בלאט 3 פון 7

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 8:57 am
דורך הדד בן בדד
ידען האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:
פרומאק האט געשריבן:אין מאנסי איז דא א איד א גרויסע צדיק, מען רופט אים ר' מעכעלע פין נתניה. איך ווייס נישט וואס ער האט מיט נתניה. אבער ער גייט אויך ווייסע זאקען אין דער וואכן. מענטשען זאגען אויף אים גאר גרויסע זאכען מיט אפענע רוח הקודש.



אין וויליאמסבורג איז דא א איד א גרויסער צדיק תמים, ער הייסט ר' חיים שמעלצער, איך ווייס יא פארוואס מען רופט אים שמעלצער, א איד א צדיק, מען זאגט אויף אים גרויסע זאכן, ער גייט נישט קיין ווייסע זאקן.


דא האסטו געמאכט לצנות פון צוויי ערליכע אידן. ר' מיכל'ע איז א אמת'ער ערליכער איד און א גרויסער עובד ה', אלע יארן געווען אזוי. דער איד האט חסידים און ער פירט א ביהמ"ד מיט א רבי'סטווע, אידן קומען צו פארן צו אים אויף שבתים און איך זעה נישט וואס איז דא דא חוזק צו מאכן. אויב חוזק זענען די אנדערע רבי'ס די חוזק, ער איז א אמת'ער רבי ווייל ער האט נישט איבערגענמען א קאמפאני און געווארן דעם סי אי או נאך זיין טאטן. ער איז פלעין א ערליכער איד וואס דינט דעם אויבערשטן און אידן קומען צו אים זיך לערנען א דרך אין עבודת ה' און נהנה צו זיין פון אים עצה ותושיה. דאס הייסט א אמת'ע רבי.

ווידער ר' חיים שמעלצער איז טאקע אויך גאר אן ערליכער איד, מיט א פארצייטישע תמימות, אבער אינגאנצן אויף אן אנדערן דרגא. און יא, ר' מיכל'ע איז דער טייפ איד צו זיין א רבי, און ר' חיים איז דער טייפ איד צו זיין דער חסיד. און מיט דיין תגובה דא האסטו חוזק געמאכט פון ביידע פון זיי.

לויט וויזוי איך ווייס איז ר' מיכעלע א ערלעכע איד און א תמימותדיגע איד אבער ער איז געווען א רבי אן א ביהמ'ד און אלעמאל ארומגעגאנגען נאך געלט און געזאגט ווערטלעך (שטייצעך מיט טיפע סודות וואס אונז האבען נישט אלע מאל פארשטאנען) און טאקע ער האט געהאט אביסעל חסידים דא און דארט אבער נאר די לעצטע פאר יאר איז ער געווארען די גרויסע צדיק פון וואס דו רעטסט.


אזוי איז אלעמאל געווען, ווען די פריערדיגע זענען אוועק, זענען די יעצטיגע גרויס געווארן. און בד"וו, איך האב אים אלעמאל געקענט אלס צדיק, נאר פאר יארן האט ער געוואוינט אין א"י און געהאט זיין בית מדרש'ל אין נתני', און ער פלעגט נאר קומען אהער נאך געלט, אבער עס אז נאר די לעצטע פאר יאר וואס ער וואוינט שוין דאהי, און כמעט זייט ער איז דא האבן זיך גרופירט ארום אים אינגעלייט מבקשים וועלכע האבן געמאכט דאס מנין און דאס בית מדרש

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 8:59 am
דורך הדד בן בדד
אמת טאקע, דער ליזענסקער רבי פון מאנסי גייט אויך אזוי. דער קאליב'ער פון ווילי ווייס איך נישט.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 9:12 am
דורך sunbar
הדד בן בדד האט געשריבן:אמת טאקע, דער ליזענסקער רבי פון מאנסי גייט אויך אזוי. דער קאליב'ער פון ווילי ווייס איך נישט.


די קאלובער פון ווילי טראגט שווארצע זאקן. די קאלובער פון ארה'ק טראגט ווייסע.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 9:13 am
דורך לעמיל
הדד בן בדד האט געשריבן: דער קאליב'ער פון ווילי ווייס איך נישט.

ער גייט נישט אינדערוואכען מיט וויסע זאקען נאר און די וואך פון שבע ברכות פון א אייניקעל

sunbar האקט

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 10:21 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:דעעשע רבי פון ב.פ.

ס'איז דא צוויי דעעשע רבי'ס. אבער דעם וואס דו מיינסט (ביהמ"ד אויף 43 סטר). האט אנגעהויבן גיין ווייסע זאגן נאך שבת חנוכה דרייא יאר צוריק. די אנדערע דעעשע רבי פון 57סטר. גייט נאך נישט.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 10:24 pm
דורך זר זהב
ווען גייט זיך דער אנדערער אנטון? כ'קען נישט ווארטן

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 2:04 am
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:ווען גייט זיך דער אנדערער אנטון? כ'קען נישט ווארטן

ס'קען נאך געשעען. נאר דערווייל נעם א בענקל. ס'דא נאך א רבי וואס האט געוואוינט אין ב.פ. און וואוינט היינט אין א"י. ער הייסט ר' ברוך פינחס לייפער. ר'האט איין טאג מחליט געווען אז ער איז ראוי צו גיין ווייסע זאקן אינדערוואכן. און קיינער האט נישט מוחה געווען.

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 3:37 am
דורך געפילטע פיש
איינער ווייסט וועלכע רבי'ס גייען ווינטער מיט די ווארמע גאטשעס? ס'מיר זייער וויכטיג צו וויסן, אויב מעגליך אויך וועלכע קאמפאני, בעיקר דאהי, פאר א"י קען מען מאכן א עקסטערע ליסט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:19 am
דורך קאווע טרינקער
זר זהב האט געשריבן:ווינער רב טראגט הויזן

me too

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:20 am
דורך זר זהב
BS

prove it

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:20 am
דורך קאווע טרינקער
געפילטע פיש האט געשריבן:איינער ווייסט וועלכע רבי'ס גייען ווינטער מיט די ווארמע גאטשעס? ס'מיר זייער וויכטיג צו וויסן, אויב מעגליך אויך וועלכע קאמפאני, בעיקר דאהי, פאר א"י קען מען מאכן א עקסטערע ליסט.

they don't need, they are all under the sun
palm springs, Florida

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:47 pm
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:איינער ווייסט וועלכע רבי'ס גייען ווינטער מיט די ווארמע גאטשעס? ס'מיר זייער וויכטיג צו וויסן, אויב מעגליך אויך וועלכע קאמפאני, בעיקר דאהי, פאר א"י קען מען מאכן א עקסטערע ליסט.

האסט א ברירה גיין אין אלע מקוואות, קוקן. :lol:

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:50 pm
דורך זר זהב
פארוואס מיינסטע האבן די רביליך פריוואטע מקוואות??

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:58 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:פארוואס מיינסטע האבן די רביליך פריוואטע מקוואות??

און די וואס האבן נישט, יאגן ארויס דעם עולם ווען די רבי גייט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 9:15 pm
דורך נ נח
דאכט זיך מיר אז ר׳ חצקל רוטה גאב״ד קארלסבורג גייט ווייסע זאקן
אינדערוואכן. ניין?

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 9:46 pm
דורך sunbar
נ נח האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז ר׳ חצקל רוטה גאב״ד קארלסבורג גייט ווייסע זאקן
אינדערוואכן. ניין?


יא. גערעכט

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 10:37 pm
דורך קאוקאנט
געפילטע פיש האט געשריבן:איינער ווייסט וועלכע רבי'ס גייען ווינטער מיט די ווארמע גאטשעס? ס'מיר זייער וויכטיג צו וויסן, אויב מעגליך אויך וועלכע קאמפאני, בעיקר דאהי, פאר א"י קען מען מאכן א עקסטערע ליסט.


פאר די וואס ווייסן. בעלזער רבי גייט מיט רעגולער גאטשעס.
די קאמפעני איז לכאורה יעדע וואך א אנדערע. זינט ס'איז נראה לעינים, האט זיך פארמירט א געשלעג צווישן די קאמפעני'ס. דאן האבן די גבאים אפגעמאכט צו שטילן דעם געשלעג מיטן צושטעלן פאר יעדן צוגלייך.

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 10:57 pm
דורך משה געציל
געפילטע פיש האט געשריבן:איינער ווייסט וועלכע רבי'ס גייען ווינטער מיט די ווארמע גאטשעס? ס'מיר זייער וויכטיג צו וויסן, אויב מעגליך אויך וועלכע קאמפאני, בעיקר דאהי, פאר א"י קען מען מאכן א עקסטערע ליסט.

:D :D :D
איך האב פונקט געטראכט וואס עס גייט נעקסט דריקן אויפן מאגען פארן פותח האשכול... איך האב מיך פארגעשטעלט אז נעקסט קומט וועלכע רבי׳ס גייען נישט מיט קיין אונטער העמעדער...

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:13 pm
דורך שמעקעדיג
יא, דער עולם האט דא ערנסטע דאגות...
אויך מיר א דאגה, יענעמ'ס זאקן...

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:27 pm
דורך איחוד פעלד
משה געציל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:איינער ווייסט וועלכע רבי'ס גייען ווינטער מיט די ווארמע גאטשעס? ס'מיר זייער וויכטיג צו וויסן, אויב מעגליך אויך וועלכע קאמפאני, בעיקר דאהי, פאר א"י קען מען מאכן א עקסטערע ליסט.

:D :D :D
איך האב פונקט געטראכט וואס עס גייט נעקסט דריקן אויפן מאגען פארן פותח האשכול... איך האב מיך פארגעשטעלט אז נעקסט קומט וועלכע רבי׳ס גייען נישט מיט קיין אונטער העמעדער...


און יאך וואלט געראטען צו מאכען א רשימה וועלכע רעביס טראגען די גאטשע העמדער (מיט די גרויסע ארבעל).

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:06 pm
דורך דולה ומשקה
ווען האט ער אנגעטוהן די ווייסע זאקן:

מונקאטש רבי האט אנגעטוהן ווען ער איז געווארען 70
ברך משה מסאטמר ווען ער איז גווארען אדמור מסאטמאר בשנת תש"מ - ווען ער איז געוועהן בערך 60
מהר"ש מבאבוב ערשט ווען ער איז געקומען קיין בארא פארק שנת תשכ"ז - ווען ער איז געוועהן בערך 60
האדמו"ר מבאבוב (45) ככלות השלושים, ווען ער איז אפגעפלויגען קיין ארץ ישראל
האדמו"ר מזמיגראד מבני ברק זצ"ל סוף ימיו בערך ווען ער איז געווארען 80

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 4:22 pm
דורך הדד בן בדד
זר זהב האט געשריבן:BS

prove it


:like :lol:

זר, דו ביסט גוט...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 4:48 pm
דורך קאווע טרינקער
עפעס א רבי'לע דא אין בארא פארק. ער גייט אפיציעל מיט שווארצע שטרימפ, אבער יעצט זעה איך אז זיין זאקען איז ווייס געווארן פון די שניי.
על כן קען מען אפשר מוסיף זיין צו די רשימה.
פון די אנדערע זייט הער איך, אין מאנסי איז א ווייסע-זאקען רבי'לע שמיציג געווארן, און גייט מיט שווארץ.