בלאט 3 פון 4

נשלח: מוצ"ש יאנואר 05, 2013 11:22 pm
דורך איחוד פעלד
בקיצור יעדער איז ביזי וועמען מען זאל שטיצען.

איך גיי ווייטער צו מיין גראסערי, און צו מיין הארדווער געשעפט.

די אלע זאכען זענען סתם ב"ש.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 8:25 pm
דורך דולה ומשקה
דער וואך האבען זיי ארויף געלייגט אויף דער דעקל פון דער 'עמי' א גרויס בילד פון:
רבי שלום אליעזר טייטלבוים שליט"א אבד"ק סאטמאר 15 ענוו.

...אזוי זעהט עס אויס...
למען האמת דאס איז דער סאדיגורע...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 8:30 pm
דורך קאווע טרינקער
מיינסט אוודאי שלום אליעזר סוף ימיו.

וואס שרייבט ער וועגן די זקן צדיקי רוזין?
איבער זיינע ענגליש-טיטשער יארן / באס-דרייווער אין קראונהייטס?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 8:43 pm
דורך דולה ומשקה
דער ענדליכקייט איז זייער מערקווירדיק

נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2013 10:53 am
דורך קרעקער
דער וואך האבען זיי ארויף געלייגט אויף דער דעקל פון דער 'עמי' א גרויס בילד פון:
רבי שלום אליעזר טייטלבוים שליט"א אבד"ק סאטמאר 15 ענוו.

צי מיר האט עס אויסגעזעהן ווי ר' מיכל מניקעלשבורג נאך הבדלה פון יום כיפור

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 2:53 pm
דורך קאווע טרינקער
כ'מיין ער זיצט שבעה.

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 5:54 pm
דורך משכיל
זיין טאטע ר' אלימלך איז נפטר געווארען נעכטען

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 9:02 pm
דורך berlbalaguleh
ראשעקאל האט געשריבן:נחום רזב"ג איז ארויס אין א פייערדיגע אטאקע קעגן פראנפערטער
http://nochemrosenberg.blogspot.com/201 ... -klal.html

נחוום דארף זיך קודם אויסלערנען צו שרייבן ענגליש. חוץ דעם תוכן פון זיין שרייבעכץ. ס'איז פשוט א חילול ה'. א "ראביי" וואס איז א ספאוקסמען פאר די יודישע קאמיוניטי זאל ארויסווייזן אזא אמעראצעס אין ענגליש. כ'שעם מיך פאר זיינע חברים די גויאישע מידיא. דעילי ניוס און סי.ען.ען.

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 8:49 am
דורך קאווע טרינקער
האט איינער געליינט דער עמי פון די וואך?
די מעשה פון א משפחה וואס האט זיך מגייר געווען... סליחה, כ'מיין צו זאגן געווארן פון גוים - נ-נח'ס.
כ'מיין מ'קען מאכן א FIND און REPLACE און דאס ליינען דעם פארקערטען וועג... ווי ער איז געווען א בחור אין ישיבה, געפרעגט קשיות, מגי"ש געווארן ברוגז... וכו'

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 10:42 am
דורך קאווע טרינקער
איך ווייס נישט פארוואס איך קויף נאך דעם "עמי", סתם זיך צו רעגן?

ער האלט זיך פאר די גרעסטע תלמיד פון בריסק (ר' דוד) אבער ווען ער זיכט וואס צו שרייבן איז ער מעתיק גאנצע שטיקער פון הרב יוסף דוב מבאסטען, און פירט אויס "כאטש וואס איך בין פון די אנדערע בריסק.. אבער מיט דעם זענען אונז מיט די זעלבע מיינונג..."..

העללאו? האסט געמאכט ליצנות פון ר' דוד סולאוויציק, מיט אים איינרעדען אז דו גייסט ברענגען זיין דעת תורה, איבער גיוס בני הישיבה, און איבערדרייען אמעריקא כמדורת אש....
שבועות האסטו ליצנות געמאכט פון די סנהדרין הגדולה, ר' נסים קארעליץ ובית דינו, און זיי איינגערעדט אז דו ביסט א שליח פון יהדות החרדית אין אמעריקא, און דו דארפסט זייער עצות וויאזוי צו טוישען די בית-דין סיסטעם אין אמעריקא...
ווער איז נעקסט?

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 1:10 pm
דורך שמעקעדיג
איך ווייס טאקע נישט פארוואס דו קויפסט עס? אזא מישמאש מאגאזין וועלכע פרובירט צו קעיטערן פון די מ'כלומר'שטע סמעטענע חסיד'ישע אידן ביז די גאר מאדערנע איז דאך לא יאומן אז עס זאל זיין דארטן אן ארטיקל שווה לכל נפש.

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 6:10 pm
דורך לעיקוואד
אין די עמי מאגאזין פון שבועות איז געווען אן ארטיקל פון יוטא האלבערשטאם וועגן דעם וואס א פרומער זשורנאליסט קען נישט זאגען דער אמת, באריכות באשריבען, און איך טראכט נאר צו זיך אזוי ליינענדיג צווישען די קרעפל און די פשעטל, ווער ארבעט דא אויף וועמען?

(מהאט שוין גערעדט וועגן דעם בשטיבלתנו הקדושה? איך האב געקלערט צו שרייבען וועגן דעם דעמאלטס אבער איך האב געזאגט אוודאי וועלן שוין די אריות שבחבורה מאכן צימעס פון דעם. כך הווה? )

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 6:42 pm
דורך קאווע טרינקער
דו רעדטס פון די באהאלטענע גר, א נאצי?
כ'דענק נישט מ'זאל רעדן דערפון, אדברה, קריינא פרוונקא.. לעיקוואד ביסט מכובד.

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 6:46 pm
דורך לעיקוואד
יא, יענער ארטיקל. איך האב שוין נישט דער מאגאזין פאר מיר. מדארף איינער וואס האט עס נאך זאל ארומרעדן.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 6:31 pm
דורך געפילטע פיש
סאמהאו איז twerking אנגעקומען אין די עמי, דאס איז א קארטון אין די סוכות אויסגאבע.

בילד

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 9:54 pm
דורך רויטע וואנצעס
כאכאכא דעיס איז פאני!!!
איך האב נישט קיין טענות, ער האט נישט געהערט פון די מיילי סיירעס סומאטכע. ער איז צו ביזי מיט אידישע קרעפ צו וויסן פון די גויעשע.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 9:56 pm
דורך געפילטע פיש
יא, אבער אן עדיטאר אדער רעדאקטאר לאזט נישט דורך א ווארט וואס ער פארשטייט נישט. כ'טראכט נאר אז אפשר אפשר איז עס בכוונה... בבחינת ווער ס'פארשטייט פארשטייט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 10:56 pm
דורך ודי למבין
די באשרייבונג איבער די ווייטאגליכע נושא פון סקולס איז זייער פארפיריש. בעיקר איהטערוויארט ער "עסקנים" וואס ]ארשטייט זיך אלע פה אחד זאגן אז מקען גארנישט טון און וואס מקען האט מען שוין געטון. איך מיין ער האט נישט קיין איין אינטעוויא מיט עלטערין פון א קינד וואס האט נישט קיין מוסד.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 10:34 am
דורך אפשר
די "בטעות'דיגע" עדווערטייזמענט באשטעטיגט אביסל דאס
ami magazine are they hidden heretics?

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 5:25 pm
דורך [NAMELESS]
איך ווייס נישט ווי די ריכטיגע אשכול פאר די בקשה איז, אבער איך דארף זייער וויכטיג א טובה, ווער עס וויל מיר העלפן, ווער עס קען מיר סקענען אדער פאטאגראפירן די ארטיקל פונעם עמי מאגאזין אויף די ניינטע אני מאמין,
ישר כח,
(מען קען שיקןאין אישי)

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 2:55 pm
דורך לית דין בר נש
איך זעה אין די פסח אויסגאבע אז זיי האבן באקומען א נייע שרייבער ויקרא שמו בישראל יואל אשר לאבין

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 3:01 pm
דורך אחד העם
ווען איז די ארטיקל געווען?

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 3:03 pm
דורך לית דין בר נש
וואס הייסט ווען איז דער ארטיקל גיוועהן?
אין די היינטיגע עמי שרייבט יואל אשר א לאנגע ארטיקל אויף פאריז ער טרעפט זיך מיט די רבנים דוירט וכו' נאר געליינט דערווייל אויבערפלעכליך