בלאט 3 פון 3

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 12:05 am
דורך נולד מאוחר
געפילטע פיש האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=57241#p57241

אנשטאט נעמען די לינק פון די share אפציע, נעם עס פון אויבן פון די אדרעס באר פון די פעידזש.

פון מיין פאן אויך? סקומט ארויף.די M פאר מאביל אלץ א חלק פון די url

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 6:29 am
דורך טעפל
ראשעקאל האט געשריבן:שאולזאן טענה'ט אז דאס איז מאטקא בלוי (די ארצישראל'דיגע הערשל קלאר) מיט זיין אייפאון
:mrgreen:

ער האט געזאגט אין אן אינטערוויוא אז ער דארף וואטסאפ פאר הלכהדיגע שאלות (כ'מיין אז איך אויך..)

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 8:59 am
דורך געפילטע פיש
די סנהדרין האבן דאך געדארפט קענען כישוף, ער דארף אויך וויסן וואסערע שמוץ ס'אלץ דא אויף די אייפאון.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 9:05 am
דורך געפילטע פיש
נולד מאוחר האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=57241#p57241

אנשטאט נעמען די לינק פון די share אפציע, נעם עס פון אויבן פון די אדרעס באר פון די פעידזש.

פון מיין פאן אויך? סקומט ארויף.די M פאר מאביל אלץ א חלק פון די url

נעם אראפ די דאט מיט די M.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 10:36 am
דורך איחוד פעלד
דער וואך, עיני ראו ולא זר, אין איינע פין די פיקטשער אויסגאבעס, וואס איז געלעגען במנוחתו כבוד אין בית הכבוד כי שם חלקו צפון, איז געוועהן דארט א בילד פין רב וואזנער אויף מי מנוחות, ווי ער שפאצירט מיט צוויי משמשים, און דער משמש אויף דער רעכטער זייט פין רב וואזנער שליט"א האלט א כלי (קעילי בלע"ז) און שרייבט א טעקסט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 5:59 pm
דורך אויס מענטש
אז די רעדסט שוין וועגן די בילד.
עס האט זיך געטון הימל און ערד וועגן דעם בילד, מען זאגט אז עס איז א פאטא שאפ, כלומרשט פון שווייץ און מען דערקענט איז אין בני ברק

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 10:08 pm
דורך סאשי פיש
אויס מענטש האט געשריבן:אז די רעדסט שוין וועגן די בילד.
עס האט זיך געטון הימל און ערד וועגן דעם בילד, מען זאגט אז עס איז א פאטא שאפ, כלומרשט פון שווייץ און מען דערקענט איז אין בני ברק

קליק דא פאר מער

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 7:47 am
דורך לאנדאנער
הרב יוסף פדווא מיט א געלעקסי

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 2:50 pm
דורך קרעקער
its by a chupa and he is mesader kidushin from it

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 2:56 pm
דורך דריידל
עפ"י פסקו של ר"ח קניעווסקי, זענען נאר עדי קדושין פסול אויב האבן זיי א סמארטפאון אבער וועגן די מסדר קדושין האט ער נישט גערעדט

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 12:44 pm
דורך mosheeinhorn
איך האלט אז נאר די רבנים מעגן האבן סמארטפונס אזוי איז געווען אלע יארן:

חסידים מעגן נישט האבן געלט [גשמיות] = א רבי מעג יא
חסידים מעגן נישט עסן תאוות = א רבי מעג יא
חסידים מעגן נישט רעדן מיט פרויען = א רבי מעג יא [כי אין לו הרהורים]
חסידים מעגן נישט רעדן לשון הרע = א רבי מעג יא
חסידים מעגן נישט דאווענען שפעט = א רבי מעג יא
חסידים מעגן נישט אנרירן קינדער = א רבי מעג יא
חסידים מעגן נישט האבן מאדערנע קארס = א רבי מעג יא

איינע האט נאכעפעס?

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 4:06 pm
דורך זיגמונד פרויד
חסידים מעגן נישט האבן חסידים = א רבי מעג יא (טראכט אריין א ביסל וועסטו זעהן אז אזוי איז עס טאקע).

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 4:45 pm
דורך berlbalaguleh
לאנדאנער האט געשריבן:הרב יוסף פדווא מיט א געלעקסי

ער האט עס זיכער געלאזט פילטערן ביי "טעג". ס'קען דאך אנדערש נישט זיין... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o

Re: רבנים וואס זענען נישט מקיים די אינטערנעט תקנות

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 3:29 pm
דורך שעפטאל
די בילדער דא מאכן מיך לאכן...

געזעהן אמאל א בילד פון הגר"ח קנייבסקי ביי א אפענע קאמפיאטער, (א נדבן האט עם מכבד געוועהן צו דריקן "סענד" אויף א גרויסע סכום צדקה.)