בלאט 3 פון 4

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 10:28 pm
דורך berlbalaguleh
פרומאק האט געשריבן:א ציל אין לעבען דארף זיין משיח זאל קומען. פארוואס ווערט מען אזוי אויסגעטריקענט. מען קען נישט לעבען מיט אביסעל יראת שמים? וואס איז א בעסערע הנאה אויף דער וועלט מציל זיין א איד פין אן עבירה און אזוי ארום מקרב זיין ביאת המשיח. דאס דארף זיין די ציל אין לעבען. כל ימי חייך להביא לימות המשיח.

מען דארף נאר זען אז אויפ'ן וועג מציל צו זיין אנדערע אידן פון עבירות זאל מען אליין ח"ו נישט טון קיין עבירות און אויך לערנען אביסל תורה און מקיים זיין אביסל מצוות. ווייל איך קען ליידער עטליכע חשוב'ע אידן וואס האבן זיך גענומען א ציל אין לעבן צו ראטעווען אנדערע אידן פון עבירות האבן זיי ליידער אליין געטון גרויסע און גראבע עבירות און נישט אויפגעמאכט א ספר און נישט מקיים געווען קיין מצוות.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 10:36 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:און וויאזוי האט זיך דיין לעבן אויסגעשטעלט למעשה? געמיר אביסעלע טיפס פליז

געחלומ'ט האב איך צו זיין א גביר אדיר אזוי ווי "טעוויע" אין "פידלער אן דע ראאף" איך האב ב"ה חתונה געמאכט זעקס קינדער. למעשה בין איך א בעל עגלה. איך פיר אידישע קינדער אין חדר אריין. היינט האב איך שוין אויפגעגעבן אלע חלומות פון עשירות. ווען איך קען אפזיצן אין א ביהמ"ד און כאפן א זאפטיגן שמועס אדער קומען אין קאווע שטיבל בין איך שוין צופרידן. דאס איז (כמעט) מיין ציל אין לעבן.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 10:42 pm
דורך זר זהב
דיין ציהל אין לעבן איז נחת פון די קינדער, און א גוטער טשולענט, ניין? כ'קוק דיר ארויף, פירן קינדער אין חדר איז א חשובע ארבעט. אבער עשירות איז מיין תאווה קיימאל נישט געווען. און אויף דעם רעד איך מיר אפ אין מיין פתיחה. הלוואי איינער קען מיר מאכן פאר אזא בעל תאווה פאר עשירות. (און נישט פאר עפעס אנדערש, וד"ל)

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 11:04 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:דיין ציהל אין לעבן איז נחת פון די קינדער, און א גוטער טשולענט, ניין? כ'קוק דיר ארויף, פירן קינדער אין חדר איז א חשובע ארבעט. אבער עשירות איז מיין תאווה קיימאל נישט געווען. און אויף דעם רעד איך מיר אפ אין מיין פתיחה. הלוואי איינער קען מיר מאכן פאר אזא בעל תאווה פאר עשירות. (און נישט פאר עפעס אנדערש, וד"ל)

יא. איך הער. למשל. ר' סענדער דייטש ע"ה האט אלעמאל געשריבן אויב מען וועט זיך צוריקהאלטן פון פארשידענע זאכן וואס זענען געווען איינגעריסן ביים עולם (חוץ פארן קיין פלארידע() "ולהשומע יונעם ותבא עליו ברכת טוב". איז מיין קשיא אלעמאל געווען. אויב מען האלט זיך צוריק פון אלע תאוות ווי זיס קען שוין זיין דאס לעבן?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 11:09 pm
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן:ר' סענדער דייטש ע"ה האט אלעמאל געשריבן אויב מען וועט זיך צוריקהאלטן פון פארשידענע זאכן וואס זענען געווען איינגעריסן ביים עולם (חוץ פארן קיין פלארידע) "ולהשומע יונעם ותבא עליו ברכת טוב". איז מיין קשיא אלעמאל געווען, אויב מען האלט זיך צוריק פון אלע תאוות ווי זיס קען שוין זיין דאס לעבן?

ר' בערל, איר האט ארויסגעברענגט א שטארקן שמייכל אויף מיינע פארוועלקטע ליפן!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 11:10 pm
דורך זר זהב
רעדסט פון מותר'דיגע תאוות?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 11:14 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:רעדסט פון מותר'דיגע תאוות?

דברים שברשות. דאס איז געווען זיין שיגרא דלישנא. ווי למשל האבן א דעסקטאפ קאמפיוטער. ווייל אינטערנעט איז נאך בימיו נישט געווען.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 11:15 pm
דורך זר זהב
berlbalaguleh האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:רעדסט פון מותר'דיגע תאוות?

דברים שברשות. דאס איז געווען זיין שיגרא דלישנא. ווי למשל האבן א דעסקטאפ קאמפיוטער. ווייל אינטערנעט איז נאך בימיו נישט געווען.

האט ער דאך געהאט ווייטע אויגן!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 11:24 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:רעדסט פון מותר'דיגע תאוות?

דברים שברשות. דאס איז געווען זיין שיגרא דלישנא. ווי למשל האבן א דעסקטאפ קאמפיוטער. ווייל אינטערנעט איז נאך בימיו נישט געווען.

האט ער דאך געהאט ווייטע אויגן!

אין הכי נמי. ר'איז געווען א וואוילער יוד. טראצדעם וואס אין די אייגענע קהילה האט מען זיך בסוף ימיו באצויגן מיט א שמייכל צו זיינע ווערטער.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 9:38 am
דורך קוגל
וויאַזוי מאַכט מען א ציל אין לעבן?
קודם כל דאַרפסטו וויסן, אַז אַלעס וואָס דו קענסט שרייבן אויף א פּאַפּיר גענוג קלאָר און פּונקטליך און דו ביסט גרייט צו אַריינצולייגן אַזויפיל צייט און כוח וויפיל עס פאַרלאַנגט זיך און ביזט גרייט צו געבן צייט וויפיל עס פארלאנגט זיך , און אויב דו וילסט עס עכט שטאַרק און טראכסט פון עס גענוג לאנג, און כסדר, דעמאָלטס בלי ספק מיטן אויבערשטנס הילף קען עס אויסגעפירט ווערן,
כדי א מענטש זאל קענען זיין זיכער מיט זיך (האבן סעלף קאנפידענט) און זיין באַקוועם מיט זיך (סעלף עסטים) דאַרף א מענטש האָבן א ציל נישט נאָר אין רוחניות נאָר אין גשמיות אויך, עס איז דאָ זעקס פּלעצער ווי א מענטש מוז האָבן א מהלך און א ציל אין לעבן:
1) פיינענשל ציל - ווילסטו האלטן מיט געלט זאכן.
2) רוחניות - וויפיל ווילסטו לערנען דאווענען - און אלעס
3) ביזנעס - ווי ווילסטו אַרבעטן - וועלכע ליין? ווילסט האָבן אַליינס א ביזנעס?
עס איז דא פינעף עצות וויאַזוי צו געוואור ווערן וואס דיין ציל איז.
4) פאַמיליע און חינוך - וויאַזוי ווילסטו דיין הויז זאל אויסזען לגבי חינוך, שלום בית,
5) געזונט און דייעט - וויפיל ווילסטו וועגן? וויפיל עקסערסייז ווילסטו מאכן? ווילאנג ווילסטו לעבן?
6) גשמיות - וואסערע הויז, קאַר, געגענט, נכסים, וואלסטו געוואלט האבן?

שרייב אַראָפּ אַלע גאועלס (צילן) אויף א פּאפּיר,
מאך א סדר לויט די וויכטיגקייט, וועלכע פון די זאַכן זענען וויכטיגער לייג ערשט.
וועהל זיך אויס די וויכטיגסטע וואָס דו ווילסט אַרבעטן אויף דעם, די איבריגע וועסטו אַרבעטן א צווייטע מאל; נעם איין עיקר צו אַרבעטן דערויף, נאָכדעם צוטייל עס אויף קלענערע צייט, ווי למשל וואס וועל איך טון יעדן טאג דערצו צו קענען אנקומען צו מיין ציל? וויפיל צייט א טאג גיב איך אוועק פאר מיין ציל? וואו וועל איך האלטן א חודש אדער וואך ארום, און וואו א יאר ארום?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 9:48 am
דורך [NAMELESS]
מר. קיגל רעדט דאך ווי א פראפעשענעל!! זייער שיין!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 9:53 am
דורך קוגל
עצות וויאזוי צו טרעפן וואָס עס איז מיין ציל אין לעבן?

1) טראַכט וואָס דו וואלסט געטון ווען דו האָסט ווען צען מיליאָן דאָללער ווי וואלסטו דעמאָלטס געגאַנגען?, וואָסערע טויש אין לעבן וואסלטו געמאַכט? באקומסט ווען א ברכה פון משה רבינו אַז וואָס דו וועסט טון וועט מצליח זיין, וואָס וואלסטו געטון?

2) ווען דו האָסט ווען די כוח צו לעבן די לעבן וואָס דו האָלטסט אַיז ריכטיג, האסט קיין שום אפהאלט, אינן וואָסערע הויז וואלטו געוואונט, וועלכע קאַר? וואָסערע חינוך שלום בית?

3) וואָס וואלסטו געטון אויב די דאָקטער זאָגט אַז דו האָסט נאָך זעקס חדשים צו לעבן? דאָס וואָס דו וואלסט געטון און דעיע זעקס חדשים דאָס מיינט דאָס איז באמת דיין ציל, מיט וועמען וואלסטו פאַרברענגט די איבריגע צייט דאָס זענען דיינע מענטשן, וואָס וואלסטו געוואָלט איבערלאָזן פון דיר?

4) שרייב אַראָפּ אַלע דיינע גרויסע דאגות וואָס ליסט דיר אויפן האַרצן, און ביי יעדע איינס וואָס דו וואלסט געוואָלט, למשל אויב די דאגה איז געלט, שרייב וויפיל געלט דו ואלסט געוואָלט האָבן, פון דעם קענסטו זען וואָס דיינע צילן זענען

5) קוק ווער דער זענען די מענשטן וואָס דו קוקסט אַרויף? אויב גייט עס נישט קוק וועם ביזטו מקנא (נער זיך נישט איינעם ביזטו מקנא) מען דאַרף אָבער וויסן אַמאָל אויב מ'איז מקנא איינעם למשל א הצלה מעמבער אַמאָל איז עס וועגן זיין חסד און אַמאָל וועגן זיין וויכטיגקייט, די זעלבע ביי אַנדערע מענשטן אויב ביזט אים מקנא וועלכע חלק פון אים וואָס זענען די תוצאות וואָס דו גלייכסט

איינע פון די וויכטיגע זאַכן ביים מאַכן א ציל איז צו טראַכטן וויאַזוי וועל איך פּילן ווען איך האַלט שוין ביי מיין ציל, ווי גוט וועט עס פּילן וואסרע מין געפיל וועט עס מיך געבן ,

המשך יבוא - ביטע לייגט אוריף די רעזולטאטן

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 9:54 am
דורך קוגל
ראשעקאל האט געשריבן:מר. קיגל רעדט דאך ווי א פראפעשענעל!! זייער שיין!


אלעס גענומען (צוזאמענגעשטעלט) פון פראפעשענאל פלעצער - עס איז נישט אייגנס (כמעט)

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 1:40 pm
דורך קפנדריא
כאטש איך ווייס אז דער פותח האשכול האט אריינגעלייגט סארקאזם און שרייבערישע פראזן אין דעם עפענונגס ארטיקל, דאך איז דער שפיץ וואס ער וויל ארויסברענגען זייער וויכטיג, רוב מענטשן וואס לעבן און לעבן ציללאז, ווי די ספרים הק' זענען מגדיר, מ'ארבעט צו פארדינען געלט צו קענען קויפן עסן, מ'עסט ווייל מ'זאל האבן כח צו ארבעטן, און מ'ארבעט מ'זאל האבן געלט צו עסן, און מ'עסט מ'זאל קענען ארבעטן, צו קענען עסן צו קענען ארבעטן... ביז מ'געפינט זיך אדער אין אלטער-היים- אדער אין שפיטאל אדער גאר אין פריי-הויף.

גאר אסאך האבן שוין אראפגעשטעלט זייער ציל צו ווערן אן עושר, צו זייער ווייטאג איז דאס דורכגעפאלן ביי רוב מענטשן, פיל פרובירן צו קנאקן ווערטלעך צו ווערן אנגענומען אלס א "געלונגענער לץ", אבער פיל מאל נעמט א קורצע צייט און מ'זעט אז די "בעלי צדקה" וואס גיבן א שנעלן זויערן לאך / שמייכל ווערן ווינציגער און ווייניגער, דער ציל פון נאכקומען די תאוות, קיינער קומט נישט אן ווי ער וויל, אין אדם מת וחצי תאוותו בידו, ער כאפט אריין א תאוה'לע אויף איין פלאץ, כאפט ער דעם רוק ערגעץ אנדערש.

אנדערש איז מיט רוחניות, אויב האט מען א ציל צו זיין א שטענדיגער עבד ה' און אנצוקומען צו טוהן רצון ה', איז מען א גאנץ לעבן אויף די מיסיע, אז ס'פאסירט און מ'פארט חלילה אמאל אראפ פון די שינעס, גיט מען זיך א שנעלן הייב אויף, מ'גיט זיך א שאקל, א פוץ אפ, און בקומה זקופה כאפט מען זיך ווייטער ארויף און מ'שפאנט מיט פעסטע טריט אויפן גראדן וועג, דער שביל המלך, און יא, גוטע קינדער איז א חשוב'ער ציל, וואס קומט אבער מיט יגיעה און גרויס סייעתא דשמיא, אבער דאס איז א ציל וואס גיט סיפוק לכל אורך הדרך, טראץ וואס דאס קומט געווענליך גארנישט גרינג אן.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 2:34 pm
דורך שמעקעדיג
קוגל האט געשריבן:מען דאַרף אָבער וויסן אַמאָל אויב מ'איז מקנא איינעם למשל א הצלה מעמבער אַמאָל איז עס וועגן זיין חסד און אַמאָל וועגן זיין וויכטיגקייט, די זעלבע ביי אַנדערע מענטשן אויב ביזט אים מקנא וועלכע חלק פון אים וואָס זענען די תוצאות וואָס דו גלייכסט.


אויב איז ער מקנא אן הצלה מעמבער צוליב זיין חסד, מיינט אז ער וועט טרעפן סיפוק אין זיין לעבן דורך טון חסד.
יעדער באקומט סיפוק אין לעבן דורך העלפן א צווייטן איד, אבער ביי איינעם איז גענוג צו געבן א שמייכל פארן חבר, און פארן צווייטן, ווילאנג ער שטייט נישט אויף לכה"פ 2 מאל אינמיטן די נאכט העלפן יענעם שפירט ער אז ער האט נאך נישט יוצא געווען זיין פליכט.

קפנדריא האט געשריבן:רוב מענטשן לעבן ציללאז, ווי די ספרים הק' זענען מגדיר, מ'ארבעט צו פארדינען געלט צו קענען קויפן עסן, מ'עסט ווייל מ'זאל האבן כח צו ארבעטן, און מ'ארבעט מ'זאל האבן געלט צו עסן, און מ'עסט מ'זאל קענען ארבעטן, צו קענען עסן צו קענען ארבעטן... ביז מ'געפינט זיך אדער אין אלטער-היים- אדער אין שפיטאל אדער גאר אין פריי-הויף.


דאס איז נישט ריכטיג אויף א איד. מיטן עסן און ארבעטן איז מען מקיים דעם רצון ה' פונקט ווי ווען מ'לערנט תורה.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 3:54 pm
דורך קוגל
קפנדריא האט געשריבן:ויב האט מען א ציל צו זיין א שטענדיגער עבד ה' און אנצוקומען צו טוהן רצון ה', איז מען א גאנץ לעבן אויף די מיסיע, אז ס'פאסירט און מ'פארט חלילה אמאל אראפ פון די שינעס, גיט מען זיך א שנעלן הייב אויף


הלואי עס איז אזוי גרינג ווי לדו לייגסט עס דא אראפ, אין פאקט זענען רוב מענשטן ברוחניות אסאך מער מיואש ווי אין גשמיות, מען האט ארויפגעווארפן אויף אונז כמעט אוממעגליכע צילן, וויל למשל מעשיות פון צדיקים וואס נאך ביי די פיר יאר האבן זיי געקענט ש"ס און פוסקים, און גדולים וואס זענען געפלויגן אין די לופטן און יעדע חומרא/מנהג וואס איז נאר דא פון ספרים און מיט אזא ערנסטקייט.

למעשה מוז מען האבן אציל אין די אנדערע זאכן אויך אונז זענען נישט קיין מלאכים און נישט קיין צצדיקים פון פריערדיגע דור.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:17 pm
דורך קפנדריא
שמעקעדיג האט געשריבן:
קפנדריא האט געשריבן:רוב מענטשן לעבן ציללאז, ווי די ספרים הק' זענען מגדיר, מ'ארבעט צו פארדינען געלט צו קענען קויפן עסן, מ'עסט ווייל מ'זאל האבן כח צו ארבעטן, און מ'ארבעט מ'זאל האבן געלט צו עסן, און מ'עסט מ'זאל קענען ארבעטן, צו קענען עסן צו קענען ארבעטן... ביז מ'געפינט זיך אדער אין אלטער-היים- אדער אין שפיטאל אדער גאר אין פריי-הויף.


דאס איז נישט ריכטיג אויף א איד. מיטן עסן און ארבעטן איז מען מקיים דעם רצון ה' פונקט ווי ווען מ'לערנט תורה.


אנטשולדיגט, איך האב פארגעסן צו מדגיש זיין אז די ספה"ק רעדן נישט פון אידן, א איד עסט צו האבן כח צו דאווענען און לערנען, דינען דעם בורא און מגדל זיין די קינדער, זיי רעדן פון 'אלגעמיינע' באפעלקערונג.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 7:40 pm
דורך קליינע רעבעלע
קיגעל טייערע איך מיז דיר גראטאלירן פאר דיין ארבערט
דע מערסטע האט מיר געכאפט

וואָס וואלסטו געטון אויב די דאָקטער זאָגט אַז דו האָסט נאָך זעקס חדשים צו לעבן? דאָס וואָס דו וואלסט געטון און דעיע זעקס חדשים דאָס מיינט דאָס איז באמת דיין ציל, מיט וועמען וואלסטו פאַרברענגט די איבריגע צייט דאָס זענען דיינע מענטשן, וואָס וואלסטו געוואָלט איבערלאָזן פון דיר?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 2:31 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ר' סענדער דייטש ע"ה האט אלעמאל געשריבן אויב מען וועט זיך צוריקהאלטן פון פארשידענע זאכן וואס זענען געווען איינגעריסן ביים עולם (חוץ פארן קיין פלארידע) "ולהשומע יונעם ותבא עליו ברכת טוב". איז מיין קשיא אלעמאל געווען, אויב מען האלט זיך צוריק פון אלע תאוות ווי זיס קען שוין זיין דאס לעבן?

ר' בערל, איר האט ארויסגעברענגט א שטארקן שמייכל אויף מיינע פארוועלקטע ליפן!

אייערע (לעפצן) זענען אויך נאר פארוועלקט געווארן ווייל איהר האט זיך צוריקגעהאלטן פון אלע תאוות עוה"ז,

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 10:07 pm
דורך לעיקוואד

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 11:20 pm
דורך chaims
עס איז נישט דא קיין ציהל אין לעבן!

פארשטייט זיך אז דער מענטש האט אן איינרעדעניש פאר דאס און יענץ מאכט דאס איהם פיהלן גוט און ער רעדט זיך איין אז דאס איז זיין ציהל אבער באמת ווייסן מיר דאך אזוי ווי שלמה המלך זאגט אין קהלת הבל הבלים וכו'
זייט איך בין געקומען צו דעם דאזיגען אנערקענונג פרוביר איך אויס צונוצען יעדע מינוט אין לעבן און איך בין נישט פארנומען מיטן ציהל

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 6:08 pm
דורך עפל פאי
קוגל האט געשריבן:הלואי עס איז אזוי גרינג ווי לדו לייגסט עס דא אראפ, אין פאקט זענען רוב מענשטן ברוחניות אסאך מער מיואש ווי אין גשמיות, מען האט ארויפגעווארפן אויף אונז כמעט אוממעגליכע צילן, וויל למשל מעשיות פון צדיקים וואס נאך ביי די פיר יאר האבן זיי געקענט ש"ס און פוסקים, און גדולים וואס זענען געפלויגן אין די לופטן און יעדע חומרא/מנהג וואס איז נאר דא פון ספרים און מיט אזא ערנסטקייט.

למעשה מוז מען האבן א ציל אין די אנדערע זאכן אויך אונז זענען נישט קיין מלאכים און נישט קיין צצדיקים פון פריערדיגע דור.

קודם כל האט דאך דער רבי געזאגט זייט אייך ניט מייאש! קיין יאוש איז גאר ניט פארהאנדין!

צווייטנס, א מעשה פון א צדיק מיינט נאכנישט אז מען ווארפט דאס ארויף אויף אונז, מיר דארפן טון אונזערס, לויט די מעגליכקייטן.

דאס מאכן יעדע חומרא\מנהג אזוי גרויס, מאכט אז די חיובי התורה ווערן אפגעשוואכט, און ביליג. (נע, וואס איז עס שוין ווערד)

א איד דארף האבן א ציל און תכלית פארוואס ער איז דא אויף דער וועלט אבער ווי פארשטייט זיך דארף עס זיין באופן אז עס איז אין אונזערע מעגליכקייטן\אמצעים ווי אלע הייליגע ספרים זאגן שוין. ואכמ"ל
און ניין, איך קען נישט יעצט אויפזיין טויזנט נעכט אדער לערנען טאג און נאכט, אבער כ'קען יא אהיימגיין עסן סאפער מיט די ב"ב (א מצוה) מאכן ברכות ערליך, גיין צום שיעור, שמייכלן צו א אנגעזעצטע חבר (א גרויסע מצוה) דאווענען מעריב און לייענען קרי"ש ערליך לויט מיין יעצטיגע דרגא, און זיך לייגן באצייטנס כדאי צו לערנען דעם צופרי שיעור א.א.וו.
איז דאס נישט קיין ציל?
פירן א ערליך אויסגעהאלטענעם לעבן איז נישט א ציל?

אין הימל ווערט געקאונט יעדע עשי' טובה, יעדע דבר טוב, יעדע קרעכטץ און גוט ווארט פאר א צווייטן איד, אפילו ביזט נישט דער גרעסטער עסקן, און אפילו מען וועט דיר נישט געבן א 'פלעג' מיט גרויס פאמפע דראמפע, קיינער אנערקענט דיך נישט, קוים ווייסט מען...
יעדע מאל דו ווילסט זיין ערליך, דו האלטסט זיך אפ פון עפעס, קיינער ווייסט אפילו נישט... אבער דיין ציל האסטו שוין דערגרייכט! נישט, וועסט אמאל אנקומען. נאר דו האסט עס געמאכט!

chaims האט געשריבן:עס איז נישט דא קיין ציהל אין לעבן!
זייט איך בין געקומען צו דעם דאזיגען אנערקענונג פרוביר איך אויס צונוצען יעדע מינוט אין לעבן און איך בין נישט פארנומען מיטן ציהל

חיים, א מענטש מוז האבן א ציל, אזוי ווי אין ביזנעס, ווי וויל איך אנקומען און וואס וויל איך דא טון.
כאטש כ'קען פארשטיי די געדאנק, אז מ'איז פארנימען מיטן ציל און אינצווישן טוט מען גארנישט, אבער א איד האט א ציל און מוז וויסן אז ער לעבט פאר עפעס, אז נישט פארלירט מען דעם טעם אין לעבן איינער פריער איינער שפעטער, אדער ער, אדער זיינע קינדער.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 11:47 pm
דורך chaims
איך ווייס אז מען מוז זיך מאכן עפעס א ציהל אבער אז מען האט ליידער נישט דארף מען זעהן אויצונוצן יעדע מינוט ווי עד ברויך צו זיין