בלאט 3 פון 4
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 5:31 pm
דורך יתרו
עוד מישהו האט געשריבן:צו אוטספאוקען, צו ר' דוד שמידל האט פוגע געווען אין הרב קאניעווסקי? ער האט שוין איינמאל פוגע געווען בכבודו. אז ער האט געהאט די חוצפה צו מאכן א אומזיסטיגע פראטעסט אין באר שבע קעגן א קאמפעני, וואס האט די פולע שטיצע פון הרב חיים קאניעווסקי, און האט דארט א "משגיח תמידי" א שליח א מומחה אין קברים, פון הרב קאניעווסקי הרב קארעליץ און די ראב"ד, איז דאס נישט קיין פגיעה אין כבוד פון די דריי רבנים?!
לערנען פשט אדער פשטים אין א ר' חיים לאז פאר די ליטווישע, פארוואס זאלן אונז לערנען פאלש פשט, אויב זיי טוען עס שוין ממילא

פאר די און די אלע וואס ספעלן די נאמען קאניעווסקי, האב איך פאר ענק נייעס ער קומט נישט פון בודאפעסט אדער קראלע, און ער הייסט נישט קאניעווסקי, ער הייסט קנייבסקי, ואתכם הסליחה.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 6:04 pm
דורך עוד מישהו
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 6:13 pm
דורך עוד מישהו
יתרו האט געשריבן:פאר די און די אלע וואס ספעלן די נאמען קאניעווסקי, האב איך פאר ענק נייעס ער קומט נישט פון בודאפעסט אדער קראלע, און ער הייסט נישט קאניעווסקי, ער הייסט קנייבסקי, ואתכם הסליחה.
יתרו קענסט אביסל כללים אין אידיש, אדער אין עברית, נישט דא איז די פלאץ פאר דעם, ס'איז דא א פלאץ אויף ק"ש פאר גראמאטיק וואס דארט איז די פלאץ פאר דעם, אבער אויף אידיש איז ב' נאר מיט א פינטל, אן א פינטל איז וו', און זיין נאמען איז נישט מיט א ב'.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 8:44 pm
דורך יאיר
ר' עוד מישהוא, וואס איז פשט פון די אלע ביזי בזיונות?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 7:53 am
דורך עוד מישהו
יאיר האט געשריבן:ר' עוד מישהוא, וואס איז פשט פון די אלע ביזי בזיונות?
ס'איז זייער א לאנגע מסכתא, יעדע ביזוי און יעדע בזיון איז א פרשה פאר זיך.
אויפן שפיץ גאפל, די מנחת יצחק זצ"ל איז וועגן די בית עלמין אויף די בארג אויסער די הר הבית. די לב שמחה זצ"ל איז וועגן קברים אין טבריה.
הרב אלישיב זצ"ל איז וועגן די קברים אין גבעה צרפתית, מ'האט ביים גראבן א הויפט שאסיי דארט געפונען קברים, נאך מחאות און הפגנות, האט הרב אלישיב געטראפן א געוויסע וועג וואו אזוי צו לעזן די שאלה, וואס מערערע רבנים האבן צוגעשטימט, פאר אתרא קדישא איז דאס נישט גענוג געווען משום מה.
מיט הרב אליקים שלעזינגער להבחל"ח, איז געווען א פרשה מיט קברים אין שפאניע.
ס'איז זייער א לאנגע אריכות, און כמעט יעדע דערמאנטע רב אדער רבי, האט געליטן צרות צרורות פון אתרא קדישא, און יעדער איינער ביי אן אנדערע פרשה.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 11:40 am
דורך a1b2

- imagefromurl.jpg (116.71 KiB) געזען געווארן 2063 מאל
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 11:41 am
דורך a1b2
אמת???
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 11:50 am
דורך פיינע קאווע
די צעטל איז פאלש ר' טובי ווייס זאגט ער האט דאס קיינמאל נישט גחתמ'ט
אויך ר' לייבושס מענטשן זאגן להד"ם
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 11:54 am
דורך a1b2
פיינע קאווע האט געשריבן:די צעטל איז פאלש ר' טובי ווייס זאגט ער האט דאס קיינמאל נישט גחתמ'ט
אויך ר' לייבושס מענטשן זאגן להד"ם
עפשער ביסטי פאלטש פארוואס קומען זייי נישט ארויס אזוי ווי ר חיים
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 4:33 pm
דורך שעפטל
יעדער דארף יעדן טאג ענטפערן? (כאילו די אלע בריוון ברענגן עפעס לכאן ולכאן...)
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 6:11 pm
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:קען זיין ער האט פלעין געוואלט א רעיז, אן אסיר ציון מאכט סאך א שענערע געהאלט ווי סתם א בעל מוחה.
א גרויסן קידוש מאכט מען איהם זיכער. און די ירושלימער קאפטענעס טראגן אים אויף די פלעיצעס און מזינגט ספעציעלע ניגטנים לכבודו.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 8:31 pm
דורך עוד מישהו
ר' בערל, דו ווייסט וועלכע ניגון מ'זינגט לכבוד די געהויבענע קידוש, (אגב די ניגון פון אתרא קדישא האט צוויי פעלער איינס פאר א"י, און איינס פאר חו"ל,) אין ארץ ישראל, ציון ציון ציון הלא תשאלי.
און אין אמעריקע זינגט מען פאר די אמעריקאנע אידן, ציען ציען ציען ביי די טאשן, פון אונזערע אמעריקאנע ברודער.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 10:28 am
דורך עוד מישהו
שעפטל האט געשריבן:יעדער דארף יעדן טאג ענטפערן? (כאילו די אלע בריוון ברענגן עפעס לכאן ולכאן...)
מנהג ארץ ישראל איז, ווען איינער האט בויך וויי אדער קאפ שרייבט ער א פאשקעוויל, אויף וואס עס לאזט זיך נאר.
מ'זאגט נאך פון די נקיי הדעת אין ירושלים, אז ווען מ'פרובירט ווען אראפ צו נעמען אלע צעטלעך ביז צום סוף, מיט די קלעב, וועלן די אלטע הייזער צאמפאלן, וויבאלד די קלעב האלט די הייזער צוגעקלעבט אז זיי זאלן נישט אינפאלן.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:18 pm
דורך signout
יעצט באקומען אין אימעיל פין א חבר, קען איינער מסביר זיין?
דער כת מזייפים וועלכע האבן געפעלשט די בריוו פון הגאונים הגרח קנייבסקי און הגרנ קרליץ ועוד
כאילו זיי זענען מוחה אויף די הצלת קברים אין באר שבע
האבן דאנערשטאג פארופן א ריזיגן מאסן פראטעסט אין ירושלים מיט ארום הונדערט באטייליגטע
און דארט געברענגט א איידעם פון הגרח קנייבסקי
הרב קידאלעצקי צו זאגן א דרשה וועגן די חילול קברים אין קרסו
פארשטייט זיך אז ער האט נישט געוויסט אז עס רעדט זיך פון א פאלשע ליגנערישע מערכה פון פוחזים וריקים וועלכע פאפן אויס רבנים
אבער שפעטער נאך די הפגנה איז ער געוואויר געווארן איבער די גאנצע סומאטאכע
און ער האט זיך דערוויסט אז זיי האבן פשוט פרובירט צו נוצן זיין דרשה אלס א מכלומרשטע באווייז אז זיין שווער הרב קנייבסקי איז יא בעד די מערכה פון אתרא קדישא
און דער חתימה איז נישט געווען געפעלשט
אין ליכט פון דעם האט ער אפגעשריבן בכתב ידו א בריוו ווא ער איז מודיע אז ער האט פשוט נישט געוויסט אז עס איז דא א השגחה
און ער האט אויך אנגערופן די בעלי הפירמע קרסו מחזק צו זיין פארן נעמען די שריט און לאזן במנוחה אלע קברים אויפן שטח
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:24 pm
דורך קאווע טרינקער
פאר some reason בין איך אויך אויף די רשימה פון די משוגעים
יעדען טאג באקום איך אן update, בעסער געזאגט, א גריס פון פרישע טויטע, אלץ פון פארשידענע אימייל אדרעססען.
כ'בין אזוי צומישט, but you what, יעדע Inch ארץ ישראל איז דא עצמות. ווי דען זענען אלע מליאנע עולי רגלים?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 4:13 pm
דורך עוד מישהו
הרב סיינאוט דאס וואס דו שרייבסט איז די בעסטע הסבר, וואס דארפסטו מער פון דעם, מ'האט אריינגענארט ר' חיים קאניעווסקיס איידעם אין זאק אריין, ער איז געגאנגען אן דערנאך איז ער געוואר געווארן אז מ'האט אים אויסגעפאפט, די ארגאיזאציע וואס האט ארגאניזירט די עצרת אעדט זיך פון אזעלכע מענטשן, און עס איז נישט ס'ערשטע מאל וואס זיי פאפן אויס מענטשן.
הרב קאווע טרינקער, אין ארץ ישראל זענען דא אסאך פלעצער מיט עצמות, נאר די "משוגעים" אנשטאט אויף פלעצער וואו עס זענען דא קברים מאכן זיכער אז מ'מאכט נישט בזיון המת, דארט גראבט מען (נשר יוכיח). משא"כ פלעצער וואו ס'זענען נישטא קברים דארט מאכן מען צעקות (בית שמש יוכיח)
נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 11:43 am
דורך נאר,,פרייליך
יידל האט געשריבן:עוד מישהו האט געשריבן:ס'האט זיך געטון אין בית שמש א לאנגע צייט, וועגן א שטח וואס מענטשן האבן צוזאמען געקויפט צו בויען דירות, אתרא קדישא טענהט אז ס'איז דא קברים דארט, עדה האט געשיקט א מענטש זאל קוקן און מ'האט גארנישט געפונען.
ר' משה שטערנבוך האט געחתמט א בריוו אין די זומער קעגן די ארגאניזאציע, אבער זיי גייען ווייטער אן מיט נישט לאזן בויען אויף די שטח.
די מענטשן וואס האבן געקויפט די שטח זענען פשוטע היימישע מענטשן וואס צאלן א מארגעזש אויף די שטח, + אויף די דירה וואו זיי וואונען יעצט, איז געווען א שמועס אז זיי גייען מאנען אתרא קדישא פאר זייער נזקים דא.
דאס איז די בלאט'ס ווערסיע, דוכט זיך. וואס איז דער איד'ס ווערסיע? ביידע זענען סיי ווי נישט באגלויבט.
דא גייט זיך טון צימעס טישען אויף בענק.
ברעקינג:
סאיז אצינד נתפרסם געווארען הגדת עדות בכתב פון פיר גדולי רבנים איבער די לאנג פארצויגענער סכסוך אין בית שמש
כנראה אז די ביקור פון אדמו''ר מהרז''ל עטליכע חדשים צוריק בארה''ק האט נישט ענדגילטיג געלעזט דעם סכסוך
צוליב וואס פעלט נאך היצט אויס אז הגאון רמ''ז זארגער זאל ארויסקומען מיט א בריוו
הגאון רבי סענדער ערלאנגער מיט א פרישער בריוו
און הגאון אבד''ק קרית ספר ומודיעין עילית
אחד מדייני בי''ד של הגר''נ קארעליץ
ביטע די וואס ווייסען מער און וער ס'האט די מכתבים ביטע ארויפלייגען
ס'קימען קאכעדיגע מאמענטן אין צימעס
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 5:52 pm
דורך boxcover
נאר,,פרייליך האט געשריבן:...צוליב וואס פעלט נאך היצט אויס אז הגאון רמ''ז זארגער זאל ארויסקומען מיט א בריוו...
אדב, ער איז א זיידע פאר די
געטראפענע זארגער.
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 6:00 pm
דורך נאר,,פרייליך
קוקט אויס בזכות זיין מלחמה מיט אן ערנסרייט פאר קברי אבותינו און באהיט אז די פורצי גדר זאלען נישט צוברעכן כל הקדוש והיקר איז מען בלויז אפגעקומען מיט שרעק, אולי
ומכאן הקריאה יוצאת וער ס'קען ביטע מפרסם זיין די מכתבים ואס זענען ערשינען איבער די נושא פין הרבנים הגאונים
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 8:47 pm
דורך שמו יגער
קאווע טרינקער האט געשריבן:פאר some reason בין איך אויך אויף די רשימה פון די משוגעים
יעדען טאג באקום איך אן update, בעסער געזאגט, א גריס פון פרישע טויטע, אלץ פון פארשידענע אימייל אדרעססען.
כ'בין אזוי צומישט, but you what, יעדע Inch ארץ ישראל איז דא עצמות. ווי דען זענען אלע מליאנע עולי רגלים?
ווער זאגט עולי רגלים??? מיינסט אז אראבער אדער טויטע בהמות זענען נישט געווען אמאל?? נאר עס ווענט זיך ווער עס גראבט אויב גראבט מען למשל א נייע סאטמאר אדער אהרל׳לע נייע שטעטל דעמאלסט זענען די עצמות אראבער וכדומה אויב נישט דאן איז עס
זיכער פון די עולי רגלים,וואו די זאגסט, אין ממילא ברויך מען זיך צוזאמנעמען אין מוחה זיין וכו׳ וכו׳
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 12:57 am
דורך דעת תורה
דו ביסט נישט אפדעיטעד, (ר') אהר'לעך זענען שוין נישט אימיונט היינט.
בכלל איז באקאנט אז אפילו ביי קרית ויואל משה אין ירושלים האט אתרא קדישא מעיקרא נישט געלאזט בויען. מען קען זאגן אויף דוד שמידל וואס מען וויל, און עס קען אפילו זיין אמת אויך. אבער ווען ער שפילט ווען פאליטיק אין זיינע מערכות וואלט ער געשטאנען טויזנט מאל שענער. פארקערט, דיפלאמאטיע איז אלס געווען זיין שוואכע זייט, ווען ער קען ס בעסער וואלטן זאכן געווען אנדערש.
בעצם מיט זיינע שיטות, מהלכים, און חילוקי דעות מיט אנדערע ארג.'ס ווייס איך נישט צי ער איז גערעכט.
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 9:50 am
דורך שמו יגער
ער האט יא געלאזט דעמאלסט צו נישט ווייס איך נישט אבער קול קורא׳ס מערכות אדער הפגנות זענען זיכער נישט געווען דאן ועל זה תמיהתי איז עס אוועקגעשטעלט כולו לשם שמים איז וואס איז א נפק״מ ווער עס בויט??
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 12:10 pm
דורך נאר,,פרייליך
כ'זע שאולזון פין איין זייט בעקט די מנגדים פין א''ק
מאידך גיסא הער דעם חומת הדת רעדנער איבער די חברה אינערהאלב די עדה זעהט אויס עפעס גייט פאר דארט דברים שלא כהוגן ביי דעי קעמפערס קעגן רב שמידעל
ס'קיקט אויס ווי הייסע טעג זענען ערווארטעט בארה''ק