בלאט 3 פון 5

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:22 pm
דורך berlbalaguleh
גוטזאגער האט געשריבן:
sunbar האט געשריבן:
גוטזאגער האט געשריבן:אין ות,


די פירסט זיך אויך אזוי?

זאג נאר אויף דעם ווילסטו אויך א ערנסטע תשובה? אני כשלעצמי בין איך אנגעבינדען אין איך געהער אין סאטמאר אבער איך קען פארנעמען צו ליינען אדער הערן אנדערע מיינוגען צוליב נייגעא האב איך מיך איינגעקויפט די אויבערדערמאנטע ספר וואס איז מסביר די אלע סקווערע משוגעתן און סדא דארט שיינע הלכות לדעתי איז דא דארטען א שיינע ארבעט יעדער איינער קען זיך עס איינהאנדלען פאר נישטיגע פיפצען דאלער איך מיין אז עס לוינט זיך

אלס נייגעריגקייט וואלט איך עס אויך געקויפט. אבער נאר להלכה און נישט למעשה. די סאטמארער משוגעת'ן (ח"ו) קען איך נאך פארנעמען אבער די סקווערער "קעפעידעס" איז שוין "טאא מאטש":.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 7:10 am
דורך ציבעלע-קיגל
דאס איז א גוטס

מען דארף לייגען א פילטער אויף די וואסער ווייל עס איז דא ווערים

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 8:38 am
דורך איחוד פעלד
האר און נעגעל וואקסען פין אינטען אדער פין אויבען?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 11:54 am
דורך ציבעלע-קיגל
איך האב אמאהל געהערט פון א קלוגע איד...

א איינרעדעניש איז ערגער ווי א קרענק!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 4:39 pm
דורך קפנדריא
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:דאס איז א גוטס

מען דארף לייגען א פילטער אויף די וואסער ווייל עס איז דא ווערים


האסט פארגעסן נאך איין גוטס, מ'טאר נישט טרינקן סייענייד ווייל ס'איז סם המוות.

באבע מעשיות

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 4:35 pm
דורך Starbucks
טרינק נישט די הבדלה וויין - ס'וועט דיר וואקסן א בארד... עס נישט שטייעדיג - די עסן וועט דיר גיין אין די פוס...

יעדער ווייסט פון צענדליגע אזעלכע באבע מעשיות און סופערסטאציעס, און זיי זענען נישט אינגאנצן אוועקצומאכן. פערזענליך גלייך איך שטארק אזעליכע פאלקס געפירעכצער. ווילאנג ס'שטערט נישט נישט קיינעם גיט עס נאר צו טעם און קאליר צום היימישן פאלקס קולטור. וואס זאגט איר?

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 4:37 pm
דורך [NAMELESS]
יש מי שסובר שנשים חייבות להבדיל ויש מי שסובר שאינן חייבות. לדעת הרמב"ם והשאילתות והסמ"ג והחינוך ורוב הפוסקים מצוות הבדלה מהתורה, שבכלל "זכור" לזכור את השבת בכניסתה בקידוש וביציאתה בהבדלה, ואזי גם נשים חייבות בה מהתורה כדוגמת חיובן בקידוש. ואף לדעת הרא"ש והראשונים, הסוברים שהבדלה נתקנה על ידי חכמים, רבים מפרשים שחכמים תקנו את ההבדלה כעין קידוש, וכשם שנשים חייבות בקידוש חייבות בהבדלה. וכך כתבו המאירי והנימוקי יוסף בשם הריטב"א והמגיד משנה. ואמנם דעת האורחות חיים שהבדלה מדברי חכמים ואינה קשורה למצוות "זכור", וכיוון שהזמן גרמא - נשים פטורות ממנה. והרמ"א רצו, ח, חשש לדעתו וכתב שלפיכך לא יבדילו הנשים לעצמן אלא יצאו בשמיעה מגברים. אלא שהב"ח והמ"א ועוד אחרונים כתבו, שאשה שתרצה יכולה להבדיל לעצמה ויש לה בזה מצווה, שכן דעת הרמ"א עפ"י הרבה ראשונים, שנשים רשאיות לברך על מצוות שהזמן גרמן. לפיכך לשיטת הרמ"א אם ירצו יוכלו להבדיל. ואף שלדעת השו"ע אין לנשים לברך על מצוות שהזמן גרמן, מ"מ כאן שלדעת רוב רובם של הפוסקים נשים חייבות בהבדלה, ויש אומרים שחייבות מהתורה, יכולות להבדיל לעצמן, ואין בזה חשש ברכה לבטלה.

ולכן מותר לאשה לשתות מההבדלה. אם אתה שואל על פי הדין, מצד הדין אין איסור.

אולם על פי הקבלה, על פי הסוד, וזה גם מובא ע"י מההרי"ץ בעץ חיים, נשים נוהגות לא לשתות. יש בזה ענין עמוק ע"פ הקבלה, בגלל שחווה רצתה להיבדל מאדה"ר, נשים חייבות בהבדלה כשם שחייבות בקידוש. בעל הבית יעקב כתב על פי סוד גדול, שלא ליתן לנשים מכוס של ההבדלה, המנהג מובא ב"מגן אברהם", סי' רצו אות ד: "נהגו הנשים שלא לשתות מכוס הבדלה ועיין הטעם בשל"ה".
הטעם המובא בשל"ה (הלכות שבת) הוא משום שמובא במדרש (בראשית רבה פרשה יט פסקה ח) שעץ הדעת, ממנו אכל אדם הראשון, בעצת אשתו, היה הגפן: "אמר ר' איבו: סחטה ענבים ונתנה לו" (לאדם הראשון). . לכן נהגו לא לתת להן.

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 4:41 pm
דורך משה געציל
בד"ו איז דא א מג"א דאכט זיך אין סי' רצ"ט אדער רצ"ז וואס זאגט אז "כוס של הבדלה רגיל המבדיל לשתות כלו ואינו שותה ממנו לב"ב", (ניין ער זאגט נישט אז עס טוט אויפוועקען די האר הארמאנען).

וועגען גראבע פיס ווען מען עסט שטייענדיג ווייס איך נישט, אבער איך האב מקובל פון מיין עלטער באבע אז אויב מען עסט אסאך זיצענדיג וואקסט די בויך גרויס, איך בין נייגעריק צו יידל און יאנקל זענען מסכים דערמיט.

האפס ממי כאפט מיך אויס

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 4:43 pm
דורך קאווע טרינקער
אין קובץ חקירה, ווייזט דער עורך ראשי, העשי זעלצער, אז דאס שטאמט פון די גמרא אז ביר מאכט וואקסען האר באותו מקום, און וויבאלד פרויען'ס שיינקייט איז דוקא אן דעם (זעה מאחורי), און מ'פלעגט מבדיל זיין אויף ביר, ממילא וכו'.
א לינק

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 4:44 pm
דורך [NAMELESS]
די גמרא גיטין (ע,א) זאגט אז שלושה דברים מתישים כוחו של אדם, האחד הוא אכילה מעומד. די רמב"ם (פ"ד מהל' דעות ה"ג) ברענגט די גמרא להלכה.

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 4:45 pm
דורך משה געציל
ממי_שאמרו האט געשריבן:די גמרא גיטין (ע,א) זאגט אז שלושה דברים מתישים כוחו של אדם, האחד הוא אכילה מעומד. די רמב"ם (פ"ד מהל' דעות ה"ג) ברענגט די גמרא להלכה.

נישט דוקא אין פארעם פון גראבע פיס.

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 4:49 pm
דורך [NAMELESS]
בדרך דרוש קען מען אפשר זאגן אז ווען מ'עסט שטייענדיג ווערט מען שוואך, במילא האט מען נישט קיין כוח צו גיין אסאך, במילא קומט אויס אז מ'האט גראבע פיס (ווענט זיך צו פרעה האט געהאלטן ווי המן וועלכע האט גע'פסק'נט ווי די רמב"ם אז ספיקי דאורייתא לחומרא)

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 4:52 pm
דורך ברסלבער
בדרך רמז קען מען זאגן אז ווען מען עסט שטייענדיג כאפט מען געווענטליך אריין נאשערייען וואס האבן די סגולה צו מאכן גראב, משא"כ זיצענדיג עסט מען געווענטליך מער נארמאלע עסן.

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 4:54 pm
דורך [NAMELESS]
גרויסע חכמולוגן, דלא ידעי מאי קאמרי סבתא. די עסן לויפט אראפ (וויאזוי, אפשר דורך גראוויטי, נו, יידל, יאנקל?) אזוי, ווען א איד זיצט גייט עס ביזן מקום היכי דנשקי בטנא ברגלא (משום הרחק מן הכיעור ומן האחורי הפרגוד, נקטתי בלשון נקייה) אבער אז ער שטייט חלילה רינט עס אראפ, אראפ, אראפ, ביז חלילה.......

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 4:55 pm
דורך [NAMELESS]
ברסלבער האט געשריבן:בדרך רמז קען מען זאגן אז ווען מען עסט שטייענדיג כאפט מען געווענטליך אריין נאשערייען וואס האבן די סגולה צו מאכן גראב, משא"כ זיצענדיג עסט מען געווענטליך מער נארמאלע עסן.


ווען ביסטו לעצטע מאהל געפארן מיט א היימישע קאר סערוויס דארנעשטאג נאכמיטאג? ווען די טשולנד איז מונחת בקרן זוית אויף זיינע לאפעס, ער איז נוהג ביד כהה, און מיט די יד החזקה עסט כדי אכילת פרס (די לאנד) בנשימה אחת, עד שקריסו צועקת הושענא בא מריטת לחי, וקולו נשמע מהתם עד הכא, עד שכולם צועקים מקודשת מקודשת.

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 4:57 pm
דורך משה געציל
ממי_שאמרו האט געשריבן:בדרך דרוש קען מען אפשר זאגן אז ווען מ'עסט שטייענדיג ווערט מען שוואך, במילא האט מען נישט קיין כוח צו גיין אסאך, במילא קומט אויס אז מ'האט גראבע פיס (ווענט זיך צו פרעה האט געהאלטן ווי המן וועלכע האט גע'פסק'נט ווי די רמב"ם אז ספיקי דאורייתא לחומרא)

אז דו פאנגסט אן מיט זיינע פורים תורות (ווייסט וועמען איך מיין), ענדיג שוין צו: פרעה איז כידוע געווען זייער נידריג, די סיבה איז געווען ווייל ער האט זיך דאך געהאלטן פאר א גא-ט ממילא איז ער געגאנגען טוהן זיינע צרכים ביים נילוס. וויבאלד ער האט זיך דאך געהאלטן גא-ט אליינטס פלעגט ער דארטן אויך עסן, וסתמא דמילתא האט ער געגעסן שטייענדיג בחפזון אז קיינער זאל נישט זען, ממילא זענען אים די פוס געוואקסן אין די ברייט אנשטאט אין די הייעך, אזוי ארום איז ער געווען נידריג. כפתור ופרח! ליכא מידי דלא רמיזי...
וזה היה כוונת המן בן האגגי וכו'...

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 5:04 pm
דורך קאווע טרינקער
קופערניקוס האט געשריבן:גרויסע חכמולוגן, דלא ידעי מאי קאמרי סבתא. די עסן לויפט אראפ (וויאזוי, אפשר דורך גראוויטי, נו, יידל, יאנקל?) אזוי, ווען א איד זיצט גייט עס ביזן מקום היכי דנשקי בטנא ברגלא (משום הרחק מן הכיעור ומן האחורי הפרגוד, נקטתי בלשון נקייה) אבער אז ער שטייט חלילה רינט עס אראפ, אראפ, אראפ, ביז חלילה.......

אייזיק נוטין ברענגט טאקע דאס פאר א ראיה לשיטתו.

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 5:06 pm
דורך [NAMELESS]
מיז זיין אז די דעעשע רבנים האבן געהאט א מנהג מדורי דורות צו עסן שטייענדיג....

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 6:05 pm
דורך משולם שטיינפעלד
עה, זייערע קינדער זענען נישט משנה פון די מסורה......

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 8:25 pm
דורך [NAMELESS]
איי עם סארי טו לעט יו נו, אבער גאר אסאך (איך וויל נישט זאגן וויפיל פראצענט- קאמפיוטער לאזט נישט) זאכן האבן יא מקורות. אין חז״ל און אויך אין די וויסינשאפטליכע וועלט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 8:51 pm
דורך לעיקוואד
ממי_שאמרו האט געשריבן:איי עם סארי טו לעט יו נו, אבער גאר אסאך (איך וויל נישט זאגן וויפיל פראצענט- קאמפיוטער לאזט נישט) זאכן האבן יא מקורות. אין חז״ל און אויך אין די וויסינשאפטליכע וועלט.


מיינסט אז חז"ל אדער די וויסנשאפטליכער האבען נישט געהאט קיין באבעס?

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 9:11 pm
דורך [NAMELESS]
חז״ל?? ח״ו אני מאמין באמונה שלימה אז יעדעס ווארט וואס זיי שרייבן איז אמת ויציב

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 9:12 pm
דורך מאראנצןזאפט
איך האב אמאל באגעגנט א וועבזייטל וואס גיט זיך אפ מיט אוועקשטעלן די ווארהייט פון לעגנדעס און איינרעדענישן
http://www.snopes.com/