בלאט 3 פון 7

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 6:36 pm
דורך יידל
באריכטען הייבן אן אריינצוקומען אז עס איז באשטעטיגט געווארן אז קין איז טאקע דער מערדער. לויט ווי די באריכטען געבן איבער ווערט קין אויסגעפארשט אין די מינוטן.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 6:38 pm
דורך זר זהב
אויסגעפארשט ביי וועם? נישטא קיינער חוץ אדם. ס'מוז זיין אז דיינע נייעס קוועלער זענען הבל הבלים..

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 6:39 pm
דורך נס קאווע
דורך וועם? דער איינציגסטער אויפן פלאץ (חוץ אדם וואס האט געקאלט 911 און קיינער האט נישט אויפגעהויבן) דארף נישט פארשן ער ווייס אלעס

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 6:41 pm
דורך נס קאווע
קוקט מיר אויס ווי די טיים מאשין וואס מענטשן ווערן דארט פארלוירן אינם זייגער און טרעפן זיך מיט מענטשן פון הונדערטער יאהר צוריק...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 6:43 pm
דורך זר זהב
עטליכע מענטשן זענען דערשאסן געווארן אין די וואשינטאן די סי עריע, מ'קען נישט טרעפן דעם שיסער. ס'קוקט אויס ווי א פראפעשענעל סנייפער.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 6:47 pm
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:אויסגעפארשט ביי וועם? נישטא קיינער חוץ אדם. ס'מוז זיין אז דיינע נייעס קוועלער זענען הבל הבלים..

א סניפעט פון דעם טרענסקריפט איז פארעפנטליכט געווארן:
ויאמר ה' אל קין: אי הבל אחיך?
ויאמר: לא ידעתי, השומר אחי אנוכי?
ויאמר: מה עשית? קול דמי אחיך צועקים אלי מן האדמה!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 6:49 pm
דורך זר זהב
אה... דאס שטימט שוין, לאמיר וויסן וואס פארא שטראף ער גייט באקומען

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 6:57 pm
דורך קאווע טרינקער
יאנקל האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:עטליכע מענטשן זענען דערשאסן געווארן אין די וואשינטאן די סי עריע, מ'קען נישט טרעפן דעם שיסער. ס'קוקט אויס ווי א פראפעשענעל סנייפער.

איך הער יעצט אז מ'זוכט א ווייסע ווען אדער א קליינע ווייסע טראק בשייכות מיט דעם אינצידענט.

האסט אויך געליינט דעם זמן ?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 7:01 pm
דורך זר זהב
זמן קומט שוין ארויס? איך בין נאך סטאק מיט'ן עיר כשדים גאזעטע

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 7:29 pm
דורך ניו יארק
נאכן דורך טון די גאנצע נושא בין איך זיכער אז בוש גייט עס מאכן אקעגן גאור, און איך מיין אז פלארידא גייט זיין די שליסעל דערצו!!! איינער האלט אנדערש? איך בין גרייט צו וועטען דערויף.....

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 7:31 pm
דורך זר זהב
קען זיין ביזט גערעכט, איך בין נישט קיין פאראויסזאגער. איך פאר מיר וואוט פאר בוש פשוט ווייל איך האלט ער וועט בעסער הענדעלן די 911 אטאקעס.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 7:49 pm
דורך מ גפני
מזל טוב!!! א צווילינג איז געבוירן ביי יצחק, דער ערשטער איז א רויטער מע רופט אים עשיו........ואידך זיל גמור בפ' השבוע

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 7:52 pm
דורך זר זהב
אה ענדליך, מיין ווייב האט מיר פארציילט אז די יולדת האט געהאט א שווערן פרעגנענסי, יעדעס מאל זי איז דערעך א שול אדער א קלויסטער האט זי געהאט יסורים. שוין ב"ה איטס אווער.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 7:55 pm
דורך משה געציל
וואס זאגט דער עולם צום צודרייטן על שארפטאן? געזאגט האט ער אז ער גייט קומען מאכן ארדענונג, למעשה האט ער אריינגעגאסן נאך מער אויל אינעם פייער און די שחורים זענען צוהיצט ביז גאר.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 7:59 pm
דורך קאווע טרינקער
זר זהב האט געשריבן:אה ענדליך, מיין ווייב האט מיר פארציילט אז די יולדת האט געהאט א שווערן פרעגנענסי, יעדעס מאל זי איז דערעך א שול אדער א קלויסטער האט זי געהאט יסורים. שוין ב"ה איטס אווער.

דיין ווייב לערנט חומש?
כ'האב געמיינט זי איז פון בית רחל

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 8:00 pm
דורך זר זהב
נאו! אין קאנטרי האט עס איין פרוי פארציילט, מיין ווייב האט אונטערגעהערט

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 8:18 pm
דורך משה געציל
צוליב דעם שווערן אויל מאנגל וואס הערשט אין אמעריקא צוליב די אנגעצויגנקייט מיט אפע״ק האבן א רייע שטאטן דורכגעפירט א אדד און איווען געזעץ צו פארגרינגערן די לאנגע ווארט ליניעס ביי די פאמפס. אונטערן נייעם געזעץ קענען קארס וואס די פלעיטס ענדיגן זיך מיט א איווען נאמבער נעמען געזאלין נאר אינעם איווען טאג פון חודש, און קארס וואס די פלעיטס ענדיגן זיך מיט א אדד נאמבער קענען נאר נעמען געזאלין אין די אדד טעג פונעם חודש.

אלטע שווארצע קירכע פארקויפט

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 9:19 pm
דורך געפילטע פיש
וויליאמסבורג נ"י - די קירכע וואס שטייט שוין זייט 1847 למס' איז פארקויפט געווארן פאר יודן וואס גייען אנגעבליך בויען טענעמענט הייזער דארט.

די אלטע מעטאדיסטישע קירכע שע"י קהילת איחוד השחורים אויף הופער קארנער סט. 3, איז פארקויפט געווארן פאר א גרופע אידן וואס פלאנען צאזאם צו ווארפן די געביידע און בויען א שורה הייזער אין איר פלאץ. ווען די קהילה האט זיך געעפענט איז וויליאמסבורג נישט געווען מער ווי א קליינע דערפל און די קהילה האט ענהאלטן אלע שווארצע פאמיליעס פון ווילאמסבורג און די גלילות, ביז די אידן האבן אנגעהויבן אריינצווואנדערן פון די לויער איסט סייד מיטן עפענונג פונעם ווילאמסבורג בריק און אלע נעגרוי פאמיליעס האבן אוועקגעמופט איבערלאזענדיג א קומץ קטן פון אפאר משפחות.
לינק

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 9:34 pm
דורך מים חיים
מעכטיגע באמבע אויפרייס רואינירט אלפרעד מורא פעדעראלע בילדינג סטאנציאנירט אין סאמע הארץ פון אמעריקא, אקלעהאומע סיטי, אקלעהאומע.

באריכטן גיבן איבער איבער הונדערטע קינדער שווער פארוואונדעט, צוליב דעם וואס די באמבע האט אויפגעריסן ביי די דעי-קעיר אפטיילונג פון דעם בנין. די ארטיגע ערשטע הילף וואלונטירן זענען בכלל נישט געוואוינט צו אזא מאסיווע קאטאסטראפע. מעדיצינישע הילף שטראמט אריין פון אלע זייטן אמעריקע.

ווי אלעמאל ציהט זיך די ערשטע פעדימער צו איסלאמישע טעראר. באריכטן גיבן איבער אז א פארדעכטיגטע פארשוין מיט א מיטל מזרח אויסזעהן האט זיך אומגעקוקט אויפן בנין די לעצטע טאג צוויי. די עף. בי. איי. ווערט ערווארטעט אויפן סצענע אין געציילטע שטונדן. ווי באקאנט האט די עף בי איי א גלעצענדע היסטאריע ביים אנטשיידן שווערע קרימינאלע רעטענישן.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:00 pm
דורך לאדיך אפ
ברעיקינג! קעניג פערדינאנד און קעניגען איזאבעלא האבן נארוואס אונטערגעשריבן אויף א גזירת גירוש! אלע אידן פון שפאניע ווערן פארטריבן!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:07 pm
דורך מים חיים
אין שטאט קאנסטאטינאפאל דרייען זיך ארום צוויי לייבן וואס זענען אנטלאפן פון די קעניגליכע זו.

רומערס קורסירן אז א ירושלימער איד דרייט זיך ארום אנהאלטנדיג די צוויי לייבן ביי די אויערן.

---
פילטער ערלויבט נישט קיין בילדער.....

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:10 pm
דורך לאדיך אפ
א מיידעל, כ'מיין זי הייסט פעלדמאן, איז פארלוירן געווארן אין די מאונטענס. איינער ווייסט מער אינפא?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:11 pm
דורך מים חיים
אלעמאל קומען די רומערס אן מיט פארדרייטע דעטאלן. זי איז פארלוירן געווארן אין א וואלד אין קאנעטיקוט.