בלאט 3 פון 4
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:59 am
דורך רויטע וואנצעס
הייסט מ'ברענגט אליין עסן, און מ'מאכטס זיך היימיש אין שול?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 8:57 am
דורך גנדי
רויטע וואנצעס האט געשריבן:הייסט מ'ברענגט אליין עסן, און מ'מאכטס זיך היימיש אין שול?
יא.
די שול איז בערך 100 יאר אלט. אויסגעשטעלט אזוי ווי רוב אלטע שולן.
אינטער די שול איז דא א גרויסע שטוב מיט א קאך. מען ברענגט די אייגענע עסן. און מען קען עסן באקוועם. רוף אן די רב און גיב אים א נדבה.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 9:04 am
דורך גנדי
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:57 am
דורך days
שכוח גנדי פאר די אינפא סאיז מיר זייער אינטערסאנט ווייל איך האב שוין אפאר מאל געקוקט אויף דעם געגענט בערך 3 מייל אוועק איז דא א שיינע אגודה שיל מיט א מקוה און א היימישע גראסערי און דעלי לעבן דעם נאר סאיז צו ווייט צו וואקן שבת, כהאב נישט געוויסט פון דעם שיל..
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 12:33 pm
דורך גנדי
days האט געשריבן:שכוח גנדי פאר די אינפא סאיז מיר זייער אינטערסאנט ווייל איך האב שוין אפאר מאל געקוקט אויף דעם געגענט בערך 3 מייל אוועק איז דא א שיינע אגודה שיל מיט א מקוה און א היימישע גראסערי און דעלי לעבן דעם נאר סאיז צו ווייט צו וואקן שבת, כהאב נישט געוויסט פון דעם שיל..
רוף אן פון פאראויס זיכער מאכען עס איז דא מנין, געווענליך איז דא, ס'איז דאך אן אלט שול דארף מען זיכער מאכן פאראויס.
ס'איז אויך דא א גרויסע חב"ד הויז פאר RUTGERS UNIVERSTY
https://www.rutgers.edu/http://www.chabadnj.org/די חבד הויז איז א 20-30 מינוט שפאציר פון די HYATT HOTEL
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:49 pm
דורך רויטע וואנצעס
א פאני שאלה [tag]גנדי[/tag]. ווי אזוי פילסטו זיך באקוועם איבערן שבת אין האטעל צווישן גוים, מ'קוקט? קענסט גיין שווימן? לויפן אויפן טרעדמיעל מיט די ווייב? איך בין קיינמאל נישט געווען אין א געהעריגע האטעל נאר פאר ביזנעס, פאר פלעזשור בין איך נישט געווען, וויל איך וויסן, א דאנק!
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 2:02 pm
דורך ישמעאל הכהן
וואנצעס, אין די זומער שבתים זענען דא האטעלן וואו די גוים זענען די מינאריטעט... ווען איך בין דאס ערשטע מאל געגאנגען אפאר יאר צוריק מיט נאך 3 משפחות און געמיינט אז איך גיי האבן פרייוועסי אנקומענדינג האב איך געזען נאך 20 אידן, מנין איז געווען אין לאבי טשולענט האבן מיר געגעסן אין סווימינג פול, יעדער האט געטעיסט דעם אנדערענ'ס טשולענט. סוף זומער האב איך געהאט א מנין נייע באקאנטע וואס אלע זענען אנגעקומען צו יענע ארומיגע האטעלן דורך פרייסליין.
נישטא וואס זיך צו שעמען קיינמאל, יעדער איז פריינטליך געווענליך. די גוים זענען אויך דארט נאר צו גאסט. דעם שטריימעל האב איך אבער געלאזט אינדערהיים
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 2:26 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך בין געווען אמאל אין א גאר היימישע האטעל, קיינער איז נישט געגאנגן שווימען פרייטאג, האב איך פארשפארט די טיר און געשווימן מיט מיין ווייב. ס'איז געווען עפעס אויסערגעווענדליך געשמאק! (מאחורי?
) די פחד אז מ'גייט מיר פאקען (פ דגוש אוודאי) האט נאר צוגעגעבן צום געשמאק.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 2:50 pm
דורך days
ישמעאל הכהן האט געשריבן:וואנצעס, אין די זומער שבתים זענען דא האטעלן וואו די גוים זענען די מינאריטעט... ווען איך בין דאס ערשטע מאל געגאנגען אפאר יאר צוריק מיט נאך 3 משפחות און געמיינט אז איך גיי האבן פרייוועסי אנקומענדינג האב איך געזען נאך 20 אידן, מנין איז געווען אין לאבי טשולענט האבן מיר געגעסן אין סווימינג פול, יעדער האט געטעיסט דעם אנדערענ'ס טשולענט. סוף זומער האב איך געהאט א מנין נייע באקאנטע וואס אלע זענען אנגעקומען צו יענע ארומיגע האטעלן דורך פרייסליין.
זומער שבתים אפגערעדט כמעט איבעראל איז דא מנין, כ'וועל קיינמאל נישט פארגעסן ווי אונז זעמער געפארן א גרופ איין שבת אין א הערליכע האטעל, און אריינקומענדיג האט זיך אנטפלעקט עטליעסט 150 אידישע משפחות...
דער עולם קאלן אן די האטעל פרעגן צו ס'איז דא א אידישע גרופ ס'הייסט מנין, און טאמער יא שטראמט מען אין די מאסן אויפן חשבון פון די ספר תורה וואס מיר האבן זיך אומשולדיג מיטגעברענגט...
זייט דעמאלט זאג איך פאר מיין ווייב אז זומער דארף מען גיין אין א אידישע האטעל ווייל דארט איז דא די ווייניגסטע אידן...
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2013 9:10 pm
דורך ציגעלע
איין זייער וויכטיגע זאך: זאג אן פאר דע אלע קאפאל'ס צי האלטען דע גאנצע נסועה בסוד משום מעשה שהיה
איך קען איינעם וואס ער מיט זיין ווייב מיט נאך 2 קאפעל'ס זענען אוועק געפארן אויפ א שבת, זיין ווייב האט איין אינדערפרי ביי דע באס מיט איר לויזע צינג דערציילט פינען שבת, אין ווייניגער ווי שעה האט ער באקימען א טעלפאן פין דע מוסד ווי ער שיקט זיינע קינדער "אז ער זאל נישט שיקן זיינע קינדער מארגען ביז ער קימט זיך נישט דורך מיט הנהלה", באנאכט ווען ער האט זיך געטאראפן מיט זיי זענען דארט געווען 3 אינגעלייט, איך וויל נישט דערצלייען וואס מען האט אים אלטס אויסגעפרעגט, ווי אזוי מען האט געגסען, ווען מען האט זיך געלייגט, צי עס איז געווען א טיר פין איין צימער צים צווייטן, אין נאך טיפער וד"ל
למעשה נישט האבן'דיג קיין פיל ברירות (אין נישט האבען'דיג קיין געלט....)האט ער צי אלעם מסכים געווען וואס זיי האבן פארלאנגט
פארוואס זאג איך עס אייך ווייל איך וויל איר זאלט וויסען
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2013 9:11 pm
דורך איך אויך
וואס האבען זיי פארלאנגט?
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2013 9:13 pm
דורך ציגעלע
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך בין געווען אמאל אין א גאר היימישע האטעל, קיינער איז נישט געגאנגן שווימען פרייטאג, האב איך פארשפארט די טיר און געשווימן מיט מיין ווייב. ס'איז געווען עפעס אויסערגעווענדליך געשמאק! (מאחורי?
) די פחד אז מ'גייט מיר פאקען (פ דגוש אוודאי) האט נאר צוגעגעבן צום געשמאק.
איך ווייס זייער גיט פין דע געשמאק, אבער נישט און קיין היימישע האטעל
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2013 9:16 pm
דורך ציגעלע
איך אויך האט געשריבן:וואס האבען זיי פארלאנגט?
משיגענע זאכן ווי ער מיז דאווענען ער מיז האבן א שיעור יעדע טאג אין א באשטימטע שיהל, נאך דעים ווי אזוי זיין ווייב מעיג זיך אנטיען וכו' וכו'
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2013 9:23 pm
דורך רויטע וואנצעס
זיי האבן בעיקר געוואלט זעכער מאכן, אז ער גייט נישט אויף די זעלבע פלאץ ווי זיי גייען.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:34 am
דורך הבא ללמד
ציגעלע האט געשריבן:איך קען איינעם וואס ער מיט זיין ווייב מיט נאך 2 קאפעל'ס זענען אוועק געפארן אויפ א שבת, זיין ווייב האט איין אינדערפרי ביי דע באס מיט איר לויזע צינג דערציילט פינען שבת, אין ווייניגער ווי שעה האט ער באקימען א טעלפאן פין דע מוסד ווי ער שיקט זיינע קינדער "אז ער זאל נישט שיקן זיינע קינדער מארגען ביז ער קימט זיך נישט דורך מיט הנהלה", באנאכט ווען ער האט זיך געטאראפן מיט זיי זענען דארט געווען 3 אינגעלייט, איך וויל נישט דערצלייען וואס מען האט אים אלטס אויסגעפרעגט, ווי אזוי מען האט געגסען, ווען מען האט זיך געלייגט, צי עס איז געווען א טיר פין איין צימער צים צווייטן, אין נאך טיפער וד"ל
איך בין משיגע אז איך האלט אז הנהלת המוסד האט אחריות נישט צי צלאזן קיין הפקירות?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:37 am
דורך געפילטע פיש
יא
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:41 am
דורך הבא ללמד
געפילטע פיש האט געשריבן:יא
אפשר ביסטי עס מסביר? ווען איך שיק און א מוסד קיק איך וואספארע אטמאספער מיייינע קינדער וועלן זיין, איך וואלט נישט געוואלט מיינע קינדער מיט אזעלכע משפחות
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:48 pm
דורך געפילטע פיש
און וואו שטעלט זיך עס אפ? דיינע עלטערן האבן קיינמאל אזעלכע דאגות נישט געהאט, מ'פלעגט ארייננעמען אין חדר ווער ס'האט נאר געוואלט אז זיינע קינדער זאלן האבן א אידישע חינוך, אפגעזעהן וויאזוי יענער האט אויסגעזעהן. בסוגיין כבר דנו באריכות ב'מאסן פרודוקציע ערציאונגס פארבריק' אשכול, עי"ש ותמצא נחת.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:59 am
דורך גנדי
הבא ללמד האט געשריבן:ציגעלע האט געשריבן:איך קען איינעם וואס ער מיט זיין ווייב מיט נאך 2 קאפעל'ס זענען אוועק געפארן אויפ א שבת, זיין ווייב האט איין אינדערפרי ביי דע באס מיט איר לויזע צינג דערציילט פינען שבת, אין ווייניגער ווי שעה האט ער באקימען א טעלפאן פין דע מוסד ווי ער שיקט זיינע קינדער "אז ער זאל נישט שיקן זיינע קינדער מארגען ביז ער קימט זיך נישט דורך מיט הנהלה", באנאכט ווען ער האט זיך געטאראפן מיט זיי זענען דארט געווען 3 אינגעלייט, איך וויל נישט דערצלייען וואס מען האט אים אלטס אויסגעפרעגט, ווי אזוי מען האט געגסען, ווען מען האט זיך געלייגט, צי עס איז געווען א טיר פין איין צימער צים צווייטן, אין נאך טיפער וד"ל
איך בין משיגע אז איך האלט אז הנהלת המוסד האט אחריות נישט צי צלאזן קיין הפקירות?
און ווי לאנג עס איז מיין ווייבס רבינו תם גאטשעס איז אויך די אחריות פון די הנהלת המוסדות?
און אויב עס איז דא א בייבעל אין די נאכט קעסטל אין די צימער פון האטעל איז אויך די אחריות פון די הנהלת המוסדות?
זייט ווען האבען מיר געוועלט חברי הנהלה צו ווערן אונזער נאכקוקערס?
זייט ווען איז הנהלת המוסדות אריין אין די השגחה ביזנעס?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 1:04 am
דורך גנדי
הבא ללמד האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:יא
אפשר ביסטי עס מסביר? ווען איך שיק און א מוסד קיק איך וואספארע אטמאספער מיייינע קינדער וועלן זיין, איך וואלט נישט געוואלט מיינע קינדער מיט אזעלכע משפחות
אין איך וואלט נישט געוואלט מיינע קינדער זאלן לערנען מיט אזעלעכע משפחות וואס רעספעקטירען נישט די פרייוועסי אין צניעות פון אן אנדערע משפחה. סאיז אן עקל אין א גרויל...
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 1:15 am
דורך איך אויך
איך פיר מיך טאקע ארויסצושליידערן די בייבעל אינעם נאכטקעסטל פון די צימער.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 9:12 am
דורך גנדי
איך אויך האט געשריבן:איך פיר מיך טאקע ארויסצושליידערן די בייבעל אינעם נאכטקעסטל פון די צימער.
און ווי לייגסטו די בייבעל?
נשלח: פרייטאג יאנואר 24, 2014 12:36 pm
דורך יין שרף
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך בין קיינמאל נישט געווען אין א געהעריגע האטעל נאר פאר ביזנעס, פאר פלעזשור בין איך נישט געווען
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך בין געווען אמאל אין א גאר היימישע האטעל, קיינער איז נישט געגאנגן שווימען פרייטאג, האב איך פארשפארט די טיר און געשווימן מיט מיין ווייב. ס'איז געווען עפעס אויסערגעווענדליך געשמאק! (מאחורי?
) די פחד אז מ'גייט מיר פאקען (פ דגוש אוודאי) האט נאר צוגעגעבן צום געשמאק.
האיך יתקיימו שניהם? (ואת"ל שאיינו נעים לילך לחופש אם אשתו (כרוב אנשים...) הא כבר כתב געווען עפעס אויסערגעווענדליך געשמאק!)
וה' יאיר עיני.