בלאט 3 פון 9
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 4:04 pm
דורך [NAMELESS]
ברסלבער האט געשריבן:ממי_שאמרו האט געשריבן:אין דבר (א לינקע ציוניסטישע צייטונג)איז געשטאנען אן ארטיקל בשנת 1984 למס' ווי זיי טענה'ן אז די נדחים (מורדים) פון וויזניץ האבן געמישט די טאפ אין סאטמאר און אנגעדרייט די בני יואל מרידה און התנגדות צום התמנות פון האדמו"ר מהר"א מסאטמאר אלס קרית יואלע רב. בכלל האט עס א שיינע שטיקל היסטאריע באשריבן דארט.
http://ranaz.co.il/Images/articles/news ... 0103_1.jpg
נישט גוטע לינק
גערעכט, שוין געטוישט
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 4:19 pm
דורך דולה ומשקה
נייגעריגער האט געשריבן:נייגעריגער האט געשריבן:איך האב א גוט שטיקל אויסשניט פון א לענגערע באשרייבונג איבער דער פרשה פון ארויסווארפן דעם וויזניצער רבי ישראל'טשע שליט"א וואס איז געווען בשעתו אין איינער פון די איזרעלישע צייטונגען,אי"ה אז איך וועל האבן אביסל מער צייט וועל איך עס סקענען און אפלוידען אהער.
איך האב עס שוין געסקענט רעדי טו גאו, אבער איך וואלט געוואלט פרעגן פון די חברים דא צו וואלט נישט אפשר בעסער געווען נישט צוזאמען צומישן די יוצרות, און אנשטאט עס דא ארויפלייגן זאל איך עפענען א נייע אשכול וועגו די היסטאריע פןן די גאנצע פרשה פון די זריקה און חזרה?
און אויב שוין אן עקסטערע אשכול אפשר וואלט געווען אזעלכע וואס וואלטן געהאלטן אז מ'דארף עס גאר לייגןאינטער "צימעס" ווייל אפילו עס איז טאקע א גוט שטיקל היסאריע איז עס אבער למעשה פאליטישע מחלוקת??!!!
חברה! רופט אייך אן מיט אייער מיינונג ווי שנעלער איך ווארט עס שוין צו לייגן.
עפען א פרישע אשכול אין צימעס, עס וועט ממילא ווערען א צימעס.
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 4:21 pm
דורך ברסלבער
ממי_שאמרו האט געשריבן:אין דבר (א לינקע ציוניסטישע צייטונג)איז געשטאנען אן ארטיקל בשנת 1984 למס' ווי זיי טענה'ן אז די נדחים (מורדים) פון וויזניץ האבן געמישט די טאפ אין סאטמאר און אנגעדרייט די בני יואל מרידה און התנגדות צום התמנות פון האדמו"ר מהר"א מסאטמאר אלס קרית יואלע רב. בכלל האט עס א שיינע שטיקל היסטאריע באשריבן דארט.
http://ranaz.co.il/articles/bigImg.asp? ... 1223_6.jpg
אן אינטערעסאנטע צוזאמשטעל
כ'האב קיינמאל נישט געהערט אז עס זאל האבן עפעס צו טוהן איינ'ס מיטן צווייטן, קען זיין אז דאס איז בלויז מפרי דמיונו פון יענעם שרייבער.
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 4:23 pm
דורך [NAMELESS]
עס קאסט א שמייכל די צוזאמשטעל (משנכנס...), צו עס איז אמת צו נישט איז שוין עפעס אנדערש, דאס קען מען דעבאטירן. לכאורה, און נאר לכאורה איז עס דברים של טעם. דער שרייבער האט שוין אבער איינמאל געוואוסט וואס עס טוט זיך אין אונזער וועלטל.
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 10:49 pm
דורך הדד בן בדד
עס איז א זיס שטיקל, אבער די צוזאמשטעל איז נארישקייטן.
נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2013 11:41 am
דורך דולה ומשקה
קען זיין יש דברים בגו,
היות משה בער בעק ועמיה זענען געווען בשורשם פון די מורדים, אזוי אויך רבי מאטיל שטיין אבד"ק פאלטישאן איז געוועהן מצד די מורדים, נישט פון די הויפט, אבער באלאנגט צו די זייט פון די מורדים, שפעטער איז ער געווארן א ר"מ בישיבת סאטמאר סענזס סטריט, שפעטער ר"י אין קרית יואל, נאך ווערן פארוויקלט אין פראבלעמען געווארן ר"י אין מונקאטש, און האט שטארק גערעדט אויף סאטמאר בכלל און אויף דער ברך משה'ס הנהגה בפרט, אין שטארק געשטיצט די בני יואל, גערעדט ביי זייערע מסיבות וכדומה.
נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2013 11:47 am
דורך נייגעריגער
דולה ומשקה האט געשריבן:קען זיין יש דברים בגוי היות משה בער בעק ועימיה זענען געווען בשורשם פון די מורדים.
אבער זיי האבן מיט די בני יואל גארנישט!
נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2013 11:49 am
דורך דולה ומשקה
געדענקסט נישט אזוי גוט, זעט אויס,
אנהייב האבען זיי גוט געארבעט האנט אין האנט, שפעטער האט זיך דאס צוטיילט.
נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2013 3:40 pm
דורך [NAMELESS]
נאך אן ארטיקל אין מעריב פון שנת תשכ"ז, ווי עס שטייט ווי אזוי די מורדים האבן פראבירט צו לייגן א שווארצע קאץ צווישן סאטמאר אין עדה החרדית און נטורי קרתא. צו ליינען די ארטיקלן איז פשוט ציקער זיס זעהן ווי אזוי פרשיות האבן זיך געקאכט אין יענע יארן. ליינט און האט הנאה:
http://ranaz.co.il/articles/bigImg.asp? ... 1213_1.jpg
נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2013 9:22 pm
דורך איך אויך
אידאך סאטמארער רב יא גערעכט געווען.
נשלח: מוצ"ש אפריל 10, 2021 9:46 pm
דורך שבת אחים
הדד בן בדד האט געשריבן:chasid האט געשריבן:סאטמאר רבי האט זיי נישט געוואלט אננעמען כידוע, ווייל ער האט געהאלטן אז זיי וועלן מאכן פראבלעמען ביי אים אויך.
אויך סתם א באבקע, כאילו זיי זענען געקומען ווי א חבורה קיין סאטמאר און געוואלט ווערן אנגענומען אין די ראמען פון די סאטמארע קאמפאני, און דער רבי האט געזאגט: ניין, איך נעם זייי נישט אן. (און לאמיר שוין צוענדיגן דעם שיינעם באבע מעשה'לע, אז דער רבי האט געזאגט, אז זיי זענען מורדים, וועלן זיי מורד זיין אין מיר אויך, שיינע חלום).
די מעשה האט קיינמאל נישט פאסירט, און ווי מען האט שוין אנגעוויזן דא, זענען פאקטיש
רוב פון די מורדים געווארן דערנאך סאטמאר'ער חסידים.
די מעשה אז א רבי האט געזאגט אז אויב זענען זיי מורדים וועלן זיי מורד זיין אין מיר אויך. האט געזאגט די שומר אמונים רבי. עס איז לכאורה פארדרייט געווארן אויף סאטמארער רב.
די מורדים האבן אנגענומען די קנאישע שיטה. אבער כמעט קיינער פון זיי איז נישט געווארן קיין פולשטענדיגע סאטמארער חסידים. (די שיטה האבן זיי אפשר אנגענומען- אויך נישט אלע פון זיי)
ווער פון די מורדים חוץ הרב משה ברוך ווייס און הרב אברהם מענדלאוויטש זענען אינגאנצן אריבער קיין סאטמאר? מעהר מורדים האבן זיך איבערגעבעטן מיט וויזניץ און צוריקגעקומען ווי געווארן סאטמארער חסידים. פאקט!
אין פאקט אלע מורדים וואס האבן באלאנגט צו וויזניץ פאר די קריג האבן זיך איבערגעבעטן מיט וויזניץ! אלע!
א שטייגער ווי הרב מנחם מונדערער, הרב מאטל שטיין, הרב עזרא וויזעל, הרב יהושע ווערצבערגער, הרב ברוך שטערן, הרב יצחק שטערן, הרב חיים שנעבאלג, הרב מנשה האס, הרב משה מיללער (יארמער רב׳ס ברודער.געווארן טאקע א שטיקל סאטמארער אבער געבליבן אויך א וויזנצער- זיך געדרייט ביי ר׳ מאטעלע טאג און נאכט) וכו׳
און אסאך וואס האבן נישט באלאנגט צו וויזניץ האבן זיך אויך איבערגעבעטן. א טייל זענען צוריק געקומען קיין וויזניץ און טייל קיין מאנסי. ווי הרב שלאגער פון מאנטריאל. וכו׳
נשלח: מוצ"ש אפריל 10, 2021 10:18 pm
דורך שבת אחים
הדד בן בדד איך ווייס נישט צי דו דרייסט זיך נאך דא אבער האסט געשריבן גאנץ שיין. אפאר זאכן שטימט נישט. ועיקר חסר מן הספר.
1) אויב די נדחים זענען געוועהן קנאים. פארוואס זענען זיי געקומען קיין וויזניץ וואס איז אלץ געוועהן א מעסיגע חסידות און אגודיסטן?
מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר?
די נדחים האבן קודם געלערנט אין וויזניץ און זיי זענען געוועהן חסידים פונעם אמרי חיים. אפילו ר' משה בער בעק איז געוועהן זיין הייסע חסיד.
און וואס איז געשעהן? זיי האבן זיך נאכדעם בארעכענט?
2) וויאזוי קען זיין אז אזעלכע הייסע חסידים פון די אמרי חיים א שטייגער ווי הרב מנחם מונדערער וכו׳ וואס האט זיך א גאנץ לעבן געקאכט אין די אמרי חיים. וויאזוי זענען געווארן פלוצלינג “מורדים” און שפעטער זיך גלייך איבערגעבעטן?
3) אלע מורדים האבן זיך געדרייט ביי הרה”ק ר’ יהודא'לע וואס איז געוועהן א באוואוסטע הייסע חסיד פון זיין שווער. האיך יתקיימו שניהם?
נאר די תירוץ איז פשוט:
די נדחים האבן נאך דעמאלטס נישט געהאט קיין פראבלעם מיט אגודת ישראל. זיי האבן פארשטאנען אז די אמרי חיים איז א אנטי-ציוני און זיין קנאות איז דורך אריינזעצן חרדישע פרומע אידן אין כנסת לטובת די פרומע אידן. ווי די אמרי חיים פלעגט אלץ זאגן “אונזער קנאות איז אז אונז גייען צו די בחירות”...
די אמרי חיים איז געוועהן גאר א געלונגענער מענטש. ווען ער איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל האט ער איבערגענומען זיין ברודער די דמשק’ס ישיבה נאך זיין פטירה. די אמרי חיים האט אויפגעשטעלט די שענסטע חסידישע ישיבה אין יענע צייטן ווי דו שרייבסט אליינס. יעדער האט זיך געטראפן דאס פלאץ דארט, סיי די פרומע קנאים און סיי מארמארישע פויערן און מיט זיין חכמה און קלוגשאפט האט ער געהאלטן אלעס אין די ראמען. און ווען ער איז געווהן בתוקפו איז שיכון-וויזניץ געוועהן א צענטער פון תורה, חכמה, און חסידות אז ס'איז געגאנגען א רויעך!
אבער ער איז קראנק געווארן. ויקם מלך חדש. בעסער געזאגט מלכה חדש. די ישועות משה האט חוץ גמרא מיט תוספות גארנישט געקענט. זיין רביצין האט איבערגענומען די לייצעס. און....
ווילאנג די הייליגער אמרי חיים האט געפירט די חסידות איז קיין פראבלעם ניט געוועהן!!!
קיינער פון די מורדים האבן נישט מורד געוועהן אין די אמרי חיים -- רוב זענען געבליבן “פייערדיגע חסידים” פון די אמרי חיים. האסט נאך קיינמאל נישט געהערט א מורד זאל רעדן איין איינציג ווארט אויף אים! אויב יא ביטע לאז מיך וויסן.
פארקערט די מורדים האבן געהאלטן אז די אמרי חיים וואלט זיי געגעבן גערעכט. זיי האבן א גאנצע צייט געוואלט אריינגיין צום אמרי חיים. זיי זענען געוועהן זיכער אז די רבי גייט זיך אננעמען פאר זיי! נאר די גבאים האבן זיי בשום אופן נישט אריינגעלאזט. מיט די טענה איז די רבי איז זייער שוואך און האט שוין נישט קיין כח דערצו.
דאס וואס דו שרייבסט אז זיי האבן נישט פארפירט נאר געגאנגען מיט שיינעם איז א פשוטע ליגענט! מיין טאטע האט געלערנט אין וויזניץ דעמאלטס. זיי האבן איבערגעדרייט די גאנצע שיכון פאר א לאנגע צייט. זיי האבן באווארפן דעם ישועות משה ווען ער איז אריינגעקומען אין שול, און אלעס איבערגעדרייט!
די גאנצע מחלוקת איז געוועהן וועגן רעדן העבעריש אין די מיידל שולע ווי איך וועל בלי נדר שרייבן ווייטער.
נשלח: זונטאג אפריל 11, 2021 1:02 am
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: דו האסט פארגעסן ארויסצו הייבן די געוואלדיגע אהבת ישראל וואס דער אמרי חיים האט געהאט. אויך זיין געוואלדיגע חכמה און פיקחות. וואס דער ישועות משה האט (ליידער) נישט געהאט. ממילא האט די מכשיפה די דעעזשער לייטשא איבערגענומען. אבער זיי אלע האבן באקומען זייער פארדינטע שטראף. איינער מער און איינער ווייניגער.
איך קען איינעם (פון די מורדים). ער איז כמעט יצא מדעתו. ווייל די ברכה פונ'ם ישועות משה האט חל געווען אויף איהם. צוערשט האביך געמיינט אז ער איז געווארן צודרייט ווייל אלס בעיבי האט ער געליטן פון די דייטשע באמבארדירונגען ביי די 2'טע וועלט מלחמה.
איך פלעג איהם הערן. ספעציעל שבת אינדערפריה אז ער רעדט צו איינעם. ער האט אייביג איבערגעזאגט די זעלבע ווערטער...."די ציונים. רשעים ארורים ימח שמם"... אבער איך האב קיינמאל נישט געהערט אז עמיצער זאלל איהם עפעס צוריקענטפערן. איינמאל האביך ארויסגעקוקט פון פענצטער, האביך געזעהן אז ער רעדט צו זיך אליינס.
א 2'טן אינצידענט האביך געהאט. ווען איך בין איינמאל ארויף אויפ'ן באס וואס פארט קיין בארא פארק. ס'איז געווען א געפאקטער באס. און די איינציגע פלאץ איז געווען נעבן איהם. כ'האב דאמאלס אנגעהאט א קוטשמע. האט ער געמיינט אז איך בין א סאטמאר'ער. נעמט ער זיך שרייען הויעך..." דו, סאטמאר'ער זעץ דיך נישט אוועק לעבן מיר"...! ביניך געבליבן שטיין אין א זייט. א מינוט ארום נעמט ער זיך נאכזאגן פון צעטיל קטן..."וצריך לאהוב כל אחד מישראל"...!ונראה מעלת חברינו ולא חסרונן..! און ר'האט גערעדט הויעך צו זיך אליין...!
נשלח: זונטאג אפריל 11, 2021 3:36 am
דורך שבת אחים
יא. איך וויל באמת נישט שרייבן נעגאטיוו אויף קיינעם פון די וויזניצער גזע ווייל כ'האב רעספעקט פאר זיי. זיי האבן געהאלפן מיין משפחה. דער תורת מרדכי האט געטוהן אסאך חסד פאר מיין טאטן און זיין משפחה במשך די יאהרן. מיין זיידע איז געוועהן די ערשטע מענטש צו שטארבן נאכן קריג אין וויזניץ און איבערלאזן א שטוב מיט קליינע קינדער. דער אמרי חיים האט אויפגעצויגן מיין טאטע מיט זיינע ברודער ווי אייגענע קינדער מיט ליבשאפט. ער האט ארויסגעוויזן ליבשאפט פאר מיין טאטן אלץ קינד. אבער די אמרי חיימ'ס קינדער האבן דאס קיינמאל נישט געטוהן! ס'איז געוועהן גענוג און נאך יתומים און צובראכענע מענטשן. אפילו זיי האבן אויסגעהאלטן מיט געלט פארשידנע משפחות יתומים וכו', אבער זיי האבן נישט געקענט ארויסווייזן קיין ליבשאפט פאר קיינעם! זיי האבן נישט געוואוסט וואס דאס מיינט בכלל... געלט יא, אבער ארויסווייזן יענעם אמת'ע ליבשאפט און אהבת ישראל ווי דער זיידע? ניין!
אלע מעלות וואס דער טאטע און די זיידע האבן פארמאגט האבן זיי נישט געהאט!
דער אמרי חיים פלעגט אלץ זאגן פאר מיין טאטן אלץ קינד און אלץ בחור “דו ווייסט מיין טיר איז אייביג אפן פאר דיר?” ער האט אמאל געפרעגט מיין טאטן “פארוואס קומסטו קיינמאל נישט אריין צו מיר? דארפסט גארנישט? האסט אלעס?”
האט אים מיין טאטע גענטפערט “דאס אז די רבי האט מיך ליב ווי אן אייגן קינד איז מיר גענוג”...
ביי די טישן און פסח ביים סדר האט ער געזעצט מיין טאטע מיט זיינע ברודערס לעבן זיינע קינדער. ווען מיין טאטע איז געווען זעכצן יאר אלט האט ער זיך געזעצט צווישן אלע בחורים פון זיין קלאס, האט ער גערופן מיין טאטן און אים געפרעגט “ווילסט שוין נישט זיצן לעבן מיר?”
ווען מיין טאטע רעדט פונעם אמרי חיים ווערט ער אינגאנצן איבערגענומען, emotional. ס'רינט אים טרערן פון די אויגן!
ווי קען מען אפילו צוגלייכן די אמרי חיים צו זיינע קינדער? די אמרי חיים איז געוועהן א קלוגער מענטש, א פיינער. א גאון אין מדות און אין חסד. אויפגעבויעט גאנצע שטובער נאכן קריג. זיך געזארגט פאר יעדן נאכן קריג ווי פאר זיינע אייגענע קינדער.
ס'האט מיר פארציילט ר' אלקנה (קאנע) אוויטש. ער איז נישט געקומען פון קיין וויזניצער משפחה און איז געוועהן פון די מייסדים פון שיכון-וויזניץ. און שפעטער געוועהן משגיח אין ישיבה. כ'האב אים געפרעגט אמאל, ווי קומסטו קיין וויזניץ? זאגט ער, נאכן קריג כ'האב פארלוירן מיין טאטע, מיין מאמע, מיין גאנצע משפחה. ווער מיינסטו האט זיך געזארגט פאר מיר? ווער מיינסטו האט זיך געפרייט ווען כ'האב געמאכט א שמחה? ווער איז געוועהן מיין משפחה, מיין טאטע? די אמרי חיים איז געוועהן די איינציגסטער מענטש וואס האט זיך באמת געזארגט פאר מיר. זיך געפרייט ווען כ'האב געמאכט א שמחה. און געוויינט מיט מיר אין מיין צער.
ער האט מיר פארציילט נאכן קריג ווי ארים זיי זענען געוועהן. איך בין געוועהן פון די ערשטע צו קויפן א אייגענע דירה אין די שיכון. די אמרי חיים האט מיך געהאלפן בארגן געלט. ווען כהאב אין א מזל'דיגע שעה געענדיגט די גאנצע געשעפט און איך בין אריין צום אמרי חיים זאגן אז איך האב שוין געענדיגט די געשעפט (געקלאוזט), האט זיך דער אמרי חיים אזאנס געפרייט, ס'האט זיך געשפירט אין די לופטן. און ער האט געזאגט דעמאלטס פאר אפאר מענטשן: “ב”ה ס׳פריידט מיר זייער אז קאנע האט זיך ב”ה אזוי שיין מסדר געוועהן”.
די אמרי חיים איז געוועהן יעדעמ'ס פאטער נאכן קריג. ער האט זיי אלע געהאלפן. באצאלט פאר האלב שיכון וויזניץ זייער רענט פון אנפאנג. זיך געמוטשעט ביז ער איז אנגעקומען ערגעץ. אבער ליידער האבן זיינע קינדער פאר'הרג'עט די שיינקייט פון וויזניץ. אפילו זיי האבן געהאט אנדערע מעלות. אבער זיי זענען בכלל נישט געוועהן ענליך צו זייער טאטע און זייער זיידע, זייערע פעטערס. די הייליגע דמשק אליעזר זצ”ל
די דמשק איז געגעאנגען נאך געלט אין רומעניע פון טיר צו טיר פאר ארימלייט און יתומים. ער איז געוועהן ממש פון די גרעסטע יחסנים פונעם דור געשטאמט פון תלמידי הבעש”ט, “א רוזשינער אייניקל”! שטעלט אייך פאר איינער קלאפט אויף אייער טיר און איר עפענט די טיר און זעהט ר' זלמן לייב טייטלבוים צי ר' בנציון האלבערשטאם גייט נאך געלט פון טיר צו טיר! די דמשק אליעזר האט פארקויפט זיינע טייערע ירושה חפצים און געגעבן די געלט פאר יתומים און ארימעלייט!
דער הרב פ. פון וועמען דו רעדסט האב איך גוט געקענט. אונז האבן שוין אמאל געשמוסט וועגן אים דא אין שטיבל. איינמאל שנה ראשונה ווען כהאב געוואוינט אין ב"פ האט ער מיך אויפגעוועקט פארטאגס. ער האט געמאכט יללות אויף די גאסן.
ער איז נישט ממש געוועהן פון די קבוצה פון די מורדים אבער ער איז אוועק דעמאלטס. אסאך מענטשן זענען אוועק פון דארט. בתוכם איינע פון מיינע פעטערס. ער איז נישט געוועהן קיין וויזניצער פאר די קריג. א אונגארישע איד. ער איז געוועהן מורא'דיג נאנט צום ישועות משה. ער איז געוועהן זיין “הויז בחור” ביי די מרידה איז ער געוועהן שטיל. אבער נאכן די פרשה פון די מרידה האט ער זיך אנגעטוהן א “ברייטע הוט” און פארלאזט וויזניץ (ווי אויך זיין ברודער, וואס איז היינט א באבוב 45 חסיד). קודם איז ער געוועהן א ירושלימער מיט א געלע קאפטן און געגאנגען צו תולדות אהרן. נאכדעם איז ער געקומען קיין וויליאמסבורג און זיך געהאלטן פאר א סאטמארער און חסיד פון ר' הערשלע ספינקער זצ”ל.
ער זינגט היינט ווייטער זמירות שבת מיט די “וויזניצער נוסח” און די “וויזניצער ברען”. זיינע קינדער האבן שוין אפאר מאל געפרעגט פארוואס ער זינגט נאך אלץ אגודי'סטישע לידער! אבער ער האלט זיך ביי זיינס. ער איז א גרויסע באוואוסטער קנאי היינט און נאכאלץ א גרויסע חסיד פון די אמרי חיים. און אפילו פון די תורת מרדכי. ווען ר' מאטעלע פלעגט קומען קיין וויליאמסבורג פלעגט ער אלץ מיטהאלטן אלע טישן.
נשלח: זונטאג אפריל 11, 2021 5:24 am
דורך שבת אחים
בכלל איז כדאי צו באמערקן אז די קנאים און זייערע שיטות האבן זיך evolved. ר׳ משה בער בעק למשל איז געבליבן א גוטע פריינד מיט מיין פעטער וואס איז אויך אוועק פון וויזניץ (פון וועמען איך האב פריער געשריבן) און זיי האבן זיך אפילו משדך געוועהן. ער פלעגט קומען צו אלע זיינע שמחות און ער פלעגט מיט ברענגן א טעפל זיך צו וואשען נטילת ידים ווייל רוב פון די טעפלעך ווערט דאך געמאכט אין די “טריפנע מדינה”...
איך האב פרובירט ביי מיינע פעטערס שמחות צורעדן מיט אים וועגן די מרידה. ער האט מיר קיין איין ווארט נישט גענטפערט.
ער האט בשום אופן נישט געוואלט רעדן דערפון צו מיר. (אזויווי רוב פון די מורדים... זיי רעדן קיינמאל נישט דערוועגן)
ער איז בכלל נישט געוועהן קיין עקסטרעימער מענטש. ווער סהאט אים געקענט פון פאר דעם ווייסט אז ער איז געוועהן פונקט ווי זיין ברודער הגה״צ ר׳ אברהם הערש- גאב״ד מעלבוירן א פייערדיגע חסיד פון די אמרי חיים נאך אלץ בחור.
ער האט חתונה געהאט מיט די טאכטער פון די באוואוסטע ירושלימער קנאי ר’ וועלוועל אייזנבאך און זיין שווער האט אים אריינגעשלעפט אין עקסטרעימיזם. סאיז נישט געשעהן פון איין טאג אפען צווייטן.
אבער דער היינטיגער גרעסטע קנאי אויף די וועלט. דריי צוריק די זייגער בערך פופציג יאר צוריק געהאט א פראבלעם מיט א טעפל וואס מהאט געמאכט אין מדינת ישראל? ער האט ניטאמאל געהאט א פראבלעם אז זיין חסידות און זיין רבי זינגט “לעשות נחת רוח” ווען ער גייט צו די טמנע בחירות.
קיינער פון די מורדים האבן נאך דעמאלטס נישט געהאט קיין פראבלעם ווילאנג די הייליגער אמרי חיים האט עס געפירט...
נשלח: זונטאג אפריל 11, 2021 8:36 am
דורך שבת אחים
די אמרי חיים האט קיינמאל נישט געשאלטן קיינער פון די מורדים! איך מאך מיט ענק א BET אויף אלעס וואס איך פארמאג אויב איר טרעפט מיר איין מענטש וואס זאגט אז ער האט געשאלטן אין זיין לעבן איין מענטש! ניטאמאל א איד! א פאלנער גוי. א רוצח האט ער נישט געשאלטן!
אים האסטו געקענט שפייען אין פנים און ער האט געזאגט אז ס׳רעגענט... ער איז געוועהן אזוי ווי זיין פאטער וואס האט מקרב געוועהן יעדען איד און געשיקט באהאלטענהייט געלט פאר זיינע שונאים.
הגה”צ ר’ דוד לעיב שווארץ זצ”ל האט פארציילט נאך די אמרי חיים’ס פטירה אז די אמרי חיים האט זיך אלץ נאכגעפרעגט ביי אים, ביי רבי יהודא’לע און ביי אנדערע אויף די מורדים לאנג נאך די מרידה. און אז די אמרי חיים פלעגט שיקן מיט אים פאר געוויסע פון זיי געלט לאנג נאך די מרידה! בשתיקה. (ער האט קיינמאל נישט געוואלט זאגן פאר וועמען ווייל די אמרי חיים האט אים אנגעזאגט אז ער זאל קיינמאל נישט פארציילן דערוועגן, אבער אזויפיל האט ער יא געזאגט אז ער פלעגט מיט אים שיקן געלט צו די אידן)
הרב מנחם אליעזר מאזעס שרייבט דאס אויך. און כהאב עס געהערט פון נאך אסאך נאנטע מענטשען אויך.
נשלח: זונטאג אפריל 11, 2021 8:51 am
דורך שבת אחים
סאיז דא א איד אין וויליאמסבורג וואס הייסט ר׳ יהושע באנדא. באוואוסטער מורד, א קנאי, תולדות אהרן׳ער חסיד. ער גייט א גאנצע וואך מיט א ריזיקע רעשוואלקע מיט א ווייסע ירושלימער קאפל נישט מסיח דעת קיין רגע פונעם אייבערשטען.
ער איז ממש פון די איינציגסטער פון די מורדים דערווייל וואס האבן מיר דערווייל געזאגט זיין מיינוג אויפן אמרי חיים. און יעדער קען אים אליינס גיין פרעגן.
כהאב אים אמאל געפרעגט צי סאיז אמת וואס די היינטיגע סאטמארער חסידים זאגן אויף די אמרי חיים. א ציוני. ער האט געגעבן א שריי.
חס ושלום!!! קדוש, קדוש, קדוש!!!
מיין טאטע האט מיר פארציילט נאך די מרידה איז ר’ יהושע באנדא געקומען יעדע וואך ביי שלש סעודות און ארויפגעקראכן אויפן דאך פון די שול. איז געוועהן א קליין פענסטערל פון דארט פלעגט ער יעדער וואך הערן די תורה פון די אמרי חיים- נאכדעם וואס מ’האט אים ארויסגעווארפן פון דארטן!
זיין יונגערע ברודער הרב ר׳ יצחק פון ב”ב איז געבליבן א וויזניצער (א מאנסיער) איינע פון די דריי בחורים וואס זענען געזיצן אין יאפאן זענען געוועהן פון זיינע קינדער.
זייו יונגסטע ברודער ר׳ משה פון ב”ב איז געוועהן א בר מצוה בחור ביי די מרידה. ער איז שפעטער געווארן א קלויזנבורגער חסיד און געהאלטן קשר מיט ר׳ מאטעלע.
נשלח: זונטאג אפריל 11, 2021 9:16 am
דורך תרומה
קען מען לייגן בילדער פון די מורדים?
נשלח: זונטאג אפריל 11, 2021 9:42 pm
דורך תרמב
פארוואס נישט? סאיז א בושה? פון וואס איך האב געלייענט ביז אהער אין דעם אשכול קוקט נישט אויס אזוי.
נשלח: זונטאג אפריל 11, 2021 10:28 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: איך ווייס נישט וואס ס'איז געווען מיט עטליכע פופציג יאר צוריק. (איך בין נאך דאמאלס געווען א יונגל/בחור.) איך קען נאר ר' משה בער בעק פון היינט. כאטש ער פרובירט צו זיין א מעסיגער. איז ער ארומגענומען מיט משוגעים און חיות. און ער טוט פאררוקטע מעשים. אזוי ווי האלזן און קושן זיך מיט איינעם פון די גרעסטע מערדערס פון דעם דור. אכמאדינעזשאד, ימ"ש...! ער רעדט טאקע שטיל און איידל. אבער מ'משפט' לויט זיינע מעשים...!
נשלח: זונטאג אפריל 11, 2021 10:42 pm
דורך קוויטעל
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: איך ווייס נישט וואס ס'איז געווען מיט עטליכע פופציג יאר צוריק. (איך בין נאך דאמאלס געווען א יונגל/בחור.) איך קען נאר ר' משה בער בעק פון היינט. כאטש ער פרובירט צו זיין א מעסיגער. איז ער ארומגענומען מיט משוגעים און חיות. און ער טוט פאררוקטע מעשים. אזוי וי האלזן אן קושן זיך מיט איינעם פון די גרעסטע מערדערס פון דעם דור. אכמאדינעזשאד, ימ"ש...! ער רעדט טאקע שטיל און איידל. אבער מ'משפט' לויט זיינע מעשים...!
ביטע נישט אראפרייסן קיין יחידים דא ברבים
נשלח: זונטאג אפריל 11, 2021 10:46 pm
דורך berlbalaguleh
קוויטעל: ר' משה בער בעק האט נישט דעם דין פון א יחיד. ער איז נישט קיין פרייוועט מענטש. ער איז א פאבליק פיגור...!
נשלח: זונטאג אפריל 11, 2021 10:47 pm
דורך קוויטעל
berlbalaguleh האט געשריבן:קוויטעל: ר' משה בער בעק האט נישט דעם דין פון א יחיד. ער איז נישט קיין פרייוועט מענטש. ער איז א פאבליק פיגור...!
עקיבא קליין אויכעט