בלאט 3 פון 3

נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 8:05 pm
דורך מי אני
דער מאטעמאטיקער דר. קיִט דעוולין איז דא מסביר (ווי אויך אין די לעקציע [1:29:28-1:34:45]) די פּוֺינקארעי קאנדזשעקטשור אין טאפּאלאגיע אז די געדאנק איז פונקט וואו מ׳האט געקענט מברר זיין פון אונזער 2D פּערספּעקטיוו אז די 3D וועלט איז א ספיר, דאס זעלבע זאך קען מען טעארעטיש מברר זיין בתוך אונזער 3D יוּניווערס צו העכערע דיימענשאנס צי עס איז א ספיר אין יענע דיימענשאן. והיינו, דורכ׳ן נעמען א שטריק ארום די גאנצע זאך וואו דו ביסט געפארן, מאכן א לוּפּ/נוּס, עס צאמציען, און זעהן צי עס קומט זיך אינגאנצן צוריק צאם אָן פארהאנקערען. אויב יא איז דאס א ספיר אין יענע דיימענשאן.

נשלח: פרייטאג פעברואר 25, 2022 4:41 pm
דורך מי אני
יאיר האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:בנוגע וויאזוי די וועלט האלט זיך זענען געווען פארשידענע טעאריעס, צווישן זיי איז באקאנט די טעאריע פארשפרייט אין אידיאנישע און כינעזישע מיטאלאגיעס איבער טשערפאכעס און העלפאנטן וועלכע האלטן די וועלט:

עס איז כדאי נאכצוזאגן אן אלטע מעשה בשם מורינו (דער אמת'ער) קארל סעיגען. א יונגער פראפעסאר האט פארגעלערנט א לעקציע פאר פשוט'ע מענטשן און האט ערקלערט די מאדעל פון די וועלט, ווען אן אלטע פרוי האט זיך אויפגעשטעלט און זיך אנגערופן, "דו רעדסט שטותים, די וועלט איז א פלאכע זאך וואס שטייט אויף א גרויסע טשוכעפאכע!"
"און אויף וואס שטייט די טושכעפאכע", פרעגט איר דער פראפעסאר.
די פרוי טראכט אריין.
"א גוטע שאלה, פראפעסאר, אבער זיי זענען אלע טשוכעפאכעס ביז אראפ!".

ומענין לענין באותו ענין האט דער מאטעמאטיקער אגוסטוס דע מארגען געמאכט א פאעזיע, גערופן סייפאַנעפּטעראַ ע״ש א מין כנה, איבער דעם ווי אזוי פּארטיקלען, אפילו די עלעמענטערי בּעיסיק פּארטיקלען, קענען מעגליך זיין צאמגעשטעלט פון נאך מער קלענערע פּארטיקלען אא״וו. ווי אויך אויף ארויף אז אונזער יוּניווערס קען זיין וואס שטעלט צאם גרעסערע פּארטיקלען אא״וו אויף ארויף:
[left]Great fleas have little fleas upon their backs to bite 'em

And little fleas have lesser fleas, and so ad infinitum

And the great fleas themselves, in turn, have greater fleas to go on

While these again have greater still, and greater still, and so on[/left]

viewtopic.php?p=495726#p495726

נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2022 7:23 am
דורך מי אני
שיטת קאפערניקוס און היִליִאוֺסענטריזם שרייבט הרב יעקב רייפמאן אין זיין פשר דבר:
B5FFE592-4952-495C-8BF2-5466425D5A1C.jpeg

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2022 8:46 am
דורך רשכבהג
.

נשלח: דינסטאג אפריל 04, 2023 8:17 pm
דורך סקעפטיקער
יידל האט געשריבן:ווי דערמאנט אין מיין פריערדיגע פאוסט, האט תלמי מסדר געווען א תורה שלימה איבער אסטראנאמיע וואס ווערט גערופן "געאצענטריזם". ניקאלאוס קופערניקוס איז אויפגעקומען מיט א נייע מהלך וועלכע רופט זיך העליאצענטריזם. העליא מיינט "די זון". צענטריזם מיינט ווי אויבן דערמאנט, "צענטער". ווי מען קען פארשטיין פון די נאמען אליינס איז קופערניקוס' חידוש געווען אז נישט די זון און אלע פלאנעטן דרייען זיך ארום די וועלט, נאר די וועלט צוזאמען מיט אלע פלאנעטן דרייען זיך ארום די זון און די זון שטייט גאר אינמיטן פון די וועלט. קופערניקוס האט אבער געוואוסט אז דאס אז אן "אפיקורס'ישער" מהלך. פארוואס אפיקורס'יש? ווייל פון די תורה איז קלאר משמע אין מער ווי איין פלאץ אז די וועלט איז אינמיטן פון די יקום און אז די זון דרייט זיך ארום די וועלט און נישט פארקערט. קופערניקוס האט אזוי מורא געהאט פארן קירכע אז זיין בוך וועלכע ער האט געשריבן איבער דעם נושא האט ער נישט פארעעפנטליכט. הערשט נאך וואס ער איז געשטארבן האט מען פארעפנטליכט דעם בוך, און פארשטייט זיך אז די קירכע האט תיכף פארבאטן צו ליינען דעם בוך. קופערניקוס שיטה איז נישט געווארן אויפגעכאפט ביז יארן שפעטער ווען דער אויסטרעפער פונעם טעלעסקאופ, גאליליאו גאלילי האט ארויסגעגעבן א בוך אין וועלכע ער האט זיך גאר שטארק אנגענומען פאר קופערניקוס. די קירכע (די אינקוויזיציע) האט געברויזט ווי א קעסל און פארארדענט גאליליאו צוריקצוציען פון זיינע אפיקורס'ישע מיינונגען. גאליליאו האט תיכף ומיד צוריקגעצויגן פון זיין מיינונג, אבער עס איז שוין געווען דערנאך, סיי פאר אים און סיי פאר די קירכע. די קירכע האט מורא געהאט אז ער מיינט עס נישט אמת'דיג האבן זיי אים איינגעשפארט אין הויז ארעסט כדי ער זאל נישט קענען פארשפרייטן זיינע "אפיקורסישע" דעות. לעמשה אבער איז עס געווען דערנאך פארן קירכע וויבאלד זיין בוך איז איבערגעדרוקט געווארן דורך א דרוקער אין האללאנד וועלכער איז נישט געווען אונטערגעווארפן אונטער די קירכע, און אזוי ארום איז העליאצענטריזם געווארן שטארק פארשפרייט אין אייראפע, צוויגענדיג די קירכע צו שלום מאכן מיטן מצב אז דער אמת איז נישט אויף זייער זייט און זיי האבן דעריבער באפרייט גאליליאו און אנגענומען די טעאריע אז די וועלט גייט ארום די זון און נישט פארקערט. דאס איז נאר איינס פון נאך פיל דוגמאות ווי דער קירכע האט דאמינירט וואס מ'זאל לערנען און וואס נישט. (עס איז געווען אין צייטשריפט ע"ה א הערליכער ארטיקל איבער קאפערניקוס אין זיין שיטה, אויב איינער קען לייגן א האנט דערויף און עס דא ארויפשטעלן מיט רשות ווערט ער פארבעטן דאס צו טון).
https://historyforatheists.com/2018/07/ ... blication/

נשלח: דינסטאג אפריל 04, 2023 8:20 pm
דורך סקעפטיקער
יידל האט געשריבן: אין די ערשטע טייל האבן מיר גערעדט פון א מיטאס אז קריסטאפער קאלאמבוס איז געווען דער ערשטער צו אויפווייזן אז די וועלט איז רונדיג. ווי געשריבן איז דאס פאלש, און אין אמת'ן אריין איז אריסטו וועלכער האט געלעבט קרוב צו 2,000 יאר בעפאר קאלאמבוס געווען דער ערשטער אויפצואווייזן אז די וועלט איז א גלאבוס. דער מיטאס קומט אבער האנט ביי האנט מיט נאך א מיטאס. די צווייטע, איז נישט ממש פאלש, עס איז אבער דאך נישט אינגאנצן אמת. די צווייטע מיטאס איז אז די קריסטען וועלכע האבן געוועלטיגט איבער א חלק ניכר פון אייראפע במשך רוב פונעם מיטל-אלטער, זענען געווען שולדיג אין דעם אז מ'האט געגלייבט אין אזעלכע שטותים ווי א פלאכע וועלט. דאס איז פאלש, ווייל ווי ערווענט האט כמעט קיין איין אינטעלעקטואל נאך אריסטו נישט געגלייבט אז די וועלט איז פלאך.
https://historyforatheists.com/2016/06/ ... lat-earth/

אגב, רבינו תם האט געהאלטן אז די וועלט איז פלאך כמבואר בשיטה מקובצת