager האט געשריבן:איך וויל פארן קיין אומאן ווייל ר' נחמן גייט ארויסשלעפן פון גיהנום ביי די פאות ווער ס'איז געווען ביי זיין ציון.

וואס טוט זיך מיט די אלע וואס האבן נישט קיין פיאות און פארן קיין אומאן? וועט ער זיי ארויסשלעפן ביי די אויערן?


די וועליכע האבען נישט קיין פאות שלעפט ער ארויס ביי די טשופ

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 7:34 am
דורך היסטאריע
דערמאנסט דער מעשה מיט רח"ק, געטענה'ט מען דארטן נישט פארען קיין אומאן, ווייל אברהם אבינו לאזט נישט אריין ווער עס איז געמלה'ט, האט דער ברעסלבער געטענה'ט, אז ענדערש זאל אים ר' נחמן שלעפן ביי די פאות, ווי אברהם ביי די....