בלאט 3 פון 4
ענטפער צו אוטספאוקען
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 12:11 am
דורך berlbalaguleh
אט דאס טענה'ט דאך נטורי קרתא. נאר פון די מיליאנען אכזריות'דיגע רציחות און אנדערע טעראריסטישע אקציעס רעדן זיי נישט.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 12:25 am
דורך עוד מישהו
צו די וואס שרייבן אז עס זענען דא פאלעסטינער שוין 3 דורות פליטים, וואו אזוי איז דאס מעגליך 3 דורות, די זיידע איז אנטלאפן איינמאל זענען דען די קינדער צוריק און מען האט זיי פארטריבן נאכאמאל?! ניין! איז מיט וואס פונקטליך זענען די קינדער פליטים?
לשיטתם פון די רוצחים בין איך א מלחמה איבערלעבער, מיין זיידע איז געווען אין אוישוויץ און איז ב"ה ניצול געווארן, דערנאך האט ער אויפגעשטעלט א אידישע שטוב. אויב די מושג פליטים גייט אריבער פון דור צו דור, אפשר זאל מלחמה איבערלעבער אויך אריבערגיין. דייטשלאנד וועט מיר אויך געבן געלט.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 12:31 am
דורך חאצקל
ס'ווענדט זיך צו די אייניקלעך זענען אויפגעראכטן געווארן פון די טראגעדיע פון די זיידעס
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 12:36 am
דורך berlbalaguleh
נולד מאוחר האט געשריבן:Outspoken, מיר לוופט אויך דורך ענקליכע מחשבות,יעדע מחלוקה האט צוויי צדידים, דער האט אויך אמפוינט אפי' ער נישט אינגאנצן גערעכט וכו' וכו'
נאכן זען די בילדער ווי זיי שלעפן ארום זייער ברודער טויט'ער הייט אויף די גאסן.ווייל ער האט ארויס געגעבן סודות פאר איזריעל, האב איך געכאפט אז די מענטשען זענען אסאך מער לייכטזיניג צי די פאקט פון אוועק נעמען א צווייטען'ס לעבען.
דאנט געט מי ראנג די ציווילזרטע וועלט קען אויך הרגנן א מענטשפאר דעם חטא, אבער ארומשלעפן אויף די גאסן ליגעבינדען צי א מאטערסייקעל ווייזט מיט וועם מיר האנדלן דא. יא רוצחים מיטן גאנצען פירוש.
ווען די מאפיא הארגט א מענטש פארן נישט באצעלן די חוב אויפ'ן דאדאט האבען זיי אויך א טענה.
טו מיר א טובה כאפ א בליק אויף די בילדער און זאג מיר וואס זיי זענען ,מענטשען אדער חיות?
www.vosizneias.com/117747/2012/11/20/gaza-hamas-kills-6-suspected-collaborators-with-israel/
אבער זייערע פרענדס די נטורי קרתא און א פאר פארנאר'טע יודעלעך ווילן פון דעם נישט וויסן.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 1:44 am
דורך געפילטע פיש
נאך איינער האט געשריבן:צו די וואס שרייבן אז עס זענען דא פאלעסטינער שוין 3 דורות פליטים, וואו אזוי איז דאס מעגליך 3 דורות, די זיידע איז אנטלאפן איינמאל זענען דען די קינדער צוריק און מען האט זיי פארטריבן נאכאמאל?! ניין! איז מיט וואס פונקטליך זענען די קינדער פליטים?
לשיטתם פון די רוצחים בין איך א מלחמה איבערלעבער, מיין זיידע איז געווען אין אוישוויץ און איז ב"ה ניצול געווארן, דערנאך האט ער אויפגעשטעלט א אידישע שטוב. אויב די מושג פליטים גייט אריבער פון דור צו דור, אפשר זאל מלחמה איבערלעבער אויך אריבערגיין. דייטשלאנד וועט מיר אויך געבן געלט.
דריי דורות פליטים וואס וואוינען אין refugee camps.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:10 am
דורך עוד מישהו
געפילטע פיש, זיי זענען נישט דריי דורות פליטים, דאס איז נישט אונזער טעות, די טעות ליגט אין די יו ען, עס איז א טעכנישע טערמין וואס ווערט באנוצט בטעות אויף אזאך וואס איז נישט אמת.
וואס יא דריי דורות מענטשן וואס וואינען אין פליטים לאגערן, וואס מ'האט אויפגעשטעלט פאר זייער זיידע
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:17 am
דורך איך אויך
למען האמת האב איך געהערט אז לעצטענס איז דא א מעגליכקייט פאר די קינדער פון מלחמה איבערלעבער צו באקומען געלט, פאר די פון אונז וואס זענען רעכטע אייניקלעך פון מלחמה איבערלעבער דארף קיינער נישט מסביר זיין אז די ערשטע דור זענען אויך מלחמה סארווייוארס, זיכער נישט אויף די זעלבע מדרגה ווי א אוישוויטץ געליטענע אבער אויך ווייט פון אזא איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין א נארמאלע שטוב.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:23 am
דורך שמעקעדיג
יא, מיר זענען אלע מלחמה געליטענע!!!
דו"ק ותשכח!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:44 am
דורך עוד מישהו
שמעקעדיג האט געשריבן:יא, מיר זענען אלע מלחמה געליטענע!!!
דו"ק ותשכח!
איך אויך האט געשריבן:למען האמת האב איך געהערט אז לעצטענס איז דא א מעגליכקייט פאר די קינדער פון מלחמה איבערלעבער צו באקומען געלט, פאר די פון אונז וואס זענען רעכטע אייניקלעך פון מלחמה איבערלעבער דארף קיינער נישט מסביר זיין אז די ערשטע דור זענען אויך מלחמה סארווייוארס, זיכער נישט אויף די זעלבע מדרגה ווי א אוישוויטץ געליטענע אבער אויך ווייט פון אזא איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין א נארמאלע שטוב.
קומטס מאנען געלט פון דייטשלאנד, די געלט וועט אונז זיכער נישט שאטן. די מלחמה וואס איך האב דורכעלעבט אלס קינד, איז געווען אונטער א דירעקטע השפעה פון מיינע עלטערנס אויפוואקסן ביי מלחמה איבערלעבער.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:54 am
דורך outspoken
נאך איינער
ביסט דאך אזוי גערעכט, ווי פיל דורות וועט מען נאך ליידען דערפון?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:58 am
דורך שמעקעדיג
אונזערע קינדער שוין נישט.
מען רעדט דאך ערנסט פון טוישן "דעם סיסטעם"......
אשרינו מה טוב חלקינו פון אונזער חברי השטיבל...
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 12:06 pm
דורך איך אויך
לעת עתה קען נאר די ערשטע דור עפעס קריגן, אפשר אויב מ'וועט אראנזשירן אז די באאמטע זאלן ליינען קאווע שטיבל וועלן מיר אייניקלעך אויך קריגן.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 4:59 pm
דורך outspoken
שעפטל האט געשריבן:כ'האף אז כאמאס ערקלערט א מאסן שחיטה אויף זייערע מענטשן. זכה נעשה מלכתו ע"י אחרים..
Cairo - A Muslim Brotherhood member was killed and 60 people were injured on Sunday in an attack on the main office of the Brotherhood in the Egyptian Nile Delta town of Damanhour, the website of the Brotherhood’s Freedom and Justice Party said.
Advertisement:
“Brotherhood member, Islam Fathy Masoud, 15, was killed and 60 were injured after thugs attacked the Muslim Brotherhood’s headquarters in Damanhour in the total absence of police forces,” the website said
http://www.vosizneias.com/118133/2012/1 ... ood-office
נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 8:23 am
דורך אשכולות אויפוועקער
אויפגעוועקט
נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 12:54 pm
דורך בר דעת
די פאלעסטינער זענען נישט דווקא טעראריסטן, כאמאס איז יא
נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 1:17 pm
דורך סמבטיון
די תורה האלט אנדערש ווי אייך, 'והוא יהיה פרא אדם ידו בכל ויד כל בו ועל פני כל אחיו ישכון' - רש"י, פרא אדם, אוהב מדבריות לצוד חיות (אנשים) , ידו בכל, פרש"י - לסטים, ויד כל בו - הכל שונאין אותו. וכו'
נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 2:16 pm
דורך מ גפני
די שאלה שטעלט זיך נאר אויב די היינטיגע פאלעסטינער און סתם אראבער זענען טאקע אייניקלעך פון פעטער ישמעאל
נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 2:18 pm
דורך יין שרף
בר דעת האט געשריבן:די פאלעסטינער זענען נישט דווקא טעראריסטן, כאמאס איז יא
ער האלט אביסל אנדערש...
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 8:32 pm
דורך ישראל קאפקע
אוודאי זענען "זיי" רוצחים, דאס מאכט נאך נישט די גאנצע פאלעסטינער פאלק פאר טערראריסטן,
שטעל זיך נאר פאר אויב די ענגלישע מאנדאט וואלט ראגירט צו אצ"ל און לחי אזויווי מדינת ישראל טוט מיט די פאלעסטינער פאלק,
נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:53 am
דורך מאטי
אצ"ל און לחי זענען זיך טאקע ווערט דאס געלט. למעשה האבן זיי נישט געצילט קיין ציווילע איינשטאלטן, נאר פאליטישע. והשנית האבן זיי געהאט א גערעכטע טענה אז די בריטישע פאלגן נישט אויס דעם מאנדאט וואס גיט קלאר די רעכט פאר אידישע קאלוניסטן זיך צו באזעצן אין אלע שטחים, און האבן גענוצט געוואלטאטן בלויז דאס צו דערגרייכן.
נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 3:13 am
דורך שטילע אינגערמאן
א פדיון הבן אין עזה.
נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 8:31 am
דורך ישראל קאפקע
מאטי האט געשריבן:אצ"ל און לחי זענען זיך טאקע ווערט דאס געלט. למעשה האבן זיי נישט געצילט קיין ציווילע איינשטאלטן, נאר פאליטישע. והשנית האבן זיי געהאט א גערעכטע טענה אז די בריטישע פאלגן נישט אויס דעם מאנדאט וואס גיט קלאר די רעכט פאר אידישע קאלוניסטן זיך צו באזעצן אין אלע שטחים, און האבן גענוצט געוואלטאטן בלויז דאס צו דערגרייכן.
איך האב בכלל נישט באהאנדלט די פאקט אויב אצל און לחי זענען טעראריסטן אדער נישט, איך האב געפרעגט אויב דאס בארעכטיגט אזא רעאקציע ווי דאס וואס מדינת ישראל צו די פאלעסטינער, און ארויסגעברענגט אז פונקט ווי דעמאלט ווערט נישט די גאנצע פאלק טעראריסטן.
זיי האבן נישט געצילט קיינע ציווילע? אוודאי האבן זיי געצילט ציווילע, רוב רובו פון די אטאקעס זענען געווען אויף ציווילע.
זיי האבן געהאט א "גערעכט טענה" ? נע איי דאונט טינק סאו.
נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 10:15 am
דורך בר דעת
אויב איך געדענק גוט זענען די אטאקעס פן אצל און לחי געווען קעגן בריטישע סאלדאטן און נישט קעגן קיין ציווילע