גראדע זענען פיזיקער נישט זיכער צו די ביג בענג איז בכלל די אנהויב פון די יונעווערס. ביז דארט קען מען אויסרעכענען מיט איינשטיינס טעאריע וויאזוי די יונעווערס איז געווען אבער ביי א געוויסע פונקט ארבעט שוין נישט זיין טעאריע און מ'איז נאכנישט אויפגעקומען מיט א פערטיגע קוואנטאם-גראוויטי טעאריע. ס'איז נישט אז זיי זענען זיכער אז פארדעם איז גארנישט געווען, נאר היינט איז נישט דא קיין שום וועג צו וויסן וואס איז געווען פארדעם. קען זיין ס'האט זיך דארט אנגעהויבן, אבער ס'קען אויך זיין אז די ביג בענג איז פשוט א 'פעיז' וואס די יונעווערס איז אדורך.
איך וועל ציטירן פון "Sean Carrol" פון זיין בוך "something deeply hidden" וז"ל:
If we take the Schrödinger equation at face value, time seems to be right there in a fundamental way. Indeed, it immediately follows that the universe lasts eternally toward both the past and future, for almost all quantum states. You might think that this conflicts with the oft-repeated fact that the Big Bang was the beginning of our universe, but we don’t actually know that oft-repeated fact to be true. That’s a prediction of classical general relativity, not of quantum gravity. If quantum gravity operates according to some version of the Schrödinger equation, then for almost all quantum states, time runs from minus infinity in the past to plus infinity in the future. The Big Bang might be simply a transitional phase, with an infinitely old universe preceding it.
לגבי דעם איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען לשונו של הרמב״ם במו״נ (ח״א פע״א), וכבר ידע כל מעין זך השכל מאמת שלא יטעה נפשו שזאת השאלה - רצוני לומר קדמות העולם או חידושו - לא יגיעו אליה במופת חותך ושהיא מעמד שכלי, ע״כ ע״ש.
(ס׳איז אויך אינטרעסאנט צו זעהן ווי אזוי ער מערקט דארט אן אז לגבי די ראיות פון די חכמי ישמעאל והנוצרים פאר חידוש העולם [די (אריגינעלע) קאלאם] זענען זיי געווען בייעסד אזוי אנצונעמען און דערנאך/דערויף האבן זיי געמאכט זייערע הנחות. דעריבער טיילט ער אפ (ווי נישט) די ראיות פאר מציאות הבורא פון די קאנטראווערסיע איבער קדמות או חידוש העולם ע״ש.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)