בלאט 3 פון 21
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 12:59 pm
דורך נס קאווע
ווייסט איינער פארוואס די וואך דעקט נישט כ"ק אדמו"ר ממילק שעיק נאר דעם ברודער?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 1:01 pm
דורך זר זהב
טיפיקעל ווייל די אייזלען באצאלן אז ער זאל נאר זיי דעקן און נישט דעם ברודער
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 1:44 pm
דורך נס קאווע
אבער ער האטעך א שטארקע פאוער און א גרויסע קלייענטעל, האט ער נישט מורא זיי וועלן איהם בויקאטן?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 1:46 pm
דורך זר זהב
ס'האט אים טאקע געשאט דערפאר איז ער ארויף מיט די פרייז!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 1:54 pm
דורך נס קאווע
וועלכע צייטונג/מאגאזין דעקט איהם יא?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 8:48 pm
דורך עוד מישהו
נס קאווע האט געשריבן:וועלכע צייטונג/מאגאזין דעקט איהם יא?
די מעלות, געדענקסט שטייג העכער? אמאל קען זיין נאך היינט אויך איז געווען די ארטיקל ברוך און בערל, דאס זענען האחים הקדושים, האדמו"ר מאייז קרעם, והאדמו"ר ממילק שעיק. די שמועס דארט איז גאר א לאנגע שמועס, רזי דרזין שמובנים רק ליודעי ח"ן, לויט וואו די עלטערע חסידים געבן איבער, דארף מען גיין אין מקוה צוזאמען מיט די מעלות זיך טובלן ש"י טבילות, כדי שיתעלו הניצוצי דקדושי מהני אחין טמירין ונעלמין.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 5:38 am
דורך טעפל
ברעיקינג: איינער ווייסט עפעס מער פרטים איבער די דין תורה וואס קומט יעצט ארויס איבער די גרויסע מילקע מחלוקה וואס ציעט זיך שוין איבער זיבעציג יאר...
יעצט באקום איך א מעלדונג אז איינע פון די טוענים'ס טאטע איז אוועק, שוין עמיר ווארטען נאך 70 יאר!!!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 9:25 am
דורך sunbar
ברעיקינג: מען האט נארוואס ארעסטירט דער באוואוסטע מאלעסטער פון מילק שעיק.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 3:45 pm
דורך נס קאווע
וואו האט מען געזעצט דעם רבין כ"א כסלו אין די ארמארי
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 4:08 pm
דורך sunbar
אין די פאר ראקאוועי ארמארי
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 7:01 pm
דורך עוד מישהו
א מודעה געהאנגען אין מילק שעיקע ביהמ"ד אין פראספעקט פארק. איך האב נישט די ארגינעלע בריוו אבער איך וועל שרייבן לויט מיין זכרון.
די עולם ווערט געבעטן מתפלל צו זיין פאר די ברודער פון רבינו שליט"א (האדמו"ר מאייז קריעם שליט"א), וואס בשעת'ן ארומגיין אין א פאבריק געבן זיין הכשר, איז ער אריינגעפאלן אין א גרויסע טאפ חומוס, ער האט אנגעהויבן זינקען. די גבאי וועלכע האט זיך נישט פארלוירן, האט גלייך גענומען א שטעקן ספעציעל געאייגענט צו כאפן פיש, און אריינגעווארפן אין די חומוס, ארויסצושלעפן די רבי'ס ברודער, וויבאלד די שטעקן האט געהאט א שפיציגע הוק מיט א ברויט, האט רבינו'ס ברודער געכאפט די הוק אין מויל אריין, און געכאפט א מיאוסע שניט אין די צינג. בחסדי השם איז ער ארויסגעראטעוועט געווארן, אבער איז זקוק לרחמי שמים מרובים, די עולם ווערט געבעטן מתפלל זיין ברוך בן גענענדל. עד כאן לשונו הטהור בערך.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 8:45 pm
דורך געפילטע פיש
כ'האב געהערט אז דער מילק שעיקע רבי זכרונו לברכה איז געווען ביהיינד די got milk קאמפיין, און ווען נישט ער ווער ווייסט וויפיל אידן וואלטן היינט געטרונגען מילק שעיק אין אמעריקע. ווייסט איינער מער פרטים?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 12:08 pm
דורך sunbar
די רבי'ס בארד פון די רעכטע זייט האט זיך נעכטן פארברענט ביי די מנורה.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 5:53 pm
דורך עוד מישהו
מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די גוטע בשורה, אז כ"ק אדמו"ר ממילק שעיק שליט"א גייט פארן אויף קברי אבות, צום בעפארשטייענדע חתונה פון די עלסטע זון. די חתונה קומט פאר ל' טבת 29 פעברואר למס'.
די רבי שליט"א וועט פארן אויף אונגארן, צו די ציון פון די הייליגע עלטער זיידע, מייסד השושלת הזהב וועמענס יארצייט פאלט אויס א וואך נאך חנוכה. די רבי שליט"א וועט וויילן די ערשטע שבת, אין די שטעטל טיסא-מילק שעיק, ששם חלקת מחוקק ספון.
די צווייטע שבת וועט די רבי וויילן אין די שטאט נעדזשאייז קריעם, וואו די רבי'ס זיידע ליגט. חסידים וועלכע ווילן מיטפארן צו די געהויבענע נסיעה, אדער איבערגעבן קוויטלעך, מיט וואס די רבי וועט שפילן אינאיינעם מיט גדולי וזקני החסידים, ווערן געבעטן זיך איינצומעלדן צו די וועדה המכינה. אדער רופן די ספעציעלע נומער 1877 קארס פאר קידס דאנעיט יור קאר טודעי. פרטים יבואו
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 10:49 am
דורך קאווע טרינקער
נעכטן איז ארויסגעקומען די טעסט פאזאטיוו. ע"כ וועט די רבי נישט פארלאזן די רביצין, און די נסיעה איז אפגעשטיפט
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 6:06 pm
דורך למדן
ווייסט איינער וואו כ"ק אדמור ממילק שעיק וועט פיהרן לכבוד פורים
(אדער וואס ער שטיצט אדער שטיצט נישט...)
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 3:32 pm
דורך זר זהב
מילק שעיק'ר רבי האט נארוואס געליטן א מאסיווין סטראוק, ביטע איינרייסן לרפואתו השלימה רפאל יקיב קהת בן עלקא שלאמצע.
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 3:38 pm
דורך זר זהב
א גאר אינטערעסאנטער קא-אינסידענט. היינט איז ארויס דער פערטער באנד "אכילת גלידה" אויף הל' ריבית, ווי באקאנט האט דער רבי ז"ל דער בעל אכילת גלידה באויפטראגט רבינו שליט"א צו דרוקן זיינע ספרים, חסידים זעהן דערין א הימלישע צייכן ווארטענדיג אויף א נס.
ווי פארשטענדליך האבן די אייזלען אויפגעלעבט, אין זייערע שולן טאנצט מען און מ'ווארט אויפן ערגסטן, -- ליידער.
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 4:12 pm
דורך לעמיל
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 5:55 pm
דורך זר זהב
מודעות אין אלע שולן !!
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 5:59 pm
דורך לעמיל
זר קוקסט אויס בארד היינט
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 6:00 pm
דורך זר זהב
איך? איינער אנדערש. לצנית אין א זייט, נעם א תהילמעל.
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 6:04 pm
דורך לעמיל
זר מאך א מנין דא און שטיבל רוק די קעסיל אביסעל און הייב אן תהלים