ענדליך לכבוד כ"א כסליו סאטמאר באדאנקט בעל הנס ד"ר קאסטנער

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

פארוואס איז די שאלה געצילט צי רב יואליש זצ"ל, פארוואס איז די שאלה נישט שווער אויף אלע אידן, אלע גדולי ישראל, אויף פאפא רב, קאשויער רב, שאפראן'ר רב און אויפ אלע גדוילי ישראל וואס האבן מיטגעמאכט די קריג, די שאלה איז נאר שווער אויב מען קיקט דאס אן פון א חילונישע קיק, דער רבי האט ביי יעדע דרשה איי געריסן וועלטן אז עס איז דא שרעקליכע גזירות, ער האט געציטערט ווי א פיש נישט אויפצירעיגן די גויים, ער האט מורא געהאט אז יעדע אפענע ווידערשטאנד וועט אפגעלערענט ווערן דורך רשעים ווי א אויפשטאנד, אפילו ווי א עצרת תפילה, אדער א פראטעסט, עס האט זיך ליידער אויסגעשטעלט ווי אזוי עס האט זיך אויסגעשטעלט, אבער א פארפרעסענער צי זיין א מאנטיג ציפרי פערטל ציריק, און זאגן העטיך פעטיך איז נישט יושר.
Shold of would of could of
און דעריבער טראגט ער די אחריות, וויפיל איז ר' מיכאל בער אנגעקימען, ווען נאכן זיין אזוי אקטיוו צי רעטען ווי מער אידן, און די ציונם האבן אים געלאזט פאלן, פון דעים רעדט מען בכלל נישט כאטש עס איז קלאר דאקעמענטירט, איז מען האש האש מאש מאש, אבער ר' יואליש איז שילדיג געב מיר א ברעך.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

כדי צו מאכן דיין קשיא א קשיא, מאכסטו עטליכע רבנים'לעך - וואס ווערן פארעכענט אין סאטמאר ווי "תלמידים" אדער לכה"פ "נאנטע" - פאר גדולי ישראל, אדזש זיי זענען אין איין שורה מיט אזעלכע מאכטען ווי סאטמאר רב זי"ע. פאפא, שפאראן, און קאשוי, זענען - אינדערהיים - נישט געווען קיין רבנים פון ערענסטע "אגודות" אדער "התאחדות'ן". כעין זה טוט איינער אויף אייוועלט, ווען ער טענה'ט אז הרה"ק מבעלזא האט זיך אויך געראטעוועט און נישט אנגעווארנעט די אונגארישע. וראה זה פלא, אלע יארן שרייסטו אז איה"נ דער בעלזא רב איז געווען א קדוש, אבער צי "הנהגה"! (ליין: שטעכען רעדער) האט ער נישט פארשטאנען. און פלוצים דא שטעלסטו אים גלייך צום סאטמאר רב, לאמר, אז פונקט ווי דער בעלזער האט פארזעהן אזוי אויך סאטאמר.
די תירוץ איז אבער, אז דער מקורות'דיגע מאמר איז געצילט דירעקט אויף סאטמאר רב, און נישט אויף אנדערע אדמורי"ם, ווייל זיין טענה איז נישט דאס בלויז "האטס דיך געראטעוועט און נישט די קהילה" (וואס מ'קען דן זיין צו ס'איז בכלל א טענה, ווייל למעשה האבן זיי מער געצילט אויף אדמורים און מנהיגים, ממילא זענען זיי געווען אין א גרעסערע סכנה). דער שרייבער'ס טענה איז: הלמאי האסטו נישט געלאזט דעם המון זיך לאזן ראטעווען ווען א טייל פון די הצלה האט געהאט א נגיעה צו ציונות... און אז למעשה שטעלט זיך אויס אז ציונים האבן געראטעוועט אזויפיל אידן, ומעכ"ת בתוכם, וויאזוי קענסטו שרייבן אז די גאנצע מלחמה איז צו פארדאנקען די ציונים....
ליינט עס אדורך, און פרעגט אפ זיינע ראיות איינס ביי איינס.
Under influence
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

די איידיע אז דער הייליגער סאטמאר רב האט זיך נישט געלאזט ראטעווען איז שקר מרישא עד גמירא. עס איז נישט דא קיין איין מענטש וואס קען זאגן אז ער האט זיך געקענט ראטעווען און די רבי האט אים געזאגט אז ער זאל זיך ענדערש לאזן פארברענען. מען ניצט אויס דעם פאקט אז ער האט גערעדט קעגן די עלייה, אזוי ווי רוב אנדערע פרומע רבנים, אז דאס האט געמיינט אז מען טאר זיך נישט ראטעווען. די זעלבע וואס האבן א פראבלעם מיט אים האבן נישט קיין שום פראבלעם מיט די ציונים וואס האבן געוואוסט וואס עס גייט פאר און האבן נישט געלאזט אלע יודן וויסן. די אלע יודנראטן האבן געוואוסט וואס עס גייט פאר און קיינער האט נישט געמאכט קיין רעש, זיי זענען קיין סאטמערע נישט געווען. קיינער מאכט זיך נישט וואוסנדיג אז די רבי׳ס חסידים האבן געצאלט געלט אז ער זאל קענען ארויף אויפן טרעין. און די פאקט אז די טרעין אז באשטאנען פון חשובע מענטשן אין אונגערן, וואס די אונגערישע רעגירונג האט געהאט זייערע חשבונות, די ציונים האבן נישט געקענט טוהן וואס זיי האבן געוואלט.

אין אמתן אריין דארף מען נישט ענטפערן. לאז דער שרייבער האבן זיין צען מינוט. ער איז ממילא נישט אינטערסירט אינעם אמת.
אשכולות אויפוועקער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 13, 2014 5:30 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך אשכולות אויפוועקער »

אויפגעוועקט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאווע טרינקער האט געשריבן:כדי צו מאכן דיין קשיא א קשיא, מאכסטו עטליכע רבנים'לעך - וואס ווערן פארעכענט אין סאטמאר ווי "תלמידים" אדער לכה"פ "נאנטע" - פאר גדולי ישראל, אדזש זיי זענען אין איין שורה מיט אזעלכע מאכטען ווי סאטמאר רב זי"ע. פאפא, שפאראן, און קאשוי, זענען - אינדערהיים - נישט געווען קיין רבנים פון ערענסטע "אגודות" אדער "התאחדות'ן". כעין זה טוט איינער אויף אייוועלט, ווען ער טענה'ט אז הרה"ק מבעלזא האט זיך אויך געראטעוועט און נישט אנגעווארנעט די אונגארישע. וראה זה פלא, אלע יארן שרייסטו אז איה"נ דער בעלזא רב איז געווען א קדוש, אבער צי "הנהגה"! (ליין: שטעכען רעדער) האט ער נישט פארשטאנען. און פלוצים דא שטעלסטו אים גלייך צום סאטמאר רב, לאמר, אז פונקט ווי דער בעלזער האט פארזעהן אזוי אויך סאטאמר.
די תירוץ איז אבער, אז דער מקורות'דיגע מאמר איז געצילט דירעקט אויף סאטמאר רב, און נישט אויף אנדערע אדמורי"ם, ווייל זיין טענה איז נישט דאס בלויז "האטס דיך געראטעוועט און נישט די קהילה" (וואס מ'קען דן זיין צו ס'איז בכלל א טענה, ווייל למעשה האבן זיי מער געצילט אויף אדמורים און מנהיגים, ממילא זענען זיי געווען אין א גרעסערע סכנה). דער שרייבער'ס טענה איז: הלמאי האסטו נישט געלאזט דעם המון זיך לאזן ראטעווען ווען א טייל פון די הצלה האט געהאט א נגיעה צו ציונות... און אז למעשה שטעלט זיך אויס אז ציונים האבן געראטעוועט אזויפיל אידן, ומעכ"ת בתוכם, וויאזוי קענסטו שרייבן אז די גאנצע מלחמה איז צו פארדאנקען די ציונים....
ליינט עס אדורך, און פרעגט אפ זיינע ראיות איינס ביי איינס.

קאווע טרינקער: להגיד מראשית אחרית. לגבי די עצם קאנטראווערסיע בין איך אין מיטן. (יא. פוסח על שתי הסעיפים. אדער אויף קיין איינס נישט.). אבער לגבי דעם וואס דו ביסט מכבד דעם עוילעם אפ צו פרעגן יענעם "מחבר'ס" טענות איינס ביי איינס. איז זייער פשוט. איך האב אדורכגעליינט זיינע "טענות". און ס'איז אלעס געבויעט אויף ספעקולאציע. און טעאריעס און הנחות. קיין איינס פון זיינע סטעיטמענטס, לגבי סאטמאר'ער רב'ס נישט פארציילן פאר'ן עולם און נישט צו לאזן אז זיי זאללן זיך ראטעווען, איז דאקומענטירט. ער ברענגט נישט קיין איין דאקומענט אויפ צו ווייזן זיינע טענות...!
באניצער אוואטאר
קאסטנער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך קאסטנער »

ערשט יעצט איך זע וואס מען רעד אלס צאם אויף מיר, אבי מרעד..
איך גיי מיר נישט אריינמישן טענה'ץ ענק ווייטער סאיז געשמאק זיך ציצהערן פין די זייט.

סגיט, רעד ווייטער.
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

שוין קענסט שוין אנהויבן ליב האבן סאטמאר...
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

המלוכה והממשלה: דעיס טוט נאר פארשטארקערן די טענה פון די בני יואל אז די רעגולערע סאטמאר'ער זענען אפגעפאהרן.
בעצם איז גאנץ סאטמאר געבויעט אויף דעם אז יענער טויג נישט. די צווייטע גרופע זענען שקצים ואפיקורסים.אונז גייען אויפ'ן ריכטיגן דרך... :roll:
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך חסיד »

נאך א נס אז דער פאן האט די צוויי קאלירן, שטעלטס אייך פאר ווען דער פאן איז לדוגמא נאר ווייס אדער שווארץ און ווייס, וואס וואלטן מיר געמעגט אנטוהן, דער גאנצער עולם וואלט געמוזט גיין מיט בלויע העמדער און גרינע בעקעשעס!
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
פרימארגען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:25 pm
האט שוין געלייקט: 218 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

Re:

שליחה דורך פרימארגען »

איחוד פעלד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 2:30 pm
sunbar האט געשריבן:ווער האט נישט ארויפגעלאזט ר' ישעי'לע טשעחויב'ע זי'ע אויפן באן??
עס איז געפארען פין אונגארען.
ר' ישעי'לע איז געוועהן אין באכניא געטא.
עס הייסט אז ער האט געדארפט ניצול ווערען מיט ר' אהר'לע בעלזער, און דער בילגרייער, נאר ר' אהר'לעס גבאי, פויגל, איז אריין, און מער קיין פלאץ איז נישט געוועהן, ממילא איז ער געבליבען דארט אינדרויסען שטיין.
דוד שפירא איז געווען אין די קאר נישט פויגל
ווער בין איך? איך בין ״ ווער בין איך״
באניצער אוואטאר
טראלל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 25, 2020 8:19 am
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

Re: ענדליך לכבוד כ"א כסליו סאטמאר באדאנקט בעל הנס ד"ר קאסטנער

שליחה דורך טראלל »

אויב געדענק איך גוט איז הרה"ח ר' שלום פאגעל בכלל געבוירן אין בעלגיע און האט זיך נאר באקענט מיט'ן בעלזער רב הערשט נאכ'ן קריג אין ארץ ישראל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ענדליך לכבוד כ"א כסליו סאטמאר באדאנקט בעל הנס ד"ר קאסטנער

שליחה דורך berlbalaguleh »

טראלל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 10:04 pm אויב געדענק איך גוט איז הרה"ח ר' שלום פאגעל בכלל געבוירן אין בעלגיע און האט זיך נאר באקענט מיט'ן בעלזער רב הערשט נאכ'ן קריג אין ארץ ישראל.
נישט אזוי זיכער. ווייל ס'דא מעשיות וואס ר' שלום האט אנגעשטעלט נאך אינדערהעים.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re: ענדליך לכבוד כ"א כסליו סאטמאר באדאנקט בעל הנס ד"ר קאסטנער

שליחה דורך לייביששרייבער »

קאסטנערס אן אייניקל, מירב מיכאלי לויפט יעצט צום כנסת המינים אויף די עבודה פארטיי, זי איז א גרויסע רשע'נטע, א שרעקליכע פעמיניסטקע, זי האלט אז פרויען זאלן געהעריג קענען גיין אויף באסעס און נאך אזעלכע לינקע איידיעס, אבער, פארט זי איז אן אייניקל פונעם בעל הנס, און עס קומט זיך הכרת הטוב עד דרא בתראה, דאי לאו האי יומא, וכו', און זי איז אין די צד שכנגד פון ביבי, איז א פאסיגע צייט צו מכיר טובה זיין דעם זיידן ז"ל און דערלאנגען דעם יעצטיגן ראש הכופרים און אזוי ארום דערלאנגען א זיג פאר קאסטנערס אייניקל, און אזוי וועט זי ווארשיינליך געווינען און אפשר מאכן א רעגירונג אינאיינעם מיט אמנון יצחק.
ליצנות אין א זייט פאר א מינוט. דוקא איז עס געווען זייער זיס צו ליינען די תגובה פונעם בעל פותח האשכול, אבער איבער שרייבן היסטאריע האט נישט קיין פירוש. פארוואס די בעלי הארמערי'ס האקן איצטערט אן ביבי איז בכלל נישט קיין אינטערסאנטע נושא אין די געגענווארט פון די קאסטענער קאנטריווערסיע, וואס איז היפש קאמפליצירט. די ציונים האבן נישט מחליט געווען צו לייגן רודאלף קאסטענער אויפן באשולדעגונגס באנק למען כבוד קהל יטב לב און זייער מנהיג דעם סאטמאר רב זי"ע.

דער קאסטנער האט גאר א שעדליכער שווארצער בעקראונד וואס די היסטאריענס האבן נישט געפיהלט אזוי וויכטיג עס צו דערגיין עד למטה און וואס ער איז געווען. די חומר איסער איהם איז היבש שטארק צו-ווארפן און שרייבענדיג מיין כא' כסליו תגובה האב איך בס"ד אפיר געקראצט א געוואלד אויף אינפארמאציע ארום דעם שעדליכקייט און זיינע מעשים תעתיעים בעת און בעפאר די צווייטע וועלטס קריג אנטקעגן זיינע ברידערס און שוועסטער, א"א אפשר לפרטם כי רבים הם.

פארוואס דער גרויסער אנטי ציוני האט זיך געפונען אויפן באן מיט די שישקעס איז נישט נאר למען א חלום וואס דער רבי ז"ל האט בכבודו ובעצמו אין א שמועס פארציילט ווי אזוי ער האט זיך דערוויסט פון דעם חלום (וואס איז נישט נוגע דא) נאר די גרעסטע סכום פון געלט וואס איז סוכ"ס פאר דעם באן באצאלט געווארן איז געקומען פון די ארטאדאקסישע אידענטום און נישט פון קיין דזשוינט, פישער אדער קאסטנער. נאר פון חיים ראטה, משה גראס, יצחק שטערנבוך, לייביש רובינפעלד פון שווייץ, און נאך אנדערע פרומע מקורות וואס האבן פשוט זיכער געמאכט אז דער רבי ז"ל ר' יונותן שטייף ז"ל און די נאך אפאר ארטאדאקסישע אידן זאלן זיין דעראויף.

אויב איז דא אדער וועט זיין אן אינטערעסע צו צושטעלן די קאסטענער פאקטן מיט זייערע מקומות וועלן בעז"ה בלי הבטחות נעמען די פעדער (ליין קי בארד) און פרובירן דאס בעסטע וואס איז שייך מיט מיינע מינימאלע כוחות צו-צושטעלן א דבר נאה ומתוקן בס"ד.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re:

שליחה דורך לייביששרייבער »

קאסטנער איז געשאסן געווארן אין תל אביב פאר זיין הויז, די מערדער זענען קיינמאל נישט געכאפט געווארן.
אינמיטן זיין פראצעס אין בג"צ נאכן פארן ווערדיקט פון די בית משפט'ס רעזעלוציע, קאנספירעסי'ס דרייען זיך ארום אז צופיהל זאכן וואס אנדערע הויעכע ציוניסטישע שישקעס וואלט מיט געשלעפט געווארן און ע"כ האבן זיי איהם אילימענירט מיט די האפענונג אז די טרייל וועט קומען צו א גענצליכער אפשטעל און די דערשטיקטע אינפארמאציע זאל זיין במקומו מונח אפי' עד אחר שיבוא שילו.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ענדליך לכבוד כ"א כסליו סאטמאר באדאנקט בעל הנס ד"ר קאסטנער

שליחה דורך berlbalaguleh »

לייביששרייבער: ייש"כ. דיינע מאמרים זענען כמים קרים על נפש עייפה. ממש דערפרישנד.

אויך. אז רודאלף קאסטנער איז באגאנגען קרימינאלע מעשים לגבי די אונגארישע אידן איז בלי שום ספק. נאר וואס ער האט געטון האט ער געטון אלס פריוואטער פארשוין. פאר זיינע אייגענע, עגאאיסטישע טעמים און מאטיוון. אויך די נאציס האבן צוזאמגעארבעט מיט איהם פאר זייערע אייגענע מאטיוון. הויפטזעכליך ווייל זיי האבן געוויסט אז די מלחמה איז פארשפיעלט און מ'וועט זיי שטעללן צו א משפט. און רודאלף קאסטנער וואלט געקומען עדות זאגן אויף זייער (גוטן) כאראקטער.

נאר דער פאקט בלייבט אומאפלייקענבאר אז א סאך אידן זענען געראטעוועט געווארן אויף זיין טרעין. צווישן זיי די גאונים וצדיקים הרה"ק מ'סאטמאר און הרה"צ ר' יונתן שטייף. און נאך אנדערע רבנים ווי שאפראנ'ער רב און דער אודווארי'ער רב זצ"ל. און נאך אנדערע ערליכע אידן צדיקים וחסידים.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re: ענדליך לכבוד כ"א כסליו סאטמאר באדאנקט בעל הנס ד"ר קאסטנער

שליחה דורך לייביששרייבער »

נאר דער פאקט בלייבט אומאפלייקענבאר אז א סאך אידן זענען געראטעוועט געווארן אויף זיין טרעין. צווישן זיי די גאונים וצדיקים הרה"ק מ'סאטמאר און הרה"צ ר' יונתן שטייף. און נאך אנדערע רבנים ווי שאפראנ'ער רב און דער אודווארי'ער רב זצ"ל. און נאך אנדערע ערליכע אידן צדיקים וחסידים.
אין מיין כא' כסליו תגובה האב איך טאקע אט דאס דערמאנט, און איך דערמאן אויפן שפיץ גאפל פארוואס די קליינע גרופע (הייפעלע) ארטאדאקסישע אידן זענען ארויף געלאזט געווארן אויפן באן.
בדרך אגב איך האב נישט געוואוסט (און נאך אלץ נישט, נאר אז איך שטעל אויף די חזקה שוין פונלאנג אז די וויסט בעסער פון מיר די דיטעילס פן די היסטארישע פאקטן) אז דער שאפראנער רב ז"ל, דער אודווארי'ער רב זענען אויך געווען אויף דעם באן. ר' יונותן שטייף איז באקאנט גראדע, ר' שלמה כ"ץ (ערשטע שו"ב בקהל יט"ל אין ברוקלין) די רעביצען יוסל אשכנזי אבער די צוויי גרויסע שיינע רבנים האב איך נישט געוואוסט. א ישר כח פאר די אינפארמאציע. מען גייען עס אםיר זוכן.

בדרך אגב דער עולם איז אפשר נישט באקאנט אז הרה"ג ישראל יעקב פישער זצ"ל איז א פאלנער נעפיו פון דר. יוסף פישער.

איך האב עס דערמאנט אין מיין תגובה מיין איך. אבער די נקידה איז ווערט צו באטאנען נאכאמאל פאר די אינטערסאנקייט שבו. ראב"ד עדה החרדית א נעפיו פון איינע פון די יסודותדיגע ציונים וואס איז נאר געווען.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: ענדליך לכבוד כ"א כסליו סאטמאר באדאנקט בעל הנס ד"ר קאסטנער

שליחה דורך שפילער »

לייביששרייבער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 1:03 am
קאסטנערס אן אייניקל, מירב מיכאלי לויפט יעצט צום כנסת המינים אויף די עבודה פארטיי, זי איז א גרויסע רשע'נטע, א שרעקליכע פעמיניסטקע, זי האלט אז פרויען זאלן געהעריג קענען גיין אויף באסעס און נאך אזעלכע לינקע איידיעס, אבער, פארט זי איז אן אייניקל פונעם בעל הנס, און עס קומט זיך הכרת הטוב עד דרא בתראה, דאי לאו האי יומא, וכו', און זי איז אין די צד שכנגד פון ביבי, איז א פאסיגע צייט צו מכיר טובה זיין דעם זיידן ז"ל און דערלאנגען דעם יעצטיגן ראש הכופרים און אזוי ארום דערלאנגען א זיג פאר קאסטנערס אייניקל, און אזוי וועט זי ווארשיינליך געווינען און אפשר מאכן א רעגירונג אינאיינעם מיט אמנון יצחק.
ליצנות אין א זייט פאר א מינוט. דוקא איז עס געווען זייער זיס צו ליינען די תגובה פונעם בעל פותח האשכול, אבער איבער שרייבן היסטאריע האט נישט קיין פירוש. פארוואס די בעלי הארמערי'ס האקן איצטערט אן ביבי איז בכלל נישט קיין אינטערסאנטע נושא אין די געגענווארט פון די קאסטענער קאנטריווערסיע, וואס איז היפש קאמפליצירט. די ציונים האבן נישט מחליט געווען צו לייגן רודאלף קאסטענער אויפן באשולדעגונגס באנק למען כבוד קהל יטב לב און זייער מנהיג דעם סאטמאר רב זי"ע.

דער קאסטנער האט גאר א שעדליכער שווארצער בעקראונד וואס די היסטאריענס האבן נישט געפיהלט אזוי וויכטיג עס צו דערגיין עד למטה און וואס ער איז געווען. די חומר איסער איהם איז היבש שטארק צו-ווארפן און שרייבענדיג מיין כא' כסליו תגובה האב איך בס"ד אפיר געקראצט א געוואלד אויף אינפארמאציע ארום דעם שעדליכקייט און זיינע מעשים תעתיעים בעת און בעפאר די צווייטע וועלטס קריג אנטקעגן זיינע ברידערס און שוועסטער, א"א אפשר לפרטם כי רבים הם.

פארוואס דער גרויסער אנטי ציוני האט זיך געפונען אויפן באן מיט די שישקעס איז נישט נאר למען א חלום וואס דער רבי ז"ל האט בכבודו ובעצמו אין א שמועס פארציילט ווי אזוי ער האט זיך דערוויסט פון דעם חלום (וואס איז נישט נוגע דא) נאר די גרעסטע סכום פון געלט וואס איז סוכ"ס פאר דעם באן באצאלט געווארן איז געקומען פון די ארטאדאקסישע אידענטום און נישט פון קיין דזשוינט, פישער אדער קאסטנער. נאר פון חיים ראטה, משה גראס, יצחק שטערנבוך, לייביש רובינפעלד פון שווייץ, און נאך אנדערע פרומע מקורות וואס האבן פשוט זיכער געמאכט אז דער רבי ז"ל ר' יונותן שטייף ז"ל און די נאך אפאר ארטאדאקסישע אידן זאלן זיין דעראויף.

אויב איז דא אדער וועט זיין אן אינטערעסע צו צושטעלן די קאסטענער פאקטן מיט זייערע מקומות וועלן בעז"ה בלי הבטחות נעמען די פעדער (ליין קי בארד) און פרובירן דאס בעסטע וואס איז שייך מיט מיינע מינימאלע כוחות צו-צושטעלן א דבר נאה ומתוקן בס"ד.
אמת אז זיי האבן געגעבן געלט און דערפאר אן זיי וואלט נישט געווען קיין הצלה אבער אן א "באן" קענסטו געבן געלט ביז מארגן און סאיז נישט דא קיין הצלה סא סאיז ביידע און ביידע דארפן באקימען קרעדיט און הכרת הטוב סיי די געלט און סיי די באן
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: ענדליך לכבוד כ"א כסליו סאטמאר באדאנקט בעל הנס ד"ר קאסטנער

שליחה דורך סקעפטיקער »

לייביששרייבער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 2:07 am בדרך אגב דער עולם איז אפשר נישט באקאנט אז הרה"ג ישראל יעקב פישער זצ"ל איז א פאלנער נעפיו פון דר. יוסף פישער.
צוויי אנדערע מענטשן https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 1#p4766011
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re: ענדליך לכבוד כ"א כסליו סאטמאר באדאנקט בעל הנס ד"ר קאסטנער

שליחה דורך לייביששרייבער »

סקעפטיקער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:32 pm
לייביששרייבער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 2:07 am בדרך אגב דער עולם איז אפשר נישט באקאנט אז הרה"ג ישראל יעקב פישער זצ"ל איז א פאלנער נעפיו פון דר. יוסף פישער.
צוויי אנדערע מענטשן https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 1#p4766011
אפס, מיר וועלן נאכאמאל דורך קוקען די מקור, איך ווייס נישט צו איי וועלט איז גערעכט אדער נישט. אבער טאמער יא וועט דאס זיין ביי מיר מודה ועוזב.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ענדליך לכבוד כ"א כסליו סאטמאר באדאנקט בעל הנס ד"ר קאסטנער

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'איז דא נאך א פאלשע און טענדענציעזע "מימרא" וואס לויפט ארום אין די חרד'ישע קרייזן, אז די הויפט פיהרער פון די ציונים (אין שווייץ?) ווען ר' מח"ב ווייסמאנדל איז געקומען צו זיי (אדער ער האט געשריבן א בריעף) אז זיי זאלן געבן געלט כדי אויסצולייזן די אידן, האבן איהם געענטפערט אז זיי געבן נישט, ווייל "רק בדם תהיה לנו הארץ"...! דאס איז שקר מוחלט. יא אמת, דער סטעיטמענט איז געזאגט געווארן, נאר אין גאנץ אן אנדערן קאנטעקסט און דורך אנדערע מענטשן. ווען ס'איז געווען א שמועס אויב די אידן זאלן זיך אנשליסן אין די מאסן צו העלפן די ענגלישע ארמיי אקעגן די טערקן, ביי די ערשטע וועלט מלחמה, האבן עטליכע פון די הויפטן פון די ציוניס'טישע ארגאניזאציע אין ארץ ישראל געזאגט אז די אידן זאלן יא גיין מיט די בריטישע ווייל "רק בדם תהיה לנו הארץ"... אז נאר אויב די אידן וועלן (אויך) מקריב זיין קרבנות וועלן זיי האבן א רעכט צו פאדערן אן אייגן לאנד...!
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re: ענדליך לכבוד כ"א כסליו סאטמאר באדאנקט בעל הנס ד"ר קאסטנער

שליחה דורך לייביששרייבער »

berlbalaguleh האט געשריבן: ס'איז דא נאך א פאלשע און טענדענציעזע "מימרא" וואס לויפט ארום אין די חרד'ישע קרייזן, אז די הויפט פיהרער פון די ציונים (אין שווייץ?) ווען ר' מח"ב ווייסמאנדל איז געקומען צו זיי (אדער ער האט געשריבן א בריעף) אז זיי זאלן געבן געלט כדי אויסצולייזן די אידן, האבן איהם געענטפערט אז זיי געבן נישט, ווייל "רק בדם תהיה לנו הארץ"...! דאס איז שקר מוחלט. יא אמת, דער סטעיטמענט איז געזאגט געווארן, נאר אין גאנץ אן אנדערן קאנטעקסט און דורך אנדערע מענטשן. ווען ס'איז געווען א שמועס אויב די אידן זאלן זיך אנשליסן אין די מאסן צו העלפן די ענגלישע ארמיי אקעגן די טערקן, ביי די ערשטע וועלט מלחמה, האבן עטליכע פון די הויפטן פון די ציוניס'טישע ארגאניזאציע אין ארץ ישראל געזאגט אז די אידן זאלן יא גיין מיט די בריטישע ווייל "רק בדם תהיה לנו הארץ"... אז נאר אויב די אידן וועלן (אויך) מקריב זיין קרבנות וועלן זיי האבן א רעכט צו פאדערן אן אייגן לאנד...!

ריכטיג, מיר האבן דאס דערמאנט אין איינע פון די תגובה'ס מיטן נאמען ארץ ישראל אויף די וועלטס מאפע.
עס איז מיר שווער פון די טעלעפאן צו ציטירן די לינק איצטערט. ווען איך וועל זיין ביים קאמפיוטער און איך וועל אי"ה געדענקען וועל איך עדיטן די ריספאנס מיט א לינק צו דעם תגובה וואס איך באציה זיך.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: ענדליך לכבוד כ"א כסליו סאטמאר באדאנקט בעל הנס ד"ר קאסטנער

שליחה דורך סקעפטיקער »

berlbalaguleh האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 1:13 am ס'איז דא נאך א פאלשע און טענדענציעזע "מימרא" וואס לויפט ארום אין די חרד'ישע קרייזן, אז די הויפט פיהרער פון די ציונים (אין שווייץ?) ווען ר' מח"ב ווייסמאנדל איז געקומען צו זיי (אדער ער האט געשריבן א בריעף) אז זיי זאלן געבן געלט כדי אויסצולייזן די אידן, האבן איהם געענטפערט אז זיי געבן נישט, ווייל "רק בדם תהיה לנו הארץ"...! דאס איז שקר מוחלט. יא אמת, דער סטעיטמענט איז געזאגט געווארן, נאר אין גאנץ אן אנדערן קאנטעקסט און דורך אנדערע מענטשן. ווען ס'איז געווען א שמועס אויב די אידן זאלן זיך אנשליסן אין די מאסן צו העלפן די ענגלישע ארמיי אקעגן די טערקן, ביי די ערשטע וועלט מלחמה, האבן עטליכע פון די הויפטן פון די ציוניס'טישע ארגאניזאציע אין ארץ ישראל געזאגט אז די אידן זאלן יא גיין מיט די בריטישע ווייל "רק בדם תהיה לנו הארץ"... אז נאר אויב די אידן וועלן (אויך) מקריב זיין קרבנות וועלן זיי האבן א רעכט צו פאדערן אן אייגן לאנד...!
ר' מח"ב ברענגט אין מן המצר (דף צ"ב-צ"ג) א בריוו ווי זיי האבן עס יא גענוצט אין דעם קאנטעקסט ביים צווייטן וועלט מלחמה (אויב דו גלייבסט אים)
פארשפארט