מאשין מצה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
פאר הדור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 16, 2013 9:50 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך פאר הדור »

ב"ה

על המחלוקת בין התומכים במצות מכונה למתנגדים: http://www.daat.ac.il/daat/kitveyet/mah ... matsot.htm
על הטענות על החששות במצות מכונה בימינו: http://www.zomet.org.il/?CategoryID=257&ArticleID=321
מאמר מעניין על המחלוקת על מצת מכונה בהקשר של השוואה בין שתי מהדורות של 'אגרות הראי"ה': http://musaf-shabbat.com/2011/04/24/%d7 ... #more-2669
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אזוי מאכט מען פסח'דיגע מצות מיט א חמץ'דיגן טעיסט

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=r-94qnBjqf8[/youtube]
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א פאר הערות אויף די אשכול.
[tag]פאר הדור[/tag], כדרכו, האט געברענגט א רויטע העררינג. די מאמר אויף הרב קוק איז נישט ווערט די שפייאכטס. הרב קוק האט געהאט מצות שמורה פאר די סדר און פשוט'ער מצות אגאנץ יו"ט, כדרכם של כל ישראל ביז לעצטענס. און די בריוו דארף גארנישט מיינען מער ווי דעם.

די עיקר טענות אויף די אלטע מאשין מצות גילטען נישט היינטיגע צייטען, אבער נייע טענות זענען יא פארהאנען. די לינק צו די מאמר אין תחומין פון מכון צומת איז שוין אן אלטע, און לעצטענס איז ארויס א גאנצע ספר אויף דער ענין. דארט ברענגט ער אפיר אסאך אינטרעסאנטע עניינים, נאר למעשה בין איך נישט אנטציקט פון זיין תורה, וואס שמעקט פון מאדערנע חשבונות אויף תורה'דיגע מושגים.

די איינציגסטע טענה וואס איז קלאר ערגער היינט ווי פארצייטענס איז לשמה. הרב חיים בריסקער, ווי באקאנט, האט מתיר געווען מאשין מצות, זאגענדיג אז וויבאלד די לישה איז בידי אדם לשם מצות מצוה, ווערט אלס פון דארט און ווייטער על דעת הראשונה. די פסק פאסט נאר אין די אלטע מאשינען ווי די ערשטער קנייטען איז געווען דורך א מענטש, נישט היינטיגע צייטען.

הרב יונתן שטייף, כאמור למעלה, האט געבאקען און געגעסען מאשין מצות אונטער זיין השגחה. אלע מעשה'ס פון געצווינגען פון די קהלה זענען געזויגען פון פינגער, כמובן.
ערשטנ'ס, ער האט געלערנט די תשובות פון די אלע אוסרים, און געבויט א פאבריק וואס פארענטפערט אלע טענות. ס'האט געהייסען די מהודרת'דיגע מצות אין די מארק און פיהל האבען שטארק מקפיד געווען נאר צו עסען פון זיין מצות. ער האט זאגאר געבאקען ערב פסח מצות אויפ'ן מאשין, וואס די אלע מדקדקים פון ערב פסח מצות און מדקדקים נאר צו עסען מאשין מצות האבען גענוצט.
איך האב געהערט אז איינער אן ארבעטארער האט פארלוירען א פינגער אין זיין מאשין, און אזוי האט זיך דער פאבריק פארמאכט.

א פאר תשובות וועגען דער ענין, פאר דער וואס וויל נאכקוקען.

מודעא לבית ישראל מיט ביטול מודעא פון הרב שלמה קלוגער און הרב מרדכי זאב איטינגא ועוד.
דברי מלכיאל ח"ד סימן כ'.
שימושה של תורה פון הרב דוד פלדמן, העכט'ס אינטרעסאנטע בילדער און צייכענונגען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מאשין מצה

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב געטראפען, אויף אוצה"ח, הרב יונתן׳ס תשובה וועגען זיין בעקעריי. ס׳געפונט זיך (אלס אונגארישער דארף איך שרייבען היא ל"ו נדפסה) אין סימן קט"ו.
דארט זעט מען אז נאר די וועלגערען האט מען געמאכט מיט די מאשין. א מענטש האט עס געקנייטען און א מענטש האט עס אריינגעלייגט אין אויווען. ער האט אויך מקפיד געווען אז אין אויווען זאל עס נישט זיצען אויף א קאלטע אייזענע טאץ וואס שפאצירט דורך דער אויווען, נאר דייקא אויף עפעס וואס איך פארשטיי נישט דער טייטש פון די ווארט, דער וטאס קען עס טייטשען ווערט געליידענט.
דער ספר וואס איז לעצטענס ארויס דערוועגען, געלינקט אויבען, ברענגט אן אנדערע תשובה פון ר׳ יונתן, נאר וועגען די פאדלאגע, עיי"ש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אין א ספר האב איך אמאהל געזעהן געברענגט, אז ר' שלמה באבובער האט געניצט א מאשין וואס האט גומר געווען די מצה נאכען וועלגערען, איך וואס נישט פונקליך וואס די מאשין האט געטוהן.

דו היינטיגע בעקערייען, בעיקר אין ארץ ישראל, האבן אזעלכע טישען מיט אייזערנע שטעקענעס אויסצוארבעטן די טייג נאכן קנעטען, קען אויך הייסן א מאשין לויט די אמאליגע סטאנדארטן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מאשין מצה

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מ׳שטייט ביי די טישען און ס׳איז דא אן אייזענע שטעקען באהאפטען צום טיש מיט א לויזע שרויף, און מ׳טאנצט ארויף און אראפ מיט די שטעקען אויף דער טייג ביז ס׳ווערט בעסער געקנויטען.
דאס הייסט ביי זיי ׳פינען׳ די טייג.

איך האב געהערט אז די סבה דערצו איז ווייל וויבאלד ס׳רעגענט נישט סשעת הקציר אין א"י, דעריבער איז די ווייץ הארטער, און די מעהל מישט זיך אויס שוואכער מיט די וואסער. נאך א פשט האב איך געהערט אז די מחמירים נוצען ווייניגער וואסער און דעריבער דארף מען בעסער בא׳ארבעטען די טייג.

טאמער די פראבלעם מיט מאשין מצות איז אז אויל קען ארויפשפריצען אויף די מצות, דארף עס דא אויך גילטען. אן אויל וואלט לכאורה אזא סיסטעם נישט גע׳ארבעט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
יעלה ויבא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:51 pm
האט שוין געלייקט: 1997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

Re: מאשין מצה

שליחה דורך יעלה ויבא »

כבוד הרב. וויא קימט אויל צי א פינען טיש.

lead, follow, or get out of the way
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מאשין מצה

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אז מ׳וויל אז א שרויף זאל זיין לויז און געשמירט, מוז מען עס לכאורה שמירען. פאר דעם נוצט מען אויל

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

איינער פון די מצות וואס ווערן פארקויפט פאר ביליג אין בינגאו זעהט אויס ווי ס'נישט געבאקן געווארן דורך א טראדיציאנאלע אויוון. איך בין נישט באקאנט אבער ס'זעהט אויס ווי ס'איז אדורך געפארן א מאשין. די מצות זעהן אויס די זעלבע פון ביידע זייטן. אנדערש ווי ביי אונזערע מצות וואס זעהן אויס אנדערש פון ביידע זייטן.

איך בין נייגעריג וואס צאנזער רב וואלט געהאלטן אויף מצות פון א אויוון וואס ארבעט מיט א קאנוועיר פאסיג צו אזעלכע מצות גייען אריין בגדר מאשין מצות. און אלנפאלס איז עס נישט טראדיציאנאל.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

וועלכע מצות?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אישתישבי האט געשריבן:וועלכע מצות?
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20170319-WA0004.jpg
פארשפארט