בלאט 3 פון 5
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:09 pm
דורך קאווע טרינקער
יידל האט געשריבן:וואס איז ר' וואלף היידענהיים'ס ראיה אז ר' אליעזר הקליר האט געלעבט בזמן הגאונים?
יש אומרים שחי בתקופה שקידשו את החודש
כ'האב נישט געוואוסט, גוגל איז מיר מגלה.
ער האט א פייט "אאנין תשע מאות ועוד"
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:10 pm
דורך קאווע טרינקער
לעמאן דזשוס האט געשריבן:כ׳מיין אז נישט קאווע און נישט יידל האבן עס ריכטיג
האליין איז א שטעטל אין עסטרייך ביים גרעניץ פון דייטשלאנד וואס איז נאכ׳ן קריג געוועהן א דיפי לאגער
אבער פארן קריג איז ער נישט געוועהן קיין רב
יאקע רב?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:11 pm
דורך לעמאן דזשוס
ווייל ער ברענגט רב האי גאון..אזוי שטייט אין א ספר בשמו
און ווייל אין די קינות אויף ת״ב שרייבט ער תשע מאות שנה וזה מכוון לתקופות הגאונים
אבער ער גייט דערמיט קעגן תוס׳ חגיגה י״ג, ושאר ראשונים
וכבר נדחו דבריו בכמה ספרים ותשובות ובתוכם עי׳ בשדי חמד אות אל״ף
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:14 pm
דורך קאווע טרינקער
אגב, ווען נישט אונזער חתם סופר שרייבט אז ווען נישט רוו"ה וואלט פארגעסען געווארן כמה גופי תורה, וואלט מען אין אייוועלט נישט געמעגט דערמאנען זיין נאמען
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:20 pm
דורך לעמאן דזשוס
ווי שרייבט דער הייליגער חתם סופר אזוי אויף אים.
אין תשובות אויף חו״מ שרייבט ער בנוגע פיוטים אז אלמלא הוא וואלט נשתכח געווארן, כידוע שעשה הרבה מאד בשביל פיוטים אין זיינע מחזורים שהוציא לאור, וואס אגב, דארט אין די מבוא קומט ער מיט זיין באמבע בנוגע דעם קליר
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:21 pm
דורך קאווע טרינקער
יעצט איז דיין רייע צו פרעגן
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:26 pm
דורך לעמאן דזשוס
וועלכע גרויסע, אנגענומענע רב בישרא׳ שספריו מאד נפוצים אין אלע רייען פון כלל ישרא׳ איז פון די ערשטע שזכו ללמד באניווערסיטעט לימודים אקדמיים
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:27 pm
דורך קאווע טרינקער
שמשון ב''ר רפאל למשפחת הירש?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:33 pm
דורך לעמאן דזשוס
קאווע טרינקער, גאנץ גוט אבער ער איז דוקא נישט אזוי מקובל בכל תפוצות היימישע ישראל
סופר, איך רעש פון גאר גאר א באקאנטן מיט גרויסע ספרים, אויף ש״ס, תשובות, און א גרויסע חיבור אויף הלכה
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:34 pm
דורך קאווע טרינקער
ער מיינט עפעס א רב וואס ספריו נפוצים מאוד.
ר' י''ד הארפנעס / סענטס סטריט איניווערסיטעט?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:35 pm
דורך לעמאן דזשוס
לץ, פון די ערשטע
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:36 pm
דורך קאווע טרינקער
אל תוכח.
האק נישט, איך טראכט
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:39 pm
דורך קאווע טרינקער
שמואל!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:43 pm
דורך קאווע טרינקער
אין ספר חכמי ישראל כרופאים, מוסד הרב קוק, געקויפט 2 חדשים צוריק.
איז ער מוכיח אזוי, אז שמואל האט געלערנט רפואה אין איניווערסיטעט אין די זעלבע תקופה ווי גליל (יידל, פאריכט מיר, כ'דענק נישט זיין נאמען פונקטליך)
מיט דעם איז ער מסביר עטליכע שוועריקייטן אין ש''ס, למשל מ'זעהט שמואל קריגט זיך מיט א משנה בענין רפואה בשבת און מ'נעמט אן כמותו להלכה, וה''ה בעניני טריפות מהאי טעמא
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:49 pm
דורך לעמאן דזשוס
עניוועי, איך מיין מורינו הרב יעקב עטלינגער רבה של אלטונא, בעל מחבר ערוך לנר, שו״ת שיבת ציון, ביכורי יעקב על הל׳ סוכה
זיין תלמיד איז געוועהן ר׳ שמשון רפא׳ לבית הירש
ער האט שטודירט אין ווירצבורג אין א מאדערנע אוניווערסיטי
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:55 pm
דורך קאווע טרינקער
גראדע, כ'דענק אלץ קינד, מיין זיידע האט מיך פארהערט גמרא, און כ'האב "אויסגערעדט" א ערוך לנר..... מיין זיידע האט מיר איבערגעפרעגט און געזאגט אז ער האט פון דעם ספר קיינמאהל געהערט.
כ'האב זיך געוואנדערט מיט מיין קינדערישען שכל.
אבער דער אמת איז, פון ווי זאל א פשוט'ע (לאפוקי א ת''ח) אונגערישע איד וויסען פון דעם דייטשע גדול. יא, היינט איז שוין 70 יאר פון זיין ארויסגיין פון אונגארין, אבער דאן איז געווען קוים 50 יאר.....
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 10:43 pm
דורך אויס מענטש
וועלכע רביס האבן נישט געהאט קיין בארד ?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 10:50 pm
דורך משה געציל
קאלוב/קראסטין
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 10:56 pm
דורך לעמאן דזשוס
די הייליגע רוזינער צדיק
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 10:58 pm
דורך לאדיך אפ
בעלזע רב ביים קריג
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 10:34 am
דורך טעפל
איך וועל פרעגען מעין הראשונה:
אונטער וועלכע אומשטענדן האט משה גאלדמאן פארפאסט דעם הערליכע ניגון אויף די ווערטער "אלוקי נשמה"?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 10:40 am
דורך לעיקוואד
לעמאן דזשוס האט געשריבן:די הייליגע רוזינער צדיק
?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 1:13 pm
דורך יידל
קאווע טרינקער האט געשריבן:איז ער מוכיח אזוי, אז שמואל האט געלערנט רפואה אין איניווערסיטעט אין די זעלבע תקופה ווי גליל (יידל, פאריכט מיר, כ'דענק נישט זיין נאמען פונקטליך)
מיינסט אודאי
גלינוס/גאלען.
(גאלינוס איז געבוירן געווארן 129 למספרם און שמואל איז געבוירן געווארן בערך 165 למספרם.)