בלאט 3 פון 3
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 12:04 pm
דורך signout
מען דארף שטאמען שלא מזרע ישראל נישט צו ווערן צושוידעט זענדיג אזא ארטיקל, איך טרייסט מיך אז המן הרשע האט אויך געלאכט א שטוק צייט
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 10:12 pm
דורך שמעקעדיג
א פחד עצום.
בפרט ווען מען לייענט די וערטער "גוד-ביי וועבערמאן", "דאאמד טו דיי אין דזשעיל".
השם ירחם!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 12:26 am
דורך berlbalaguleh
לעיקוואד האט געשריבן:ר' קאווע
אנא ממך פארמיש נישט דער פינטעלער יוד מיט פשוטע הרגשות פון רחמנות אויף איינער וואס קומט זיך רחמנות וואס איז א פראסטע מענטשליכע הרגשה מיט אלע חולשות און חסרונות פון מעטשליכע הרגשות.
די דייטשן אדער פאלאקן ימ"ש ביי די צווייטע וועלט מלחמה האבן אויך געהאט מענטשליכע הרגשות פון רחמנות?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 12:38 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:א פחד עצום.
בפרט ווען מען לייענט די וערטער "גוד-ביי וועבערמאן", "דאאמד טו דיי אין דזשעיל".
השם ירחם!
זיי (די מידיא און אלע אינשי דלא מעלי) ווייזן ארויס זייערע הרגשים אן פחד אדער בושה. און זיי זענען נאך די "וויקטימ'ס"
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 7:59 am
דורך לעיקוואד
berlbalaguleh האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:ר' קאווע
אנא ממך פארמיש נישט דער פינטעלער יוד מיט פשוטע הרגשות פון רחמנות אויף איינער וואס קומט זיך רחמנות וואס איז א פראסטע מענטשליכע הרגשה מיט אלע חולשות און חסרונות פון מעטשליכע הרגשות.
די דייטשן אדער פאלאקן ימ"ש ביי די צווייטע וועלט מלחמה האבן אויך געהאט מענטשליכע הרגשות פון רחמנות?

יא, אוודאי, נאר זיי האבן זיך מתגבר געווען אויף דעם כדי לקיים מצוות הפיהרר.
דער ערשטער מאל וואס הימלער האט באזוכט א לאגער האט ער געחלש'ט זעהנדיג וואס טוט זיך דארט מיט יינע אייגענע אויגן. וכן עד"ז הרבה סיפורים.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:23 pm
דורך berlbalaguleh
לעיקוואד האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:ר' קאווע

דאס איז אן אינטרעסאנטער פאקט. ס'איז פארהאן נאך אינפארמאציע וועגן הימלער אז ער האט געוואלט פארהאנדלען מיט די פארשטייערס פון די אידן איבער פארלייכטערן זייער מצב פון פיין און יסורים. פארשטייט זיך נאכ'ן אוועקנעמען אללע זייערע מענטשליכע רעכטן און פארמעגן. נאר די אנדערע נאצי פיהרערס האבן איהם נישט געלאזט. איך האב פארשידענע טעאריעס איבער זיין אפשטאם. אויף די בילדער פון זיין יוגנט קען מען זען אז ער איז נישט פון ארישן אפשטאם. ענדערש אריענטאליש.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 8:08 pm
דורך אפטעמיסט
כך היא דרכה של עולם. א טראגעדיע פאסירט, מווערט אויפגעשוידערט, משרייט מוויינט- א טרויער, א בראך. אבער סגייט אריבער וואכן און טעג און מפארגעסט אז מען האט אמאל בכלל געוויינט. וועבערמאן איז געגאנגען שמאכטען, אפגעזעהן צי ער איז יא אדער נישט שולדיג, און די הארץ האט געבליטיגט. איבער געלאזט א ציבראכענע אלמנה און א צוריסענע שטוב, אוי געוואלד. אבער ימים חלפו ועברו, און קיינער געדענקט נישט אז אזא מענטש האט אמאל עקזעסטירט. פרעגטס עטס פארוואס כהאב מיך יעצט דערמאנט? אויף דעם טאקע וויין איך. אויף דעם אז מפארשטייט נישט פארוואס מרעד וועגן אים. על אלה אני בוכיה, עיני עיני ירדה מים כי רחק ממני מנחם משיב נפשי.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 8:46 pm
דורך בן תמליון
לעיקוואד האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:ר' קאווע
אנא ממך פארמיש נישט דער פינטעלער יוד מיט פשוטע הרגשות פון רחמנות אויף איינער וואס קומט זיך רחמנות וואס איז א פראסטע מענטשליכע הרגשה מיט אלע חולשות און חסרונות פון מעטשליכע הרגשות.
די דייטשן אדער פאלאקן ימ"ש ביי די צווייטע וועלט מלחמה האבן אויך געהאט מענטשליכע הרגשות פון רחמנות?

יא, אוודאי, נאר זיי האבן זיך מתגבר געווען אויף דעם כדי לקיים מצוות הפיהרר.
דער ערשטער מאל וואס הימלער האט באזוכט א לאגער האט ער געחלש'ט זעהנדיג וואס טוט זיך דארט מיט יינע אייגענע אויגן. וכן עד"ז הרבה סיפורים.
שוין פארטיג מיט אויסלאנדער נעמט מען זיך צו הימלער און די נאציס? די מעשה אז הימלער האט ג'חלשט איז שקר. ווען ער האט צוגעקוקט דאס שיסן פון 100 אידן אין מינסק איז ער געווארן באזארגט אז דאס ברוטאלן מערדעריי וועט נעגאטיוו אימפאקטן די מערדער נאציס האט ער פארארדנט צו טרעפן א מאסן מארד מעטאד וואס איז נישט אזוי ברוטאל. ווען ער האט באזוכט סאביבור איז ער געווען זייער צופרידן און געטיילט מעדאלן. בקיצור ער איז געווען באזארגט די מערדער זאלן קענען גוט ארבעטן גארנישט קיין געפיל צו די אידישע קרבנות. דאס וואס וויקעפידע שרייבט אז זעענדיק די שיסערייען אין מינסק האט ער געבראכן, איז שקר פונעם מקור זיי ברענגען. זע דא
http://www.reddit.com/r/AskReddit/comme ... _actually/און וואס איז דאס עד"ז הרבה? סתם א שבח לטובת הרבה נאציס? איך האב נישט געהערט קיין איין אזא מעשה. מקורות אפשר?
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 8:55 pm
דורך פידלער
I see Godwin's Law is alive and kicking.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 3:20 pm
דורך berlbalaguleh
בן תמליון: די מעשה מיט הימלער'ס חלש'ן האב איך געזעען פון עטליכע מקורות. דאס מיינט אז ער איז דאך געווען פון א ביסל א בעסערן עלעמענט. דאס נעמט אבער נאכנישט אוועק פון זיין מיטשולד און אנטייל אין אלע רציחות אויף אידן וואס זענען פארגעקומען אונטער זיין קאמאנד און קאנטראל. אויף דזשארדזש פעטטאן, דער גרויסער גענעראל זאגט מען אויך אז ווען ער האט געזעהן מיט זיינע אויגן די ברוטאליטעיטן אין בוכנוואלד האט ער געבראכן. פונדעסטוועגן איז באוואוסט אז ער איז געווען א גרויסער אנטיסעמיט, און ר'האט זיך געוואלט אנשליסן מיט אנדערע אנטיסעמיטן אין אמעריקע צו לויפן פאר פרעזידענט. און אין דייטשלאנד אליין האט ער איבערגעלאזט אויף זייערע פאזיציעס אלע נאצי-אנגעשטעלטע. אנדערש פון די אלע אנדערע קאמאנדירן וועלכע האבן מעביר געווען אלע נאציס אין זייער געגנט. און ר'האט זיך זייער מיאוס אויסגעדרוקט אויף אידן בכלל. זאגנדיג אז די אידן זענען הונט, און ער וועט זיך באציען צו זיי אזוי ווי הונט. עד כדי כך אז גענעראל אייזנהאוער האט איהם געמוזט מעביר זיין (מן העולם) דורך א אידישן אפיציר. נאר דאס איז שוין א פרשה פאר זיך.