בלאט 3 פון 12

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 10:20 pm
דורך ידען
דעת תורה האט געשריבן:שמעקעדיג, טשיילד פארנאגראפי איז אומלעגאל דא אין אמעריקע אויך, און איך מיין אז עס מוז זיין ביי געזעץ צענזורירט. יא, אמעריקע האט אויך זייטלעך וואס זיי בלאקירן!

ער האט נישט געשריבען וועגען child pornography נאר אלע שמיץ.

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 1:39 am
דורך דעת תורה
שמעקעדיג האט געשריבן:

...."We have a zero tolerance attitude to child sexual abuse imagery. Whenever we discover it, we respond quickly to remove and report it

http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2422075,00.asp

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 7:20 pm
דורך שמעקעדיג
ספרינט ברענגט 4G אין די ברוקלין עריע ביז געציילטע טעג:

http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=12699

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 7:30 pm
דורך דעת תורה
נישט קיין נייעס, שוין דא א האלב יאר דוכט זיך.

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 11:37 pm
דורך נולד מאוחר
ב''ה סוועט זיין כשרע סחורה אויפ'ן גוגל גלעס
www.vosizneias.com/137454/2013/07/31/west-nyack-ny-google-glass-to-open-up-new-vistas-for-orthodox-community-with-jewish-apps/
מיין זון זאגט מיר ''טאטי ווילסט כ'זאל זאגן אשר יצר פון אינעווייניג, קויף מיר גוגל גלעס''

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 7:24 am
דורך איך אויך
געפעלט מיר די קאממענט.
One day meshulachim will just enter a Shul and plug in a USB into a central terminal and the appeal will show up on each daveners google glasses.

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 11:05 am
דורך סאשי פיש
מען טרייט שוין אויס bbm אויף אנדרויד און אייפאון
http://crave.cnet.co.uk/mobiles/bbm-app ... -50011870/

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 12:59 pm
דורך שמעקעדיג
האסט פארלוירן דיין אנדרויד?
עפל האט שוין א פיטעשר פאר די אייפאן וואס רופט זיך "Find My iPhone", אצינד טוט גוגל אנאנסירן אז די זעלבע קומט דעם חודש צו אנדרויד.

http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2422674,00.asp

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 1:12 pm
דורך מ. גליקמאן
wow דאכציך די ערשטע זאך וואס עפל האט געהאט בעפאר ענדרויד..

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 1:33 pm
דורך ידען
סאשי פיש האט געשריבן:מען טרייט שוין אויס bbm אויף אנדרויד און אייפאון
http://crave.cnet.co.uk/mobiles/bbm-app ... -50011870/



מ. גליקמאן האט געשריבן:אין אנדערע נייעס האט סי נעט היינט געמאלדן אז די BBM (בלעק בערי מעסענדזשער) פאר ענדרויד און איי פאון איז שוין אין די טעסטינג פאזעס.
http://cnet.co/13GxZMc

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 1:46 pm
דורך סאשי פיש
.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 1:51 pm
דורך מ. גליקמאן
סארי נישט געזעהן אז איינער האט עס שוין געשריבן.
איך האב גענומען די נייעס פון טוויטער און נישט געקוקט די דעיט אויפן לינק.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 3:58 pm
דורך שמעקעדיג
דעם אמת: האט איר אמאל אדורכגעלייענט אייער דוקן "אונערס מעניועל" פון אייער אויטא?
וויפיל מאל האט איר זיך אנגעשטויסן אין א פראבלעם, און זיך אליינס געמוטשעט אויסצופיגערן וואס איז דער פראבלעם?
און ווען איר האט שוין ענדליך ארויסגענומען דעם דוקן בוכל, ווילאנג האט אייך גענומען צו טרעפן דעם ענטפער צו אייער פראבלעם?

אודי (AUDI) האט א לעזונג צו דעם פראבלעם: א סמארטפאון עפפ, וואס פארמאגט נישט נאר דעם בוכל, נאר איר קענט פוינטן די קעמרע צו א ספעציפישע פלאץ אינעם אויטא, און עס וועט ארויסקומען אינפארמאציע פון דעם פלאץ!

http://www.thecarconnection.com/news/10 ... #src=10065

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 4:01 pm
דורך זר זהב
זענען די אודי'ס גוטע קאר'ס? און וואס איז מיט אינפיניטי'ס? מ'זעהט כמעט נישט אידן דרייוון דאס. דעם עקורע זעהט מען מער

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 4:30 pm
דורך סאשי פיש
מען זעט עס מער ווייל עס איז ביליגער

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 4:31 pm
דורך מ. גליקמאן
זר זהב האט געשריבן:זענען די אודי'ס גוטע קאר'ס? און וואס איז מיט אינפיניטי'ס? מ'זעהט כמעט נישט אידן דרייוון דאס. דעם עקורע זעהט מען מער

די אינפיניטי FX35 איז מיין פעוואריט קאר.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 4:55 pm
דורך שמעקעדיג
אודאי זענען זיי גוטע קארס, אבער היבש טייער.
שוואכע ליעס דיעלס, דאס איז מסתמא די סיבה פארוואס ווייניג אידן דרייוון עס.
גראדע איז אודי (וועלכע איז די לוקזשערי אפטיילונג פון וואלקסוואגאן - אן אנדערע מעגליכע סיבה פארוואס אידן דרייוון נישט) ארויסגעקומען גאנץ שוואך אויף רעלייעביליטי אויפן לאנגן-טערמין, לויט קאנסומער רעפארטס.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 8:39 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
מ. גליקמאן האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:זענען די אודי'ס גוטע קאר'ס? און וואס איז מיט אינפיניטי'ס? מ'זעהט כמעט נישט אידן דרייוון דאס. דעם עקורע זעהט מען מער

די אינפיניטי FX35 איז מיין פעוואריט קאר.

גראדע זעהט מען יא לעצטענס א שיינע פאר fx35

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 4:56 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב שוין געטראכט א שטיק צייט צוריק צו שרייבן איבער דעם נייעם ערשיינונג פון 3D פרינטערס, אבער כבר קדמוני דער "שטערן" וואס האט עס שיין באשריבן דעם חודש (על אף וואס איך בין נאך פארבליבן מיט אסאך קשיות דערויף ואכמ"ל).
נאך יארן טראכטן מיט וואס נאך קען גרינגער ווערן אין די וועלט? ס'איז דאך שוין כמעט אלעס פאראן! בין איך פארגאפט געווארן ווען כ'האב געזעהן די נייעס איבער 3D פרינטערס. דאס גייט זיין א וועלט רעוואלוציע נומער איינס!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 3:19 pm
דורך שמעקעדיג
קוקט מיר אויס ווי AMAZON איז דאון.
דאס ערשיינט ווען איך פרוביר אריינצוגיין:

נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 3:20 pm
דורך מ. גליקמאן
יא זיי זענען דאון, לעצטענס געשעהט עס צופיל מאל ביי זיי.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 3:25 pm
דורך שמעקעדיג
ביי מיר איז עס די ערשטע מאל וואס איך האב עס.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 3:31 pm
דורך מ. גליקמאן
לעצטע מאל (געציילטע וואכן צוריק) איז עס געווען מיט סעלער סענטראל.