בלאט 3 פון 8
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 10:02 am
דורך געפילטע פיש
יתרו האט געשריבן:יידל האט געשריבן:יתרו'ס אנגעגעבענער טעם איז ווייל ער וויל קענען זאגן וואס ער האט צו זאגן אן שוחד.
ווי האט א קלוגער איד אמאל געזאגט? (איך פאראפראזיר)
אוי לו לאדם שמחליט מה לכתוב, על סמך מי שנותן לו לייקים,
ואוי לו לאדם שמבקש לא לקבל לייקים, כדי שהוא יוכל לכתוב מה שהוא רוצה.
נישט ממש אוי לוי, וויייל פאקטיש איז דאס א נארמאלע געפיל פון א מענטש אז ווען איינער געט דיר אנערקענוג קענסט נישט גלייך נאכדעם יענעם אויספראסקענען ברבים,
עניוועי איין טאג וועל איך עפענען אן אשכול דערוועגען, און אויסשמיסן אביסל די חרבנות פון די לייקס, און איך מיין כ'האב שטארקע עווידענס,
כבר היו דברים מעולם, מ'קען אין איין מינוט איינעם לייק'ן אין אויף א גוט'ס, און די נעקסטע מינוט עם באוואשען אויף עפעס אנדערש, ס'נישט קיין סתירה לדעתי, אבער אז דו זאגסט אז דו האסט עווידענס, און ס'נישט נאר "הי סעד שי סעד..." וועט מען מוזן ווארטן פאר דיין אשכול.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 2:00 pm
דורך berlbalaguleh
טעפל האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:ס'איז באוויסט ביי זקני סאטמר אז די רבי האט נישט געוואלט פראווענען כ''א.
איי פארוואס האט ער למעשה יא געפארווט? ווייס איך נישט.
דער טאג פייערט דעם אריבערברעגונג פון די סאטמארע מאפיע על אדמת אמעריקע.
נישט אביסל צו שארף?
ס'איז נישט אן ענין פון צו שארף אדער נישט. ס' פשוט נישט צו דער זאך.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2012 8:17 pm
דורך משכיל
טערעראזירט קלויזענבורג מיט א געפערליכע שלעכטקייט,
שיעור געממית'ט אלטע לובאוויטשער חסידים, פנחס קארפ, מענדל וועכטער,
מוציא שם רע געווען אויפן סקאליע'ר רבין אז ער איז א מכשף,
געשטויסען ר' משה'לע ווישניצער,
חרוב געמאכט בעלז'ער שטיבעל, גערודפט די בעלזער מיט כל מיני רדיפות,
געטריבען ליצנות פון טאש'ער רבי'ן,
אפגעלאכט דעם סקוויר'ער רבין זצ"ל,
סא פארשטיי איך נישט פארוואס ר' בערל זאגט אז דאס איז נישט צו די זאך?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:40 pm
דורך קאווע טרינקער
משכיל האט געשריבן:טערעראזירט קלויזענבורג מיט א געפערליכע שלעכטקייט,
שיעור געממית'ט אלטע לובאוויטשער חסידים, פנחס קארפ, מענדל וועכטער,
מוציא שם רע געווען אויפן סקאליע'ר רבין אז ער איז א מכשף,
געשטויסען ר' משה'לע ווישניצער,
חרוב געמאכט בעלז'ער שטיבעל, גערודפט די בעלזער מיט כל מיני רדיפות,
געטריבען ליצנות פון טאש'ער רבי'ן,
אפגעלאכט דעם סקוויר'ער רבין זצ"ל,
סא פארשטיי איך נישט פארוואס ר' בערל זאגט אז דאס איז נישט צו די זאך?
פארוואס ביסטו מקצר במקום שאמרו להאריך...
אגב, איינע פון די קארפ אנהאקער איז לעצטענס א דורך א שווערע משפט, און איז געווען ביים רבי'ןס אוהל.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 5:10 pm
דורך שמעקעדיג
צוליב א סיבה האב איך לעצטנס פארברענגט א טאג אין שפיטאל. פון די פריע טאג שעות, און די פראצעדור האט זיך פארשלעפט ביז שפעט נאכמיטאג.
איך בין אנגעקומען אויסגעהונגערט, אינאיינעם מיט מיין ב"ב.
נאכן שלעפן און ווארטן איבער 6 שעה צו ארלעדיגן די וויכטיגע און אומוויכטיגע לעגאלע און אפיציעלע פראצעדורן, האבן מיר געהאט צייט צו כאפן דעם אטעם.
דאן האבן מיר געשפירט אונזער הונגער בתפארתו. און באשלאסן צו גיין צום "ביקור חולים" צימער, אדער "חסד" שטוב.
אנקומענדיג דארט, האב איך געטראפן כל טוב וטוב, בעסער ווי ערווארטעט. מילכיגס מיט פליישיגס, פרישטאגס מיט נאכטמאלן, טרינקען אלע סארטן, סענדוויטשעס און נאש, קאווע און טיי,
פארשטייט זיך אלע צוגעהערן, גלעזלעך טעלערס עסצייג נעפקינ'ס, און דערנאך אין די זייט אלע סארטן לייען מאטעריאל, סידורים, גארטלעך...
און אויף יעדן ווינקל איז געשטאנען "ביקור חולים מסאטמאר"..
און דארט זענען געזעצן ארום 8 אידן און געגעסן און נהנה געווען, און זיך געשטילט דעם הונגער, און געכאפט א שמועס נאכן זיך דערפרייען צו א היימישן פנים אין דעם קאלטן פרעמדן בנין..
האב איך דאן געטראכט ביי מיר אין הארצן... אי לאו האי יומא... כמה אנשים מרעיבים בבתי חולים..
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 11:19 am
דורך Ben-Shishim
איך אויך האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:ס'איז באוויסט ביי זקני סאטמר אז די רבי האט נישט געוואלט פראווענען כ''א.
איי פארוואס האט ער למעשה יא געפארווט? ווייס איך נישט.
דער טאג פייערט דעם אריבערברעגונג פון די סאטמארע מאפיע על אדמת אמעריקע.
Silly Comment !!!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 11:34 am
דורך positive.yid
שמעקעדיג האט געשריבן:האב איך דאן געטראכט ביי מיר אין הארצן... אי לאו האי יומא... כמה אנשים מרעיבים בבתי חולים..
איך טראכט ביי מיר אין מוח, אי לאו האי יומא, וואלט איר דאך נישט-דווקא געזוכט א CRC חותם; ס'וואלט אייך געווען גוט אויף לכתחילה אן OU חותם. זייערע מאכלים זענען דאך בהישג יד אין און ארום יעדע שפיטאל, ממילא "כמה אנשים שבעים היו בבתי חולים".
איך טראכט נאר.
ס'דערמאנט מיר "THE משל", ווען פייער צינדער ווערן פייער לעשער'ס.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 11:35 am
דורך Ben-Shishim
דורך ממי_שאמרו » זונטאג דעצעמבער 02, 2012 9:03 pm
Very well said
I would like to add that those who their parents were from the survivers, have a much better understanding why the Yom-Tov.
FYI, The Rabbe Z"L allowed music only when a Chusen was present and he said the 7 Bruchas.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 1:12 pm
דורך gehlungen
משכיל האט געשריבן:טערעראזירט קלויזענבורג מיט א געפערליכע שלעכטקייט,
שיעור געממית'ט אלטע לובאוויטשער חסידים, פנחס קארפ, מענדל וועכטער,
מוציא שם רע געווען אויפן סקאליע'ר רבין אז ער איז א מכשף,
געשטויסען ר' משה'לע ווישניצער,
חרוב געמאכט בעלז'ער שטיבעל, גערודפט די בעלזער מיט כל מיני רדיפות,
געטריבען ליצנות פון טאש'ער רבי'ן,
אפגעלאכט דעם סקוויר'ער רבין זצ"ל,
סא פארשטיי איך נישט פארוואס ר' בערל זאגט אז דאס איז נישט צו די זאך?
Unfortunately you can add some more to this list. KASHOW. KRASNA. PUPPA.vch-l
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 1:49 pm
דורך טעפל
שמעקעדיג האט געשריבן:צוליב א סיבה האב איך לעצטנס פארברענגט א טאג אין שפיטאל. פון די פריע טאג שעות, און די פראצעדור האט זיך פארשלעפט ביז שפעט נאכמיטאג.
איך בין אנגעקומען אויסגעהונגערט, אינאיינעם מיט מיין ב"ב.
נאכן שלעפן און ווארטן איבער 6 שעה צו ארלעדיגן די וויכטיגע און אומוויכטיגע לעגאלע און אפיציעלע פראצעדורן, האבן מיר געהאט צייט צו כאפן דעם אטעם.
דאן האבן מיר געשפירט אונזער הונגער בתפארתו. און באשלאסן צו גיין צום "ביקור חולים" צימער, אדער "חסד" שטוב.
אנקומענדיג דארט, האב איך געטראפן כל טוב וטוב, בעסער ווי ערווארטעט. מילכיגס מיט פליישיגס, פרישטאגס מיט נאכטמאלן, טרינקען אלע סארטן, סענדוויטשעס און נאש, קאווע און טיי,
פארשטייט זיך אלע צוגעהערן, גלעזלעך טעלערס עסצייג נעפקינ'ס, און דערנאך אין די זייט אלע סארטן לייען מאטעריאל, סידורים, גארטלעך...
און אויף יעדן ווינקל איז געשטאנען "ביקור חולים מסאטמאר"..
און דארט זענען געזעצן ארום 8 אידן און געגעסן און נהנה געווען, און זיך געשטילט דעם הונגער, און געכאפט א שמועס נאכן זיך דערפרייען צו א היימישן פנים אין דעם קאלטן פרעמדן בנין..
האב איך דאן געטראכט ביי מיר אין הארצן... אי לאו האי יומא... כמה אנשים מרעיבים בבתי חולים..
נישט אוועקנעמענדיג קיין פינטעל פון די אויפטוען פון סאטמערע ביקור חולים, אבער פון הונגער וואלט מען נישט אויסגעגאנגען, ס'איז דא נאך ביקור חולימ'ס..
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 4:02 pm
דורך אויס מענטש
טעראר אין די זייט געלייגט אבער צו טוען טעראר האט דער רבי די בחורים קיינמאל נישט געשיקט משא"כ חסד און ביקור חולים יא, ווי באקאנט האט דער רבי נישט געוואלט פארלערנען אין ישבה נאכן הערן אז די בחורים האבן נישט געוואלט גיין איבער שלאפן די נאכט מיט עפעס אן עלענדן איד.
i am proud to be a satmarer
אפי' איך האב נאך אין מיין לעבן קיינעם נישט טערעראזירט אדער באשייגעצט
אינהו בדידהו ואנן בדידן
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 4:08 pm
דורך איך אויך
פארוואס עפעס אין די זייט געלייגט?
ווי קענסטו זיין א פראוד סאטמארע ווען דו האסט נישט מקיים די ערשטע פאראגראף אין די סאטמארע קאנסטיטוציע.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 4:19 pm
דורך אויס מענטש
גם אני בחלומך
לא הכל מה שמספרים הממשיכים בשם האדמו"ר מסאטמאר הוא קרוב לאמת
ואפרש לך שיחתי
כאשר הרבי אמר שלא ליכשל בציונות הכונה היתה, שבני עדתו ישמרו על זאת בנוסף לשמירת התורה והמצות
אבל ישמהם, שקיבלו עליהם הדברים כהווייתן שעליהם לשמור את כל העולם כולו מן הציונות, ועליהם לשמור ולעמוד על משמרתם, בכל כוחם ואונם, במקל וברצועה, שלא יכשלו ח"ו בנגע הציונות ובמילא העוסק במצוה פטור מן המצוה ולכן הם פטורים מכל דבר.
אבל זה הוא כנ"ל טעות ומי שבאמת דבוק בדברי רבינו זי"ע וספריו הם נר לרגליו והולך בדרך אור, מבין הדבר לאשורם, ונוהג עצמו לשמור את עצמו מן הציונות והמסתעף, בנוסף על שמירת התורה ומצוות, ולהפיץ שיטתו הק' { ושיטת רוב רובם גדולי אונגארין} על ידי ספריו הק'.
ובזה אצא בשלום מחדר הקפה, בברכת נאך ברכה "בורא נפשות רבות"
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 4:26 pm
דורך איך אויך
גוט ,איר שיינט צו זיין א איידעלע איד און מעגליך א בעל חסד.
איר שרייבט פיין ביז די ווערטער 'ולהפיץ שיטתו הק' ,דא ליגט די הינט באגראבן, ווי אזוי האט מען אין יענע יארן 'מפיץ' געווען דעתו הק'? ובכל אופן זאגסטו סאטמאר זענן מיסיאנערן וואס זוכן מפיץ צו זיין תורתו החדשה. געב א קוק פון די אלע הונדערטר חסידות און דינאסטיעס אפשר קענסטו מיר אנצייגן (חוץ פון ברסלב און חב"ד כמובן) ווער נאך איז עוסק אין מיסיאנערישע הפצה?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 4:28 pm
דורך positive.yid
גראדע צעירי וויזניץ האט אינוועסטירט כוחות צו כאפן נפשות, אבער אויף א שבת'דיגן אויפן.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 4:59 pm
דורך אויס מענטש
וגם אני ידעתי את נאקת בני ישראל הדרים בעיר סאטמאר קראלי וומ"ס,
וכבר הי' תשובתי על זאת, כי לאו כל מוחא יכול לסבול כל דא, כמאמר החכם בין קנאות לרציחה היא משהו, ורבים מרשעי עמינו השתמשו באמצעות הקנאות, לעולל בשאר בני אדם, אבל לא התלמידים האמיתיים, ובתוכם אני ובית אבא.
אבל לך נא ראה, דוגמאות שונות שהסתופפו בצל רבינו כל השנים ומעולם לא עלה על לבם להצר לאף אחד, ואצטט שני בני עלי' מן החיים ומן המתים, שעלו עכשיו ברעיוני, לדוגמא ר' יקותיאל צבי ווערצבערגער ע"ה, ולהבלח"ח ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א,
ובענין היפוצו שהי' שאלתך, כל החסידות עסקו בענין הזה החל מגור בימי הבית ישראל, ובוויזניץ אצל האמרי חיים, ובחב"ד ובבעלזא עד היום הזה, הכל הפיצו שיטותיהם בדרכים שונים ומשונים, וכן בסאטמאר בספרי דבי רב, אמנם כאן בענין הקנאות, נסתבך הענין, מפני שנכנסים לענין הנקראת, תאות השררה שבו בזמן שכל החסידיות עסקו בהפצת חסידות, להרבות כבוד רבם, בסאטמאר עסקו בעניני אמונות ודעות, לכן התירו לעצמם לשררור על אחב"י כתאות נפשם הבהמית, ודבר זה לא עשו מתוך הדביקות לרבם, רק להיפך השתמשו באותו צדיק, למלא תאותיהם הגרועות ומדותיהם הנשחתים, ורבה כאב על זה אותו צדיק,
ועל זה הכתוב אומר צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם.
כ"ד ידידך
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 5:13 pm
דורך איך אויך
צודק.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:46 pm
דורך אויס מענטש
לא אני
הרבי מסאטמאר צודק כן או לא ???
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:49 pm
דורך איך אויך
כבודו צודק בניתוח הדברים.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 8:04 pm
דורך אויס מענטש
איך האב מיר דערמאנט אן ווערטל מענין לענין שלא מן הבנין:
יעדער רבי האט געהאט זיין פעלד ווי ער האט עוסק געווען, און בדרכו הקדושה מפיץ געווען אידישקייט, דער בית ישראל בעניני קדושת הבית, און ער האט איבערגעלאזט, תלמידים וחסידים וואס פרובירן זיך צו פירן בקדושה וטהרה וכו'
דער וויזניצער רבי האט געפראוועט דעם שבת קודש לעילא ולעילא, און ער האט איבערגעלאזט חסידים ותלמידים וואס קאכן מיט א שבת קודש.
דער סאטמאר רבי איז געווען א מנהיג הדור און ער האט איבערגעלאזט חסידים אלע מנהיגים.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 10:08 pm
דורך לומד
sunbar האט געשריבן:איך וויל א ליסט פון אלע גוטע זאכן וואס זענען ארויסגעקומען פון כ'א כסלו תש'ה
אז מען גייט היינט א בארד און פיאות און מען היט שבת וכו'
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 10:19 pm
דורך יתרו
לומד האט געשריבן:sunbar האט געשריבן:איך וויל א ליסט פון אלע גוטע זאכן וואס זענען ארויסגעקומען פון כ'א כסלו תש'ה
אז מען גייט היינט א בארד און פיאות און מען היט שבת וכו'
היטן שבת היט מען אין לעקוואד אויכעד,
און בנגוע בארד אין פאות, וואס איז שלעכט צו גיין אזווי מען גייט אין לעקוואד ?
נאך אזאך וואס איז פשט אז מען גייט אין ארץ ישראל מיט בארד אין פאות ? דער רבי זכותו יגן עלינו איז דאך נישט געווען דארט קעיר צונעמען,
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 10:23 pm
דורך sunbar
לומד האט געשריבן:sunbar האט געשריבן:איך וויל א ליסט פון אלע גוטע זאכן וואס זענען ארויסגעקומען פון כ'א כסלו תש'ה
אז מען גייט היינט א בארד און פיאות און מען היט שבת וכו'
Lol