בלאט 3 פון 3

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:00 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
על זכיות כאלו , זר זהב, אינך צריך למחות,
וכן, אני מתכוון לכתוב בלשון קודש, האם יש בעי' עם זה ?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:31 pm
דורך לעיקוואד
Can We Please Kill the Headline “He Cheated”?
http://goodmenproject.com/featured-cont ... sU6kQbP.99

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 1:58 am
דורך זר זהב
בנימין פרנקל האט געשריבן:על זכיות כאלו , זר זהב, אינך צריך למחות,
וכן, אני מתכוון לכתוב בלשון קודש, האם יש בעי' עם זה ?

אין לי בעי' עם לשון קודש, אבל יש לי בעי' עם בעי'... וק"ל

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 9:54 am
דורך שמעקעדיג
ס'איז נישט קיין לכתחילה, ס'פלאץ איז בעיקר פאר אידיש רעדנדע, נישט לשון הקודש אדער עברית.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:51 am
דורך שמעקעדיג
א קלוגער איד האט מיר עפעס מסביר געווען, און איך מיין דאס קען אביסל מסביר זיין דעם מוסר השכל,

מען האט שוין גערעדט דא אינעם עבר איבער "מאראל". יעדער מענטש האט (אדער דארף האבן) א געוויסע מאס מאראל אין זיך, אן דעם קען מען אים נישט טראסטן מיט גארנישט. ווייל ער ווייזט אז זיינע פריוואטע זאכן אדער תאוות קומט בעפאר מאראל.

ווען למשל איינער טרעפט א פרוי וועלכע איז גרייט צו טשידן אויף איר מאן און מאכן מיט אייך א לעבן, קוקט עס אויס גוט אויף די מינוט. אבער די פרוי ווייזט דערמיט, אז עס פעלט איר מאראל. און דאס מיינט אז אויב מארגן גייט זי טרעפן איינעם בעסער פון אייך, אדער אויב איינער גייט איר פרעגן אדער בלעקמעילן מיט סיי וואס, וועט זי אייך אויך פארראטן, דער עיקר איז עס זאל זיך לוינען פאר איר.

צו טראסטן א מענטש אן מאראל מיט סודות איז פשוט נגד השכל. און דאס איז דער ענין דא מיט דעוויד פעטריוס.

דער מוסר השכל פאר אונז איז, טראסט נישט קיינמאל די סארט זאכן, ווייל ליום מן הימים קען עס גאר מעגליך אייך צוריקקומען און בייסן.. מאראל איז וויכטיג אין לעבן אפילו עס קוקט אויס אנדערש אויפן מינוט!

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 11:18 am
דורך outspoken
די סי איי עי דירעקטאר דעיוויד פעטרעיוס האט עדות געזאגט (אונטער פארמאכטע טיר) פאר קאנגרעס אז ער האט פון אנפאנג געזאגט אז בענגאזי איז געווען די ארבייט פון טעראריסטען, נאר די אנדערע פעעראלע אנגעטארען האבן געטוישט זיין אפשאצונג.

א מוסר השכל. אויב שלאג'סטו דיך מיט א הויפט פארטיי פירער, וועט מען דיר אראפרייסען און וועסט פליען....

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 11:21 am
דורך זר זהב
יא יא טשארלס קראוטהעממער האט דאס געשריגן!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 11:57 pm
דורך chaims
בן תמליון האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:די גאנצע זאך איז איין שטיק באלאני. איך קוק ארויף אויף אזא גוי. פארוואס זאל א גוי נישט האבן פאן? א גוי וואס נאשט נישט אביסעלע ארום דארף א דאקטאר.


פארוואס ער זאל נישט האבן פאן? פרעג פעטרעיוס, עדווארדס אדער ווינער, די נאכפאלגן זענען כמעט אייביק טראגיש. אז די ביסט חתונה געהאט און די האלטסט דיר פאר א בעסער קלאס מענטש גייסטו קעגן די יסודות פון מארלישקייט ווען די טשיטס אזוי אפן און גראב. קענסט שוין פרעגן פארוואס זאל ער נישט רעיפן און הרגענען, גנב'נען און רויבן אויב עס פילט גוט. היינו דאמרינן דאס איז מיין פאונט אויב זיי אלע זענען אזוי קאראפטעט פיק איך ענדערש ר' טודרוס'נס שובבים תורה'ס. .


די שאלה איז פארוואס טאקע זענען די נאכווייען אזוי ביטער ? דוכט זיך אז אין איירופא איז מען פיהל מעהר מקיל אויף די סקאנדאלען און מיט רעכט אז זיין ווייב איז איהם נמאס געווארען אזוי ווי עד שטימט טאקע פון די בילדער האט ער פרובירט עפעס אנדערש
און רעיפן הרגנען וכו' איז אן אנדערע מעשה ווען עס איז אויף יענעם'ס בלוט נישט נאר יענעם'ס געפיעלן

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 12:17 am
דורך זר זהב
ווי געשריבן איז דער עדווארדס ווינער פרשה אנדערש. זיי האבן ליגענט געזאגט

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 2:29 am
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:ווי געשריבן איז דער עדווארדס ווינער פרשה אנדערש. זיי האבן ליגענט געזאגט

איך וויל נישט אריינגיין אין קיין פרטים, משום "הרחק מן הכיעור והדומה לו". אבער לויט די גוי'אישע קולטור איז א סאך הארבער ווען א פרוי גייט מיט א חתונה געהאט'ן מאן ווי אן אשת איש.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 8:02 pm
דורך הציץ ונפגע
איך ווייס נישט ווי צו שטעלן די תגובה, שטעל איך עס דא. א שרייבער אין סלעיט איפכא-מסתברא מאגאזין טענה'ט אז מ'דארף צוריקשטעלן פיטרעאוס און אויפהערן מיט די ס*קסואלע פוריטאניזם. http://www.slate.com/articles/news_and_ ... ector.html

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 11:13 pm
דורך sunbar
איך פארשטיי נישט די פראבלעם...

ער איז געווען א שפיאן: וואס איז די אויפגאבע פון א שפיאן אחוץ זאגן ליגנט און זיין א טשידער? ???

קרעדיט: a radio advertisement for hyundai