בלאט 3 פון 4

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 1:56 am
דורך היימישער ליטוואק
הרב אמנון גייט אינגאנצן בדרך הויואל משה.
ער גייט ווערן פריים מיניסטער, או קיי נישט פריים מיניסטער, עט ליעסט א מיניסטער אין די קאבינעט. דערנאך גייט ער בעטן אן אודיענץ ביי די צוויי סטאמערע רבי'ס שליט"א, ביי נטורי קרתא און ביי די בני יואל.
ער גייט שטעלן איין פראגע, נעמליך, איצט איז די ממשלה ביי מיר אין די הענט, וואס זאל איך יעצט טוהן?
זאל איך איבערגעבן די גאנצע מדינה מיט אירע וואפן עראפלאנען וכו' צו אונזערע ערליכע אראבישע שכנים וועלכע האבן אונז אזוי שיין באהאנדלט ביז די ציונים זענען אפירקגעקומען?
אדער נאר דעסטרויען אלע אונזערע געווער, און לאזן אונזערע פריערדערמאנטע שכנים פיהרן דאס לאנד על מי מנוחות?
אפשר גאר זאלן מיר עוואקיואירן ערגעצוואו? איך בעט כבוד הרבנים זאלן מיר מודיע זיין וואו אהין. איך וואלט גוואלט שווייץ אבער עס זעהט נישט אויס אז זיי ווילן ארייננעמען 6 מיליון אידישע פליטים. (רינגס עי בעלל??)
אויב דער ויואל משה וועט בלייבן אקטועל נאך ענטפערס אויף די און נאך אנדערע אזוינע פראגעס, וועט הרב אמנון אויך בלייבן געטריי דעם ויואל משה.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 3:15 am
דורך טעפל
געוואלדיג, איך זוך אמנון'ס טעלעפאן איהם איבערגעבן די ווערטער, ווייל ס'איז איהם זיכער נישט איינגעפאלן אזא ריזען פלאן!!!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:55 am
דורך טעפל
הרב אמנון יצחק און באבאווער ביהמ"ד אין בארא פארק.
http://www.youtube.com/watch?v=waVolW3w ... he0tP1J4gA

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:33 pm
דורך עוד מישהו
היינט איז געווען אין די צייטונגען דא אין ארץ ישראל, א פאשקעוויל קעגן הרב יצחק, עס איז אינטערסאנט אבער אין המודיע איז אויך געווען, און דארט האב איך עס געזען.
אסאך ספרד'ישע רבנים האבן געחתמט אויף דעם.
http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%94%D ... D7%97.html

דא זעט מען נישט ווער עס האט געחתמט, אבער די בריוו יא.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 8:54 pm
דורך [NAMELESS]
דא איד די גאנצע בריוו

קוד: וועל אויס אלע

http://1.bp.blogspot.com/-x9GQDhf7lLA/UNxcAdkVulI/AAAAAAAA9BI/SWNZAnTtwTk/s1600/קריאת+קודש.jpg

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 11:29 am
דורך קרעקער
דרעי מאכט פאטאש פין יאיר לפיד
http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=48728

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 6:55 pm
דורך נו גוט נו
עבדיה יוסף האט געזאגט די וואך ביי זיין דרשה אז אלע כולל אינגעלייט זאלן צו מאכן די גמרה און גיין העלפן שס.
(אינטערסאנט נאר אז דא גייט נישט אן די ביטול תיירה אויף וואס זיי זענען אזוי מקפיד וד"ל)

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 8:26 pm
דורך עוד מישהו
נו גוט נו האט געשריבן:עבדיה יוסף האט געזאגט די וואך ביי זיין דרשה אז אלע כולל אינגעלייט זאלן צו מאכן די גמרה און גיין העלפן שס.
(אינטערסאנט נאר אז דא גייט נישט אן די ביטול תיירה אויף וואס זיי זענען אזוי מקפיד וד"ל)


רב שך האט שוין גע'פסק'נט, פון א חודש פאר די בחירות צו פארמאכן די ישיבות, ווייל מדארף קאמפיינען.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 8:32 pm
דורך נו גוט נו
דאס איז דאך מיין שאלה וואס איז מיט ביטול תיירה?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 4:09 am
דורך טעפל
נו גוט נו האט געשריבן:דאס איז דאך מיין שאלה וואס איז מיט ביטול תיירה?

א בחינה פון עת לעשות לד' הפרו תורתך..זייער פשוט.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 4:30 am
דורך נו גוט נו
טעפל האט געשריבן:
נו גוט נו האט געשריבן:דאס איז דאך מיין שאלה וואס איז מיט ביטול תיירה?

א בחינה פון עת לעשות לד' הפרו תורתך..זייער פשוט.

פארוואס פארשטייען זיי דאס נישט ווען די חסידים גייען צו א רעבינ׳ס טיש וכדו׳?

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 12:51 am
דורך ונבנתה העיר
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=-HRsxMr0vQE[/youtube]

נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2013 4:21 pm
דורך חד גדיא
אינטערעסאנטע אנקעטע איז היינט ארויס. אמסלם באקומט דריי מאנדאטן און הרב אמנון יצחק האלט נאנט צו צוויי.
אין אנדערע נייעס איז ״דער בלאט״ ארויס אין א אטאקע קעגן הרב יצחק. אין א בריוו שרייבן זיי אז אויב מ׳שרייבט נישט ארויס די ווארט ״הרב״ פאר הרב עובדיה יוסף (נאר מ׳שרייבט ״הר׳״) טאר מען עס זיכער נישט ארויסשרייבן אויף הרב יצחק, ווייל ער איז ערגער ווייל ער איז געוועהן א קנאי און יעצט איז ער געווארן א ציוני.
אינטערעסאנט אז פאר איבער צען יאר צוריק ווען הרב יצחק האט געמאכט זיין העליקאפטער ספעקטאקל אין א סטעידיום. האט דער בלאט עס געדעקט אויף די ערשטע זייט און באזינגען הרב יצחק פאר די געוואלדיגע קידוש ה׳.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 12, 2013 6:23 pm
דורך משולם טענענבוים
כ'ווייס נישט פין וועלכע אנטקעטע די רעדסט, אבער לויט די אנקעטע וואס ווערט דא באריכטעט, זאגט עס 4 פאר כח להשפיע אין 2 פאר אמסלם, אבער כח להשפיע וועט מסתם געווינען נענטער צי 10 ווי צי 4,

נשלח: מוצ"ש יאנואר 12, 2013 10:26 pm
דורך berlbalaguleh
חד גדיא האט געשריבן:אינטערעסאנטע אנקעטע איז היינט ארויס. אמסלם באקומט דריי מאנדאטן און הרב אמנון יצחק האלט נאנט צו צוויי.
אין אנדערע נייעס איז ״דער בלאט״ ארויס אין א אטאקע קעגן הרב יצחק. אין א בריוו שרייבן זיי אז אויב מ׳שרייבט נישט ארויס די ווארט ״הרב״ פאר הרב עובדיה יוסף (נאר מ׳שרייבט ״הר׳״) טאר מען עס זיכער נישט ארויסשרייבן אויף הרב יצחק, ווייל ער איז ערגער ווייל ער איז געוועהן א קנאי און יעצט איז ער געווארן א ציוני.
אינטערעסאנט אז פאר איבער צען יאר צוריק ווען הרב יצחק האט געמאכט זיין העליקאפטער ספעקטאקל אין א סטעידיום. האט דער בלאט עס געדעקט אויף די ערשטע זייט און באזינגען הרב יצחק פאר די געוואלדיגע קידוש ה׳.

דער בלאט איז להשמיד ולהרוג אויף הרב אמנון יצחק. דער א"י קארעספאנדענט י.ל. יאקאב האט פאר צוויי וואכן צוריק געשריבן א באריכט וואו ער איז זיך שטארק מתמרמר (כלשון י.מ. סופר) אז נאך די אלע זאכן וואס סאטמאר האט געטון פאר "אמנון יצחק" ווי געגעבן געלט און געשיקט מענטשן האט ער די חוצפה צו לויפן צום כנסת המינים. ער גיסט דארט אויס כל חמתו אויף הרב אמנון. ער ווייסט אבער נישט (אדער וויל נישט וויסן) אז דער טעם פארוואס דער סאטמארער עולם איז געלאפן צו הרב יצחק איז געווען ווייל מ'האט אינדערהיים גארנישט פארקויפט.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 12, 2013 10:47 pm
דורך איחוד פעלד
ונבנתה העיר האט געשריבן:[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=-HRsxMr0vQE[/youtube]




וואס איז פשט אין דעם וואס ער זאגט צו צונעמען קרקעות פין מענטשען און עס געבען פארען קהל, מאכען ברויט און עופות פאר א שקל, איז ער א קאמיניסט צו אלע צרות?

בכלל זעה איך נישט פארוואס ער זאגט נישט פשוט אין פראסט אז ער עפענט א פארטיי כדי צו קענען מער פארשפרייטען אידישקייט, ווייל אזוי קען ער איינפירען געזעצען מער אידיש.

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 1:36 am
דורך ונבנתה העיר
איחוד פעלד האט געשריבן:וואס איז פשט אין דעם וואס ער זאגט צו צונעמען קרקעות פין מענטשען און עס געבען פארען קהל,

דאכציך אז ער רעדט פון קרקעות וואס די מדינה האט צוגעטיילט פאר די קיבוצים בימים כתיקונן, און זיי דארפן עס נישט.

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 2:39 am
דורך משולם טענענבוים
ווער איז "דער בלאט" ? א פאר נישטיגע ליידיגגייער וואס האבען נאך גארנישט געטוהן פאר כלל ישראל חוץ אויסלויבען מחלי שם שמים וואס זיצען אין גויאישען געריכט וועגען א פאר דולער,

ווער איז ר' אמנון יצחק ? א איד וואס האט אוועק געגעבען זיין לעבען צי טוהן פאר כלל ישראל,

דער בלאט אין בכלל סאטמאר דארפען פארשטיין אז זיי זענען שטיין געבליבען דארט ווי דער דברי יואל זי"ע איז שטיין געבליבען אין תשל"ט, אין יענע צייטען איז ציונות געווען די פראבלעם, היינט איז אנדערע צייטען אנדערע נסיונות אין אנדערע דרכים וויזוי צי עס באהאנדלען אין ווען דער דברי יואל זי"ע וואלט געווען דא וואלט ער געווען ביזי מיט די היינטיגע פראבלעמען נישט די אמאליגע,

קומען צי גיין א פאר שרייבערליך, ליידיגע זעק, אין אטאקירען ר' אמנון יצחק, פארוואס ווייל ער גייט נישט אין שפאן מיט זייער פאליטיק,

די אמת איז אז ער דארף נישט סאטמאר, ער פארט שוין לאנג בכלל נישט ארויס נאך געלט אזוי ווי פאר יארען צירוק, סאו סאטמאר איז בכלל נישט קיין אישו,

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 2:42 am
דורך משולם טענענבוים
איחוד פעלד האט געשריבן:
בכלל זעה איך נישט פארוואס ער זאגט נישט פשוט אין פראסט אז ער עפענט א פארטיי כדי צו קענען מער פארשפרייטען אידישקייט, ווייל אזוי קען ער איינפירען געזעצען מער אידיש.


ווייל ער וויל אויך האבען אויך שטימען פין נישט פולע שותו"מ, ממילא רעדט ער מער וועגען זיין עקאנאמישע אין סאסיאלע פלאטפארמע, וואס דאס איז למעשה א שטארקע חלק פין זיין ציל צי מאכען גרינגער פאר די דארעכשניטליכע איינוואוינער, צי מאכען בעסער פאר אידען,

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 3:08 am
דורך משולם טענענבוים
בילד

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 9:53 am
דורך קאווע טרינקער
געזעהן א תפילה ליום הבחירות:
רבונו של עולם, תן לי כח להשפיע על עם שלום לבחור בש"ס!

נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2013 3:09 am
דורך טעפל
קאווע טרינקער האט געשריבן:געזעהן א תפילה ליום הבחירות:
רבונו של עולם, תן לי כח להשפיע על עם שלום לבחור בש"ס!

ס'קומט אזוי:
תפילה קצרה לאומרה לפני ההצבעה:
רבונו של עולם! תן לי "כח להשפיע" על "עם שלם" לקום ולהתפלל ב"נץ" וללכת לכולל ל"עבודה" ולתורה ללמוד ב"מרץ" את ה"ש"ס"
ללכת "קדימה" ב"תנועה" מהירה בדרכי היקרה מ"פז" כי "יש עתיד"
ואזי תהיה "עוצמה לישראל" ושיהיה בעמנו "איחוד לאומי" ו"ליכוד" של כל חלקי העם וש"ביתנו"
יהיה "בית יהודי" אחד גדול!!! ויכניס מיד פתק טוב ויפה לקלפי.....

נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2013 8:07 am
דורך עוד מישהו
נעכטן זונטאג אינדערפרי, זענען מתפללים פון א ביהמ"ד אין די שטאט אור יודא ערשיטערט געווארן, ווען אינדרויסן פון די שול זענען ספרים פון הרב עובדי' יוסף און זיין זון הרב יצחק יוסף, געלעגן אויף די גאס, און זענען פארברענט געווארן דורך א וואנדאל.

זעלבסט פארשטענדליך אז ש"ס האט באשולדיגט מענטשן פון הרב אמנון יצחק'ס פארטיי, אין האבן דורכגעטוען די שרעקליכע בזיון התורה, א זאך וואס כח להשפיע האט געלייקענט.

די פאליציי האט ארעסטירט איינעם מיט א פארדאכט אז ער זאל דאס האבן געטוען, די סיבה פון די פאסירונג און וואס האט צוגעברענגט דערצו איז נאך דערווייל נישט קלאר.