בלאט 3 פון 5
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:04 am
דורך זר זהב
משה געציל האט געשריבן:מיר קריכט אויף די געהירן ווי ניקס פראבירן צו דעמאנסטרירן ווי פרום זיי זענען מיטן צוטרין גאנצטע שטיקלך פון דא צולייגענדיג; ״דאס פאלגענדע איז פון ק״ש באקומען אין אימעיל״.
ח״ו! איך אויף קאווע שטיבל?! קיינמאל! פערצאפאל האב איך עס באקומען פון איינעם...
אדער; ״דאס האט איינער געשריבן אויף קאווע שטיבל איך לייג דירעקט נישט קיין לינק ח״ו נישט מכשיל צו זיין קיינעם״.
איך פארשטיי... דער פאסט, טיימס, דעלי ניוס, וכו׳ מיט אלע זייערע שומציגע קאמענטס מעגסטו לינקן, קאווע שטיבל?! ח״ו! דער שאץ מאץ וועט דיר נאך מאצשאצן פון אלע וועלטן...
ועוד כהנה וכהנה, איך האב נאר געשריבן צוויי דוגמאות וואס איז מיר יעצט דורכגעלאפן אין קאפ.
איך אגריע מיט דיר אז ס'עקלט עט טיימס צו ליינען אזעלכע מיחזא כיוהרא'דיגע קאממענטס, נישט אז ס'מוז זיין אז זיי האלטן נישט דערביי, ס'נאר וויזוי מ'האלט עס אין איין פאמפן און זיך קלאפן אין די רוקן מיט חנופה איינער דעם צווייטן. אבער איך קען לשטתם פארענטפערן די שטיקל וואס איך האב גע'היילייטעד לגבי לינקען צום פאוסט אד"ג יא אבער ח"ו נישט צו דא. היימישע אניטיסעמיטן קען מען ווייניגער טאלערעיטן ווי גויעשע וואס שרייבן ווי דער הלכה בידוע. פאר די זעלבע ריזען (לגבי אן אנדערן נושא) פלעג איך אריינעמען אין שטוב גויאישע צייטונגען אבער ח"ו נישט דער המודיע אד"ג.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:11 am
דורך איחוד פעלד
וויפיל עס עקעלט דאס שרייבעכטס פין דער ב"ש "באקומען אין אימעיל" וכו', טוהן אסאך פין אונז די זעלבע אין מקוה אדער אין א פיזישער קאווע שטיבעל, וואס מען זאגט "איך האב געהערט" אדער איינער האט מיר געשיקט, בזמן וואס מען ליינט דא און אנדערע פלעצער.
אלזא, יעדער שטעלט זיך צו צום ארומיגען מקום און קולטור, דא אז מען ערלויבט אביסעל מער, שרייבט מען אביסעל מער, אבער אויך נאך נישט אלעס וואס מען וויל באמת.................
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:44 pm
דורך יואליש
די גאנצע "כ'האב געהערט אין ק"ש" איז די שפראך פון א קינדערישע קאנקורענץ קוק ווינקעל. קאנקורענץ פארשלייערט אין פרומקיייט.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 4:53 pm
דורך קאצקע ציקער
איך האב געהערט אין א. וו
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 5:43 pm
דורך [NAMELESS]
לכבוד ידידי חברי קהליתנו שליט"א כו"א בשמ"ו הטוב יבורך.
איך וויל זיך דא מתוודה זיין אויף מיינע חטאים. היות איך האב אריינגעלייגט שעות ארוכות אין מיינע ארטיקלן בענין היסטאריע, און בטבע בני אדם אז מ'האט ליב צו זעהן די פירות. און ווען איך האב היינט געזעהן אז עס גייט אדורך א שעה נאך א שעה, אין א זונטאג, און קיינער איז נישט מגיב אין די אלכסנדר ארטיקל חלק ב', און איך האב יא געקענט באשטיין צו הערן אביסל פונעם עולם וואס מ'זאגט דערצוה. האב איך געמאכט אן אנקעטע צווישן אפאר מראשי קהליתנו אויב עס וועט זיי באדערן אויב איך וועל עס פאסטן אין איי וועלט אויך אינטער דעם זעלבן ניק. די עולם האט גע'ענטפערט ווי ערוואקסענע מענטשן, אז אדרבה קענסט עס גערן דארט אהינלייגן אבער וויסן זאלסטו אז דו וועסט דיר נישט שפירן דאס פלאץ דארט, מ'וועט ארויסנעמען און שטיקלן דיינע ארטיקלן. איך האב געטראכט צו מיר, רבונו של פתח תקוה, פארוואס? וואס איז שלעכט מיט מיינע ארטיקלן? אדרבה, מ'האט מיר דא איינמאל אפילו באטיטלט פארנאטיש.
זייט דעמאלס זעה איך אז איך האב זיך פשוט טועה געווען, און די תגובות דא האט פשוט פארשפעטיגט צו קומען, אבער עס איז דא. אבער איך האב באקומען פונעם עולם אין אישי עטליכע הודעות צו איך פארלאז דעם ציבור דא.
אלזא, וויל איך דא מעלדן בשער בת רבים:
איך בלייב א געטרייע חסיד און אנהענגער פון קאווע שטיבל, איך האב ליב די פאקט אז יעדער קען זאגן זיינע דיעות ווי לאנג עס איז אויסגעהאלטן להלכה, און אפילו עס שמעקט מיר נישט.
איך וויל אי"ה נאך מהנה זיין דעם עולם אין היסטאריע, למען דעת, תורה ודעת, און געזעלשאפט. דא איז מיין היים ארט. איך פלאן אי"ה נישט איבערצולאזן דעם עולם דא כל עוד הדבר תלוי בי. פון מאהל צו מאהל וועל איך ארויפלייגן אן ארטיקל צו אונזער ברודער אין איי וועלט (ווי לאנג מ'שנייט נישט אראפ א ווארט). אבער עס קומט נישט מחמת עזיבת החט"א... נאר דא בלייבט אי"ה מיין היים.
און איך האף באמת אז ענק האבן הנאה או וועלן אי"ה ווייטער הנאה האבן.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 6:06 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב געמיינט בתור ליצונתא דע"ז די חטא (ה"י) פון שרייבן דא. אזוי ווי איך האב אויסגעפירט אז עס קומט נישט מחמת עזיבת החט"א. ודו"ק (ווען דו וועסט ווערן עלטער וועסטו פארשטיין...
)
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 7:36 pm
דורך משה געציל
זר זהב האט געשריבן:איך אגריע מיט דיר אז ס'עקלט עט טיימס צו ליינען אזעלכע מיחזא כיוהרא'דיגע קאממענטס, נישט אז ס'מוז זיין אז זיי האלטן נישט דערביי, ס'נאר וויזוי מ'האלט עס אין איין פאמפן און זיך קלאפן אין די רוקן מיט חנופה איינער דעם צווייטן. אבער איך קען לשטתם פארענטפערן די שטיקל וואס איך האב גע'היילייטעד לגבי לינקען צום פאוסט אד"ג יא אבער ח"ו נישט צו דא. היימישע אניטיסעמיטן קען מען ווייניגער טאלערעיטן ווי גויעשע וואס שרייבן ווי דער הלכה בידוע. פאר די זעלבע ריזען (לגבי אן אנדערן נושא) פלעג איך אריינעמען אין שטוב גויאישע צייטונגען אבער ח"ו נישט דער המודיע אד"ג.
דיין נישט אריינעמען המודיע אין שטוב און דער צייט וואס גויעישע צייטונגען נעמסטו יא, איז לענ״ד צוליב די חינוך וואס דו האסט באקומען אז א יעדע איד וואס איז נישט אין ליניע מיטן שיטה הקדושה צריך בדיקה אחריו.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 7:43 pm
דורך זר זהב
בכלל נישט! איך וועל אריינענעמן א גואישע גויאישע זאך, א אידישע גויאישע זאך בשו"א נישט. ערבוביא טוב עם רע קען איך נישט פארנעמען.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 7:48 pm
דורך יאיר
ממי שאמרו, איך פריי מיך באמת צו הערן אז איר וועט מהנה זיין אויך די אידן וואס געפינען זיך אין זייער אייגענע אפגעזונדערטע (אידישע?) וועלט. אויב איך מאך נישט קיין טעות זענט איר דער ערשטער צו שרייבן מיט דעם זעלבן ניק אויף ביידע פלעצער, דאס איז א גוטע סימן אז ביידע פלעצער קענען לעבן בשלום, שלי שלי ושלך שלך. אדרבה, מען דארף זען צו טיילן די ידיעות פון די מגיבים אויף ביידע ערטער.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 7:58 pm
דורך יידל
נע, ווייט נישט דער ערשטער. דער ערשטער איז כמדומה לי געווען ידידינו היקר אךשמח.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 8:24 pm
דורך לעמאן דזשוס
רבותי, ס׳צרות
מנהלים, אחראים מאכט׳ס פלאץ עס קוקט אויס אז אנעים זמירות פון לונדון וועט זיין דא צוריק בקרוב
קוקטס דארט אהין די כעוורע האבן זיך גענומען אויף זיינע ביינדלעך, און נישט סתם כעוורע נאר אזוינע ריזן ווי שטארקזיך
מען גיבט אים מנה אחת אפים, זיי חשד׳ענען אז ער ארבעט פאר יעקל הורוביץ,
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 8:49 pm
דורך יתרו
אז מען רעדט שוין פון אייוועלט, וועל איך מיטיילן מיטן עולם א מעשלהע וואס איך האב געהאט מיט די באנדיטן דארט,
ומעשה שהיה כך היה, איין טאג האב איך געלייענט דארט א מיעסע תגובהלע אקעגן ק"ש און דער יעניגער האט געשריבן דארט עפעס אזוי "זייער גוט אז ע האט זיך געפענט א ק"ש אזוי וועט אייועלט זיין א ריינערע מקום ווייל אויב איינער ווועט זיך האבן עפעס אויסגרעבסן (מלשון גיהוק ופיהוק) וועט ער גיין קיין ק"ש, א קיצור מער האט נישט אויסגעפעלט עס האט מיר אנגעכאפט אזא סארט קנאות, ענליכעס צו מיין אייניקל פנחס (פארגעסט נישט אז ער איז געווען בן פוטי), איך האב מיר זאפארט געמאכט א ניק דארט אין איך האב מקנא געווען קנאת ק"ש און זיין געשריבן, בערך אזוי " ברוך השם עס איז שוין דא ווי צו מגהק ומפהק זיין ווייל ביז יעצט איז נאר געווען א פלאץ ווי זיך אויסצו'מייכנען
שטייצעך אז ביז א פאר מינוט איז מיין ניק געווען פארמאכט,
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 5:29 am
דורך טעפל
יתרו האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון אייוועלט, וועל איך מיטיילן מיטן עולם א מעשלהע וואס איך האב געהאט מיט די באנדיטן דארט,
ומעשה שהיה כך היה, איין טאג האב איך געלייענט דארט א מיעסע תגובהלע אקעגן ק"ש און דער יעניגער האט געשריבן דארט עפעס אזוי "זייער גוט אז ע האט זיך געפענט א ק"ש אזוי וועט אייועלט זיין א ריינערע מקום ווייל אויב איינער ווועט זיך האבן עפעס אויסגרעבסן (מלשון גיהוק ופיהוק) וועט ער גיין קיין ק"ש, א קיצור מער האט נישט אויסגעפעלט עס האט מיר אנגעכאפט אזא סארט קנאות, ענליכעס צו מיין אייניקל פנחס (פארגעסט נישט אז ער איז געווען בן פוטי), איך האב מיר זאפארט געמאכט א ניק דארט אין איך האב מקנא געווען קנאת ק"ש און זיין געשריבן, בערך אזוי " ברוך השם עס איז שוין דא ווי צו מגהק ומפהק זיין ווייל ביז יעצט איז נאר געווען א פלאץ ווי זיך אויסצו'מייכנען
שטייצעך אז ביז א פאר מינוט איז מיין ניק געווען פארמאכט,
יתרו ביסט ריזיג, מייכענען טאר מען שוין אויך נישט???
ממי שאמרו לאמרי נאר האפען אז די חברה דארט וועלן דיך נישט פארכאפען אינגאנצען און וועסט מער נישט אריינקומען, אונז קען מען טאקע ליינען דארט אויך, אבער מיר דארפען דיך וויכטיג דא האבען.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 10:00 am
דורך [NAMELESS]
איך האב שוין געזאגט דא, דא איז מיין היים, און דא וועל איך אי״ה בלייבן
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 11:05 am
דורך איינער
יואליש האט געשריבן:די גאנצע "כ'האב געהערט אין ק"ש" איז די שפראך פון א קינדערישע קאנקורענץ קוק ווינקעל. קאנקורענץ פארשלייערט אין פרומקיייט.
דאס איז שוין גארנישט קינדעריש אדער קאנקורענץ, קאווע שטיבל שטייט ווי א דארן אין אויג פאר אזעלכע ווי ״שאץ מאץ״, נישט לאנג צוריק האט ער געקענט זיין דער אפיציעלער אינטערנעט בעל השקפה, און ווען ״איינער״ האט זיך געוואגט צו שרייבן אנדערש האט מען אים גלייך פארמעקט. אוי האט דער טריפה׳נער קאווע שטיבל דאס געטוישט.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 1:13 pm
דורך [NAMELESS]
איך ווייס מיט אויב עס פארדינט זיך אן עקסטערן אשכול, וויל איך עס שרייבן דא.
איך וויל זיך באדאנקן קודם כל פאר די הנהלה פאר מיר געבן אזא געשמאקע מייק און בימה. איך שטעל זיך פאר אז עס איז נישט גרינג, און ענק מאכן נישט קיין געלט פון דעם, אבער איך בין זיכער אז ענק ווייסן די שטארק די עולם האט הנאה און דאס גיבט ענק אסאך חשק און כוח צוגיין ווייטער.
און אויך וויל איך זיך באדאנקן פאר אלע געטרייע חברים דא, ענקערע הגהות און הערות (והארות) זענען אויסטערליש! און ענקערע לייקס גיבט צו אסאך חשק פאר מיר צושרייבן מער און מער. אין דריי וואכן צו האבן איבער 165 לייקס איז זייער א געשמאקע פילינג, און עס גיבט א שטארקע דרייוו צו זיכן און שרייבן נאך אסאך געשמאקע סחורה.
א גרויסן יישר כוח פאר ענק אלע!!!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 3:53 am
דורך טעפל
ממי_שאמרו האט געשריבן:איך ווייס מיט אויב עס פארדינט זיך אן עקסטערן אשכול, וויל איך עס שרייבן דא.
איך וויל זיך באדאנקן קודם כל פאר די הנהלה פאר מיר געבן אזא געשמאקע מייק און בימה. איך שטעל זיך פאר אז עס איז נישט גרינג, און ענק מאכן נישט קיין געלט פון דעם, אבער איך בין זיכער אז ענק ווייסן די שטארק די עולם האט הנאה און דאס גיבט ענק אסאך חשק און כוח צוגיין ווייטער.
און אויך וויל איך זיך באדאנקן פאר אלע געטרייע חברים דא, ענקערע הגהות און הערות (והארות) זענען אויסטערליש! און ענקערע לייקס גיבט צו אסאך חשק פאר מיר צושרייבן מער און מער. אין דריי וואכן צו האבן איבער 165 לייקס איז זייער א געשמאקע פילינג, און עס גיבט א שטארקע דרייוו צו זיכן און שרייבן נאך אסאך געשמאקע סחורה.
א גרויסן יישר כוח פאר ענק אלע!!!
נאדיר נאך א לייק
אזאלעכע גוטע שרייבער'ס וואו דו מאכען דעם פלאץ געשמאק!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:54 am
דורך נו גוט נו
אנעים האט געשריבן יעצט א
לענגערער ארטיקל אז ער גייט זיך מער נישט אנקעגן שטעלן די (איי)וועלט און ער גייט מער נישט שרייבן וואס די עולם וויל נישט הערן.
די אשכול איז געווארן פארשפארט גיי ווייס פארוואס
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:58 am
דורך זר זהב
מסתם ווייל ס'איז א מעסעדזש פון אים פון זיינע פלענער, און מ'דארף עס נישט דעבאטירן
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:00 pm
דורך נו גוט נו
זר זהב האט געשריבן:מסתם ווייל ס'איז א מעסעדזש פון אים פון זיינע פלענער, און מ'דארף עס נישט דעבאטירן
ווייל עס איז נישט ״קאווע שטיבל״ און מ׳טאר עס נישט דעבאטירן
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:09 pm
דורך איך אויך
נו גוט נו האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:מסתם ווייל ס'איז א מעסעדזש פון אים פון זיינע פלענער, און מ'דארף עס נישט דעבאטירן
ווייל עס איז נישט ״קאווע שטיבל״ און מ׳טאר עס נישט דעבאטירן
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:37 pm
דורך געוואלד געשריגן
It's pretty boring. Everyone agrees with everyone else..
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 2:25 pm
דורך יידל
גענוג מיט די אייוועלט בעשינג. אייוועלט איז איין סארט סייט, קאווע שטיבל א צווייטע. ביידע ערפילן א תפקיד.
ווי האט דער סטייפלער געזאגט? כלל ישראל מעג גיין צו די בחירות, אבער מ'דארף אויך א נטורי קרתא וואס זאל שטיין אין שרייען אז מ'טאר נישט. והנמשל מובן.