בלאט 3 פון 7
נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 9:18 pm
דורך דבילה
קליגער איד האט געשריבן:וואס וואלטסו געטוהן ווען דו דארפסט ח"ו אנקומען צו הצלה און זיי זאגן דיר איים סארי מיר קענען נישט קומען מיר האבן נישא גענוג געז וואס וואלסט דעלמאטס אויך געזאגט אז שומרים איז פאר הצלה ??
נישטא קיין איין פונקט אין ב"פ אדער וויליאמסבורג וואס דער מסירת נפש'דיגע הצלה מאן קען נישט אנקומען צו פון זיין היים אויף ווייניגער ווי א האלבע גאללאן געז. און טאקע דאס איז די פאוינט. קודם איז ער א גאנצע צדיק, ער גיט אוועק פון זיך, ער לויפט אינמיטן די נאכט, און אויף דעם חשבון טאר עם שוין קיינער נישט קריטיקירן, אפגעזען צו ער איז אפשר גאר א רוצח מיט זיין נישט פראפעסיאנאלן צוגאנג צו ערשטע הילף, און דערנאך ווען ער האט נישט גענוג געזאלין צו פארן צו זיין דזשאב אין די בראנקס, סטראשעט ער אויב גיבסטו מיר נישט דיין לעצטע טראפן געזאלין 'עלעך דיר לאזן אויסגיין ווען דו דארפסט צו מיר צוקומען.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 10:10 am
דורך קליינע רעבעלע
אפשר ווייסט איינער ווי אין וויליאמסבורג איז דא געז?
בכלל אפשר וואלט דא געווען דע פלאץ צי מעלדן ווי מען קען באקימען געז אין דע היימישע געגענטער
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 10:53 am
דורך שמעקעדיג
Bloomberg: "gas siphoning" (suctioning gas from a vehicle to use in another car) is OK now as long as:
1) its under 16 oz.
2) its not "b'peh".
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 10:56 am
דורך זר זהב
ס'ממש א היסטארישע געשעעניש. כ'פאר דורך איין סטאנציע וואו די גאז פרייזן זענען אינגאנצן אראפגענומען, ספשוט נישטא. איין בלאק ווייטער איז א גאז סטאנציע ארומגענומען מיט יעללא שטריק ווי ס'וואלט געווען א קריים סיען, דער געשעפט איז אבער אפען. 2 בלאקס ווייטער א סטאנציע חושך ואפילה ווי טישע באוו, דער סטאנציע איז ארומגענומען מיט אזעלעכע רויטע ווייעכע קוינס (וויזוי הייסט עס נאר?) דער גאנצער סטאנציע געשעפט איז געגאנגען וואקאציע.
איך פיל ווי איך מוז רעקארדערן דעם מאמענט. ווען אין היסטאריע איז אזאנס פארגעקומען?!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 11:36 am
דורך קפנדריא
זר זהב האט געשריבן:ס'ממש א היסטארישע געשעעניש. כ'פאר דורך איין סטאנציע וואו די גאז פרייזן זענען אינגאנצן אראפגענומען, ספשוט נישטא. איין בלאק ווייטער איז א גאז סטאנציע ארומגענומען מיט יעללא שטריק ווי ס'וואלט געווען א קריים סיען, דער געשעפט איז אבער אפען. 2 בלאקס ווייטער א סטאנציע חושך ואפילה ווי טישע באוו, דער סטאנציע איז ארומגענומען מיט אזעלעכע רויטע ווייעכע קוינס (וויזוי הייסט עס נאר?) דער גאנצער סטאנציע געשעפט איז געגאנגען וואקאציע.
איך פיל ווי איך מוז רעקארדערן דעם מאמענט. ווען אין היסטאריע איז אזאנס פארגעקומען?!
עק וועלט, אין ציריך איז אויך נישטא קיין געז? דארט איז אויך געווען א שטורעם?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 11:42 am
דורך זר זהב
איך בין אין אמעריקע יעצט פאר א משפחה שמחה
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 11:48 am
דורך קליינע רעבעלע
זר זהב האט געשריבן:איך בין אין אמעריקע יעצט פאר א משפחה שמחה
א שמחה אז ביסט נישט אינדערהיים
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 8:03 pm
דורך קאווע טרינקער
איך נויטיג זיך אין GAS
מיינע נערווען פלאאאאאאאאאאאאאאאאאאצן
דאס ווארטן 4 שעה איז נישט פאר מיר.
ווער ס'וועט מיר ברעגנן 10 גאלען געז וועל איך מגלה זיין מיין ניק
איך האלט דאס נישט אויס
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 8:09 pm
דורך משולם שטיינפעלד
זר, אין די סעווענטיס האבן די אראבישע לענדער געמאכט אן אויל עמבארגא, און די רייעס האבן אנגעהאלטן עטליכע חדשים, און נישט נאר ניו יארק נאר אין גאנץ יונייטעד סטעיטס.
קאווע, האסט גענוג צו פארן קיין ניו דזשערסי?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 8:12 pm
דורך קאווע טרינקער
no
stuck in boropark
please help meeeeeeeeeeeeeeeeeee
ווייל איך בין נישט אזא משוג... ווי........ רופט מיך נישט דרעזנער פון קול מבשר פרעגן צו איך דארף הילף?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 8:17 pm
דורך משולם שטיינפעלד
סטאק אדער ליידיג?
מען קען היבש ציען אויף א טאנק וואס צייגט ליידיג.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 8:18 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'איז שוין אויסגעצויגען..............
כ'מיין נישט קיין וויץ
כ'פיל ווי איך פלאטץ
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 8:21 pm
דורך משולם שטיינפעלד
וואספארא קאר האסטו? ווילאנג גייט שוין די לאו פיול לעמפל?
נישט קויפן ביי א גוי פון די גאס פון א פארטעבל טאנק, עס איז דא שטארקע שאנסן אז עס איז. מהול במים רובו ככולו
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 8:24 pm
דורך קאווע טרינקער
וואספארא קאר האסטו?
"גילוי" איז נאר פאר דער וואס פילט מיר אן מיט געז
פארשטייט זיך ס'איז נישט קיין אדעסי.
ווילאנג גייט שוין די לאו פיול לעמפל?
דארנערשטיג אינדערפרי!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 8:29 pm
דורך משולם שטיינפעלד
איף יו אר דעספערעט אינאף, נעם א רויטן גאז באטל, כאפ א היטש כיוון לעיקוואוד, און גיי אראפ ביים געז סטעישאן, אויף צוריק וועסטו שוין האבן פלענטי ריידס....
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 12:35 am
דורך באנוצער'ניק
זיי גרייט אז דער וואס גיט דיר דעם היטש קען כאפן א געזונטן טיקעט, ווייל מען טאר נישט פארן מיט געז אין די קאר.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 1:37 am
דורך דבילה
כ'הער אז א אינגערמאן פארקויפט ביי זיך אין אללי פאר 12 דאללער א גאללאן.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 1:40 am
דורך [NAMELESS]
דבילה האט געשריבן:כ'הער אז א אינגערמאן פארקויפט ביי זיך אין אללי פאר 12 דאללער א גאללאן.
יא, איך האב געהערט דערפון. ער באקימט פון קאנטיקעט פעסער געז פון 55 גאלאן איטש פאר $300 א פאס, און פארקויפט פאר 12 דאלער א גאלאן ($660 א פאס)
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 1:55 am
דורך הדד בן בדד
איך וויל פארשטיין וואס איז דאס די מעשה מיט העסס געז סטעישאנס. איך זעה עפעס אז זיי האבן געז מער ווי אנדערע. סיי אין די סיטי און סיי אויסער די סיטי. דאס איז עפעס א חידה סתימה. ווייסט איינער פשט?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 6:52 am
דורך gehlungen
הדד בן בדד האט געשריבן:איך וויל פארשטיין וואס איז דאס די מעשה מיט העסס געז סטעישאנס. איך זעה עפעס אז זיי האבן געז מער ווי אנדערע. סיי אין די סיטי און סיי אויסער די סיטי. דאס איז עפעס א חידה סתימה. ווייסט איינער פשט?
I heard that they have there own refinery. And they are supplying for B. P. Also !!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 10:27 am
דורך געפילטע פיש
איך געדענק נישט אויב איינער האט שוין געלייגט די לינק, אויב נישט, נאט אייך.
www.gasbuddy.com/sandyהאט אפ טו דעיט אינפארמאציע אויף גאז סטעישענס, ווי לאנג די ליינס זענען וכדו'.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 10:31 am
דורך אברעמעל
ער האט נישט קיין העס, פלאס ס'פעלט אים א שיין פאר פון ווילי.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 10:49 am
דורך קליגער איד
יעצט גענומען געז ביי Valery נעבן קרית יואל עס איז געווען 3 קארס און די גאנצע געז סטעשן ממש א מחיה געווען