בלאט 3 פון 7

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 6:04 pm
דורך שמעקעדיג
שקויעך זיידעטשקע,
דער לעפטאפ איז נישט רעקאמענדירט פאר איינעם וואס וויל א נארמאלע סייז סקרין,
דאס האט א אויסנאמליכע ברייטע סייז, און אסאך מענטשן רעדן זיך אפ דערויף.
עס איז ביליג פאר א סיבה.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 7:01 pm
דורך געפילטע פיש
ס'איז געמאכט צו וואטשען מאוויס וואס קומען אין א 21:9 עספעקט רעשיו.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 2:01 am
דורך [NAMELESS]
א גוטע דיל
http://www.tigerdirect.com/applications ... 9&csid=_61
ASUS F75A-EH51 Laptop Computer - 3rd generation Intel Core i5-3210M 2.5GHz, 4GB DDR3, 500GB HDD, DVDRW, 17.3" Display, Windows 8 64-bit, 1-Year Warranty, 1-Year Accidental
$549.99

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 2:24 am
דורך יואליש
שמעקעדיג האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'דא i3 וואס זענען שנעלער ווי געוויסע i5'ס,


אבער א שטאטערע i5 איז בעסער ווי א שנעלערע i3. ס'האט אנדערע טעכנאלאגיעס און ע"פ רוב מער קאורס, און דעריבער איז עס טייערער.
די שנעלקייט פון א פראסעסאר פארציילט נישט די גאנצע מעשה. עט-ליעסט נישט היינט צו טאגס. אמאל איז דאס געווען דער עיקר פאקטאר, היינט שוין נישט.


כ'זיך צו קויפן א נייע לעפטאפ. איך קיק בעיקר אויף ספיד. ס'שנעלסטע וואס איז שייך היינטצוטאגס. כ'ניץ עס פאר ביזנעס און פלעזשור. וואספארא פאקטארן מיז איך אין באטראכט נעמען?

צווייטע פראגע: היות איך פלאן אויך צו קויפן א טעבלעט וואס דאס וועט זיין מיין טלטול הדרך, מאכט סענס איך זאל קויפן א דעסקטאפ פאר אינדערהיים? וועל איך באקומען בעסערע ספיד אזוי? אדער איז חבל על המקום און א לעפטאפ איז פונקט אזוי גיט?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 8:56 am
דורך וויליאמסבורגער
איך בין נישט דער גרעסטע מומחה אבער איך מיין אז ס׳איז ברור אז די קענסט באקומען אסאך בעסערע ספיד פאר דיין געלט ווען די קויפסט א דעסקטאפ. דארפט נאר זיכער מאכן אז פאר טרעוולען איז דיר געניג א טעבלעט מיט וואס ס׳איז נישט אזוי געשמאק צו טוהן אסאך זאכן ווי מיט א לעפטאפ.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 9:23 am
דורך שמעקעדיג
א i7 פראסעסאר איז נומבער איינס,
א SSD הארד דרייוו נומבער 2.
6 אדער 8 גיג רעם נומבער 3.

פאר אביסל מער פרטים, זעה דא:

http://balboos.com/forum/showthread.php ... 52#pid2752

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 9:35 am
דורך וויליאמסבורגער
א הערליכע ארטיקעל אין בעלבאס, שמעלקאדיג.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 6:23 pm
דורך [NAMELESS]
א געשמאקטע דיל
http://www.tigerdirect.com/applications ... remail3419

Toshiba L855-S5383 PSKFUU-02X003 Notebook PC - 8GB, Intel Core i7-3630QM 2.4GHz, 8GB DDR3, 640GB HDD, DVDRW, 15.6" Display, Windows 8
$599.99

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 1:03 am
דורך petergrifin
ראשעקאל האט געשריבן:א געשמאקטע דיל
http://www.tigerdirect.com/applications ... remail3419

Toshiba L855-S5383 PSKFUU-02X003 Notebook PC - 8GB, Intel Core i7-3630QM 2.4GHz, 8GB DDR3, 640GB HDD, DVDRW, 15.6" Display, Windows 8
$599.99

װאס איז דער סקרינס רעסעלאשאן און דער הארד דרײװ ספיד
איך האב געזיכט אבער כקען עס נישט געפינען

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 2:30 am
דורך שמעקעדיג
אלע טאשיבא הארד דרייווס זענען 5400 רפ"מ.
רעזאלושען איז כמעט אלע די געווענליכע 1366×768, און זיכער די ביליגע.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 9:26 pm
דורך petergrifin
שמעקעדיג האט געשריבן:אלע טאשיבא הארד דרייווס זענען 5400 רפ"מ.
רעזאלושען איז כמעט אלע די געווענליכע 1366×768, און זיכער די ביליגע.

שכוח פאר די אינפא

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 8:29 am
דורך חד גדיא
א פיין געשעפט
http://www.tigerdirect.com/applications ... No=4903660
Lenovo G580 59344054 Notebook PC - 3rd Gen. Intel Core i5-3210M 2.5GHz, 4GB DDR3, 500GB HDD, DVDRW, 15.6" Display, Windows 8 64-bit
$420

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 10:19 am
דורך חד גדיא
קוקט אויס וו א גאר גוטע דיעל
http://www.tigerdirect.com/applications ... No=5261332
Toshiba L855-S5383 PSKFUU-02X003 Notebook PC - 8GB, Intel Core i7-3630QM 2.4GHz, 8GB DDR3, 640GB HDD, DVDRW, 15.6" Display, Windows 8
$600

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 12:17 am
דורך שמעקעדיג

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 2:42 pm
דורך יואליש
שמעקעדיג האט געשריבן:א i7 פראסעסאר איז נומבער איינס,
א SSD הארד דרייוו נומבער 2.
6 אדער 8 גיג רעם נומבער 3.

פאר אביסל מער פרטים, זעה דא:

http://balboos.com/forum/showthread.php ... 52#pid2752


Thanks for educating me!!!

Here's what I'm looking at and I wonder if you or anyone else has any suggestions.

Toshiba Satellite U845W-S414

As stated before, I'm obsessed with speed. This laptop gives me an i-7 processsor, 6GB RAM, and a Solid State Drive.

Because I wanted an SSD yet keep it within my price range, I had to settle for 256GB of space only . I plan on dealing with this space shortage by having an externeal storage device to store data that isn't needed on a daily basis (family pictues and vedios, and archival documents.)

The laptop will be used for private use (web-browising, shopping, youtube, Netflix and Kaveshtiebel), as well as average businees use, i.e. Quickbooks, Word, Excell and email

What do you think? Better ideas?

נשלח: פרייטאג יאנואר 18, 2013 12:29 am
דורך שמעקעדיג
דערווייל נעם עס נישט. איך האב נישט קיין צייט צו מאריך זיין יעצט. ועוד חזון אי"ה.

נשלח: פרייטאג יאנואר 18, 2013 1:46 am
דורך ונבנתה העיר
יואליש, דאס זעהט אויס אסאך בעסער, עס האט אסאאאך שנעלערע פראסעסאר, און איז אסאאאך ביליגער.

נשלח: פרייטאג יאנואר 18, 2013 10:37 am
דורך שמעקעדיג
ונבנתה, עס איז נישט קיין שלעכטע דיעל, אבער עס האט א שטייטע 5400 רפ"מ הארד דרייוו.

יואליש, דיין לעפטאפ וואס דו לינקסט האט מען שוין דערמאנט אויבן ערגעץ-וואו. עס איז א אומגעווענליכע ברייטע סקרין וועלכע קומט זיך נישט גוט אויס מיט רוב פראגראמען. שטיי אוועק דערפון.

נאך א וויכטיגע זאך וואס איך וויל ארויסברענגען דא, בפרט אז דו זאגסט אויף וואס דו ווילסט עס נוצן.
רוב סקרין רעזאלושענ'ס (פאר לעפטאפס ביז 15") זענען בלויז 1366 ביי 768, וואס איז נישט שלעכט סתם אזוי פאר אביסל וועב-בראוזינג וכדומה, אבער איז נישט פראקטיש ווען מען דארף לענגערע רעפארטס א.א.וו.
אויב גייסטו נוצן קוויק-בוקס אויף אזא רעזאלושען (בפרט אויב נוצטו די נייע 2013 וואס האט צוגעלייגט א ריבאן, א שטייגער ווי מייקראסאפט אפיס האט לעצטנס) גייסטו פלאצן ביי יעדן אינוואויס, סעילס רעסיט, רעפארט. דו וועסט נישט קענען זעהן מער ווי געציילטע שורות אויף אמאל.

אלס דעם לוינט זיך צו אינוועסטירן אויף אביסל א העכערע רעזאלושען, לכל הפחות 1600 ביי 900. דאס מאכט טאקע אלעס אביסעלע קלענער, די אותיות, אייקאנס, אבער דער סקרין איז שארפער, קלארער, און לאזט אריינפיטן מער אינפארמאציע אויפן סקרין.
עס איז פאראן נאך א שארפערע רעזאלושען, 1920 ביי 1080, און דאס איז משוגע שארף (עכטע HD), אבער איך קען עס נישט רעקאמענדירן ווייל עס מאכט זייער פיצי אלעס אויפן סקרין.
(אין אנדערע ווערטער, שטופט עס אריין אינפארמאציע וואס מען זעהט געווענליך אויף א גרויסן 24 אינטש סקרין אין א קליינע 14 אדער 15 אינטש סקרין. דאס איז געאייגענט פאר אזעלכע וואס ארבעטן בעיקר מיט בילדער און ווידעאוס, און זיי דארפן האבן א אויסטערלישן שארפן סקרין, און ס'אינטרעסירט זיי נישט די פיצעלע אייקאנס און אותיות וועלכע נעמט ארויס די אויגן.)
ממילא טוה איך רעקאמענדירן דעם אויבנדערמאנטן 1600 ביי 900, דער העפי מידיאם, וואס זאל לכאורה זיין פונקט גענוג.

נאר דא קומט אריין דער פראבלעם, אז דו וועסט זייער שווער קענען טרעפן די 2 קאמבינירט.
א SSD דרייוו איז גאר שווער צו טרעפן אין לעפטאפס, און די העכערע רעזאלוציע סקרינ'ס איז אויך נישט זייער בנמצא, און אודאי די 2 צוזאמען איז א זעלטנהייט, ממש געציילטע.
און דא קוומט אריין דיין "בודזשעט". וויפיל איז דיין מאקסימום? ביז וויפיל ביזטו גרייט צו ספענדן? ווייל פאר גוט געלט קען מען עס טרעפן (פון $1,300 און העכער)
איך רעקאמענדיר געווענליך יא צו צאלן מער ווי אביסל, אפשר אפילו בארגן אויף פעימענטס, ווען מען קויפט א קאמפיוטער פאר וויכטיגע ענינים. עס איז א אינוועסטמענט וואס צאלט זיך אויס.
ערגעץ האב איך געזעהן א שטודיע אז מענטשן פארלירן צייט מיטן סקראולן אסאך, מיט שטייטע קאמפיוטערס, טיים איז מאני, מען כאפט זיך נישט אז בשעת'ן קויפן שפארט מען זיך טאקע א 200 דאלער, אבער במשך די יארן וואס דו נוצט עס גייען שעות ארוכות אוועק אין מיסט.

אלענפאלס, יואליש. זאג מיר ביז וויפיל דו ביזט גרייט צו ספענדן, און איך וועל דיר זוכן עפעס פאסיג.

נ.ב. נאך א קליינע הערה, וואס איך גלייב נישט וועסט עס וועלן נעמען אין באטראכט, אבער אפשר איז יא כדאי פאר דיר אדער פאר א צווייטן מעיין צו זיין דערין.
די SSD דרייווס וואס מען קויפט פארטיג מיט די קאמפיוטערס האט אין זיך 2 חסרונות:
איינס, עס קומען כסדר ארויס פרישע מאדעלן SSD דרייווס, וועלכע ווערן שנעלער און מער רעלייעבל. אבער די קאמפיוטער מאנופעקטשורערס וועלכע האבן נאך סטאק פון די עלטערע מאדעלן, יאגן זיך נישט צו נוצן די נייערע, נאר נוצן קודם אויס וואס זיי האבן.
פארשטייט זיך אז דו וועסט קיינמאל נישט טרעפן קיין ספעקס SPECS וועלכע SSD דרייוו זיי לייגן, כאטש זיי זענען ווייט נישט די זעלבע איינס ווי דעם אנדערן.
און אפילו פון די נייערע, זענען אויך נישט אלע קאמפאניס אייניג. כאטש אלע זענען בלעזינג שנעל, זענען דא צווישן זיי די שנעלערע און אביסל שטייטערע. סעמסאנג איז די טאפ אויף די ליסטע. זעה דא.
צווייטנס, די מאנופעקטשורערס בעטן משוגע'נע הויכע פרייזן פאר די SSD אפגרעידס. זיי מאכן דערויף א הון תועפות. זיי בעטן פאר א 256 ג"ב אפגרעיד מער פון וויפיל עס קאסט א נייע 512 ג"ב אין געשעפט!

ממילא זענען פאראן אזעלכע וואס זאגן עצה היעוצה, מען זאל יא קויפן א לעפטאפ מיט א פשוט'ע ביליגע הארד-דרייוו, פאר א פארהאלטניסמעסיג ביליגע פרייז, און זיך אליינס איינקויפן א SSD דרייוו אנליין, פאר ביליג.
רוב SSD דרייווס, אויב מען איז אביסעלע הענדי, קען מען אליינס ריפלעיסן און אפגרעידן פון די מאנופעקטשורערס הארד-דרייווס, און עס קומט געווענליך מיט אינסטרוקציעס ווי אזוי אריבערצופירן די דאטא און אינפארמאציע פון די אלטע הארד דרייוו צו די נייע.
און אויב איז מען נישט הענדי, לוינט זיך אפאר דאלער פאר א פראפעשאנעל זאל עס טון. נאכאמאל, עס איז א אינוועסטמענט וואס צאלט זיך אויס זייער שיין.

וועל איך שוין מסיים זיין דא. כ'רעד שוין צופיל. לאמיך וויסן אויב דו האסט נאך עפעס שאלות.

נשלח: פרייטאג יאנואר 18, 2013 1:31 pm
דורך יואליש
א ריזן דאנק פאר דיין צייט און עקספערטיז וואס דו שמקסט אוועק. בנוגע א מעניועל אפגרעיד האב איך געליינט אז ס'קען שאפן קאמפליקאציעס. לגבי די רעזעלושען, איך פלאן צו צוטשעפען א געווענליכע דעסקטאפ מאניטער פארן טאג טעגליכע באניץ.

כ'וועל צאלן מער פאר א גיטן עקספעריענס. 1300 איז פיין.

נשלח: פרייטאג יאנואר 18, 2013 2:31 pm
דורך גוטע פינטעלך
יואלי'ש אונז קען מיר קוים ווארטען ווען די וועסט שוין האבען דיין שנעלע קאמפיוטער, איין זאך פארגעס נישט אז וינדאוס 8 קען מען נאכנישט פילטערן ...

נשלח: פרייטאג יאנואר 18, 2013 4:15 pm
דורך יואליש
גוטע פינטעלך האט געשריבן:יואלי'ש אונז קען מיר קוים ווארטען ווען די וועסט שוין האבען דיין שנעלע קאמפיוטער, איין זאך פארגעס נישט אז וינדאוס 8 קען מען נאכנישט פילטערן ...


אן א פילטער וועל איך מיזן אכט געבן מיין לעפטאפ זאל נישט אריינפאלן אין ווערעמדיגע וואסער.

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 3:28 pm
דורך שמעקעדיג
ווי שוין געשמועסט אין דעם אשכול, איז שוין יא פאראן פילטערס פאר ווינדאוס 8.

יעצט פאר א גוטן שנעלן לעפטאפ וואלט איך גע'עצה'ט צו גיין צו די וועבסייט פון SONY, און דארטן קאסטומייזן כאוות רצונך.
לאז מיר וויסן אויב עס ארבעט פאר דיר.

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 3:16 pm
דורך [NAMELESS]