בלאט 3 פון 26

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 6:23 pm
דורך מומחה
אין אזא פאל קען מען מאכן די קערעקטער א ליכטיגע קאליר, אזוי אז עס איז נישט אזוי מערקבאר

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 6:26 pm
דורך sunbar
דער עולם האט דאגות

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:54 pm
דורך יאיר
געפילטע פיש האט געשריבן:מ'סתם האבן די פינטלעך נישט געהאלטן אויף לינקס נאר אויב מ'האט געלייגט א קאראקטער נאכדעם. גערעכט?

געפילטע האט עקספיריענס :D

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 12:08 am
דורך ונבנתה העיר
און אז ער טוישט שוין, קען ער טוישן צו אחראי אנשטאט אחריות.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:32 am
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געטוישט חתימה, ווי פאלגענד:

If your landlord does not give you enough heat, do not pay the rent" - Albert Einstein"

(וועלכער אלבערט האט געזאגט אזעלכע זאכן?)

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:39 am
דורך איך אויך
אלבערט מהמכולת.

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 2:51 pm
דורך שמעקעדיג
קופערניקוס' נייע אונטערשריפט איז גוט, אמת, און ציפעדיג ביינאזאם:

הוי מענטשן: פארנאכלעסיגן זייער געזונט צו זאמלען געלט, דאן ספענדן זיי געלט צו ראטעווען דאס געזונט.
טראכטן איבערן צוקונפט און פארגעסן דעם יעצט, אזוי אז זיי לעבן נישט מיטן יעצט און נישט מיטן צוקונפט.
זיי לעבן כאילו זיי גייען קיינמאל שטארבן, אבער זיי גייען שטארבן כאילו קיינמאל געלעבט!

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 3:06 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:קופערניקוס' נייע אונטערשריפט איז גוט, אמת, און ציפעדיג ביינאזאם:

הוי מענטשן: פארנאכלעסיגן זייער געזונט צו זאמלען געלט, דאן ספענדן זיי געלט צו ראטעווען דאס געזונט.
טראכטן איבערן צוקונפט און פארגעסן דעם יעצט, אזוי אז זיי לעבן נישט מיטן יעצט און נישט מיטן צוקונפט.
זיי לעבן כאילו זיי גייען קיינמאל שטארבן, אבער זיי גייען שטארבן כאילו קיינמאל געלעבט!


עס איז באזירט אויף א ציטאט פון דעם גרויסן כינעזער פילאסאף קאנפיוצעס וועלכער איז נסתלק געווארן מיט איבער צוויי א האלב טויזנט יאר צוריק. אילו ידעתי, ידעתי, פון קאנפיוצעס און זיינע הערליכע געדאנקען וואלט איך זיך א נאמען געגעבן על שמו, און קאנפיוצט דעם עולם מיט א מער פשוט קאמפליצירטן נאמען ווי די עקזיסטירנדע על שמו פונעם אסטראנאמער זצ"ל

נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2013 3:10 pm
דורך ונבנתה העיר
היימישער ליטוואק:
היגיון פשוט הוא אותה שכבה של דעות קדומות שאנחנו רוכשים לפני שאנחנו בני שש עשרה. - אלברט אינשטיין

עס איז אינטערעסאנט, און אפשר טאקע האט ער דערפאר אזוי געזאגט, אז פונקט ביי די זעכצן האט איינשטיין אנגעהויבן אריינקלערן אין די סתירה פון מאקסוועל און ניוטאן לגבי די אבסעלוט ספיד פון ליכטיגקייט, וואס דאס האט איהם צוגעברענגט צו ספעשעל רעלאטיוויטי וואס דרייעט איבער קאמען קאנסעפשען על פיה.

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 2:16 pm
דורך שמעקעדיג
לולקע-ציבעך:

"אין עוד מלבדו." ואידך פירושא: גיי ברעך קאפ.

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 9:54 am
דורך [NAMELESS]
אוי טאטי'ס אינטערשריפט:
די וואס זענען טרוד א גאנץ יאר על הגפן, זענען פורים טרוד על המחיה ועל הכלכלה. (קרעדיט; מעלות.)

זעהט אויס ווי א גיט ווארט אבער איך פארשטיי עס נישט . איינער קען עס אפשר מסביר זיין?

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 10:03 am
דורך אוי טאטי
לכאו׳ איז די אפטייטש, אז די וואס ארבעטן נישט א גאנץ יאר, נאר טרונקען א גאנצן טאג, דארפן ארבעטן פורים, און ארומלויפן נאך געלט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 1:06 am
דורך שמעקעדיג
כ'גלייך ממי_שאמרו'ס חתימה:

Take my advice, I am not using it

עס קאסט מיר א שמייכל יעדע מאל איך זעה עס.

מען קען לערנען דערין עטליכע פשטים,
איינס, פארן חבר איז גרינג צו געבן עצות, איך האב דאך נישט יענעמ'ס יצר הרע, פאר יענעם בינעך פרום.

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 2:10 am
דורך זר זהב
אופס שמעקעדיג, נישט פאר צו לאנג... זעהט אויס מ'האט צוכאפט ממי'ס אדווייז, ער איז געבליבן בעירום ובחוסר... נישט געזארגט. דער באגאבטער ממי שאמרו האט א פרישן חתימה:

? Don't you wish some ppl would start using glue instead of lipstick

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 1:58 pm
דורך שמעקעדיג
יא, איך בין פון די מענטשן וואס וואונטשן זיך.....

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:08 pm
דורך [NAMELESS]
-

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:09 pm
דורך לעמיל
קופערניקוס-ענוה איז די חשובסטע פון מיינע אלע מעלות
:lol: פיינע נייעס

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:10 pm
דורך sunbar
קופערניקוס האט געשריבן:-


:like

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 4:41 pm
דורך [NAMELESS]
;)

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 9:00 pm
דורך [NAMELESS]
קיק נאר אהן!!
קופערניקעס האט אנגעשריבן א גאנצע דרשה אין זיין אינטערשריפט

די אומשטענדן, מיינע בירגער, מיינע פיינט, זיי זענען שולדיג, איך האב נישט געקענט טון בעסער (ניקאלא טשאוסקאו, סאדאם כוסעין, כוסני מובאראק)

שולדיג זענען נישט בלויז די אקטיווע דיקטאטורן, נאר אויך די פאסיווע צושויער; איך בין אחראי אויף די געשעענישן (מאהאטמא גאנדי, מארטין לוטער קינג, נעלסאן מאנדעלא)

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 1:59 am
דורך שמעקעדיג
בענזשאמין פרענקלין? ווידער געטוישט?
אט איז די נייע חתימה:

דער אומאנגענעמסטער שונא איז יענער וועמען דו קענסט באקעמפן מיט א שנעלקע אין נאז, נאר עס רינט אים פון נאז. מ. נ.

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 2:38 pm
דורך [NAMELESS]
קאווע טרינקער טייערע,
פארוואס האסטו לעצטענס דיפרעסטע חתימות? בעמח"ס וכו' איז זייער גוט געווען.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:17 am
דורך לעמיל
קאווע טרינקערס אינטערשריפט
א חתימה? ביי אונז איז געווען א קפידא נישט צו חתמ'נען.