מוסדות, דורות, און סתירות
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 4:46 pm
עס איז געווען אמאל א צייט ווען די היימישע מוסדות האבן זיך געמוטשעט מיט א מאנגל אין קינדער. דער מאנגל האט זיך גענומען דערפון, וואס רוב אידישע עלטערן האבן נישט געוואלט שיקן זייערע קינדער אין א היימישן מוסד. די חרדישע מוסדות האבן דערפאר אנגענומען יעדעס קינד. די איינציגע זאך אין וואס זיי האבן זיך גענויטיגט איז געווען די הסכמה פון די עלטערן. איינמאל עלטערן האבן מסכים געווען, האבן די מוסדות דאס קינד אנגענומען (אייגנטליך, געכאפט מיט ביידע הענט).
זענען דורכגעגאנגען יארן און תקופות, און די חרדישע קרייזן זענען זיך צעוואקסן, און מיט זיי – די מוסדות. זענען אויפגעקומען נייע מוסדות און בתי חינוך, וואס האבן אויפגעצויגן פרישע דורות פון חרדישע אידן. אינעם גייסט פון זייער חינוך, האבן די נייע דורות – שוין באופן לכתחילה – געשיקט זייערע קינדער אין די זעלבע חרדישע מוסדות וואס האבן זיי אליין אויפגעצויגן.
אבער ביי דער שטופע איז אריינגעטראטן א שינוי אין דעם געלויף פון געשעענישן. אנשטאט פארזעצן די מסורה, אננעמען קינדער וועמענס עלטערן ווילן ממשיך זיין וואס מען האט זיי געלערנט, האבן די חרדישע מוסדות אנגעהויבן אפווארפן און ארויסווארפן די דאזיגע קינדער. אינעם אנהייב, האבן מוסדות אפגעזאגט קינדער מיט "גוטע" אויסריידן. שפעטער איז שוין די מינדסטע נארישקייט געווארן גענוג סיבה אויף וועמענס סמך נישט אנצונעמען די קינדער. צוביסלעך איז עס דערגאנגען צו א מצב, אז די מוסדות האבן איבערגעדרייט דעם פסוק מיט'ן קאפ אראפ: אננעמען נאר "גוטע" קינדער, צי קינדער פון "גוטע" שטיבער. (און אין "גוט" אין דעם קאנטעקסט איז אריינגערעכנט "געלט".)
היינט שטייט דער מצב אזוי, אז גראד אזוי, לכתחילה, נעמט מען נישט אן. אויף די עלטערן ליגט אן אחריות אויפצוקומען מיט א גענוגנדער סיבה פארוואס דאס קינד זאל יא אנגענומען ווערן. איינמאל די סיבה איז דא, ווערט פריי דער וועג פאר די עלטערן אנצוהייבן מיט דעם איינשרייבונגס-פראצעדור (וואס באשטייט אין גרויסן טייל פון זיך משפיל און מבזה זיין פאר, און מלקק זיין דעם חלק אחוריים פון עטליכע ביטערע מענטשן מיט שלעכטע מידות).
מיט קהילה-מוסדות איז דער מצב דערווייל נאך אביסל לייכטער. דארט האלט עס נאך ביי דער צווייטער שטופע, דהיינו, די קינדער וועלן אנגענומען ווערן, אזוי לאנג ווי זיי און אלעס זיי ארום שיינט און גלאנצט ווי עס פאסט, לתפארת המוסד והמייסד. איינמאל עפעס טויג נישט (און "עפעס" מיינט בדרך כלל עפעס וואס האט ווייניג שייכות און אפעקטירט כמעט, אדער בכלל נישט דעם קינד און דעם חינוך), בלייבן די קינדער אויפ'ן וואסער. ("איך פארשטיי דיר זייער גוט. וואס זאל איך אבער טאן אז ס'איז ממש נישטא קיין פלאץ? הלוואי כ'וואלט געקענט עפעס טאן...") אבער אפילו מיט די קהילה-מוסדות ווערט דער מצב אלץ ערגער און ביטערער.
שטעלט זיך א קשיא. די דאזיגע עלטערן שיקן זייערע קינדער צו דעם זעלבן (אדער זעלבן סוג) מוסד וועלכער האט אים אויפגעצויגן, ווייל ער האלט זיך געטריי צו וואס מען האט אים געלערנט. דערפאר וויל איך דאך אז זיין קינד זאל ווייטער נתחנך ווערן מער-ווייניגער אויפ'ן זעלבן אופן. קומט אים דערפאר א שטויס? דער גאנצער חטא פון די עלטערן איז דאס, אז זיי טוען וואס דער זעלבער מוסד האט זיי מחנך געווען צו טאן. פארוואס שטויסט איר זיי אוועק?
די אפגעזאגטע און ארויסגעווארפענע עלטערן און קינדער שטייען בדרך כלל אויף א סך העכערער מדריגה אין פרומקייט און אידישקייט ווי די, וועמענס קינדער די זעלבע מוסדות האבן פאר דריי דורות צוריק געכאפט מיט ביידע הענט. די וואס שטייען אויף דער זעלבער מדריגה ווי יענע אמאל, שיקן אין אלגעמיין אין מער ליבעראלע, פלוראליסטישע בתי חינוך ווי די טיפיש-חרדישע. גייט איר, און שטופט אוועק דווקא די, וואס טוען דאס וואס איר האט זיי מחנך געווען צו טאן? ס'איז נישט אומ'שכל און אויך נישט סתם היפאקריטסווע: דאס וואלט געווען א חידוש אפילו אין א סדומ'ישן געריכטזאל.
די צאל אזעלכע אפגעזאגטע און אפגעווארפענע קינדער באטרעפט שוין א סכום גענוג גרויס, צו קענען אנפילן א גרויסן מוסד. די דאזיגע קינדער און עלטערן זענען נאר נישט געהעריג ארגאניזירט, ווייל דער פראצעס פון וויינען, זיך בעטן, און די בושות און בזיונות וואס זיי כאפן אריין אויפ'ן וועג ווי א צוגאב דערשלאגט און צעקלאפט זיי, און נעמט אוועק דעם מוט צו טאן סיי וואס. אבער אזא מצב קען נישט און וועט נישט אנהאלטן פאר נאך צו לאנג. וואס עס וועט געשען, וויאזוי די ווייטאג וועט זיך אויסדריקן, ווייס איך נישט. איך ווייס אבער יא, אז ווען עס וועט קומען, וועט עס נישט קומען שטיל, אין הינטערגרונט, אויף א קליינעם פארנעם, נאר עס וועט זיין גרויסארטיג, אויף א שיין-באלעבאטישן פארנעם, און וועט הילכיג אויספראסקן די אומפארשעמטע פרצופים פון די מושחתים און אויסווארפן וואס האבן פארכאפט דאס בעלות אויף אונזערע קינדער און זייער עתיד.