בלאט 3 פון 7
נשלח: מוצ"ש פעברואר 02, 2013 9:25 pm
דורך יאיר
די אור אלטע שטאט אין מאלי, טימבאקטו, איז
ענדליך באפרייט געווארן פון די איסלאמישע מיליטאנטן וועלכע האבן אינוואדירט מאלי מיט בערך א יאר צוריק און אראפגעווארפן די דעמאקראטישע רעגירונג, ביז לעצטנס ווען אייראפעאישע לענדער האבן זיך אריינגעמישט און געארבעט זיי צו פארטרייבן. דער שאדן וואס איז שוין אפגעטון געווארן צו די היסטארישע שטאט טימבאקטו איז שוין אפגעטון געווארן. טימבאקטו איז געווען א גרויסע האנדלס צענטער ביים גרעניץ פון דעם סאהארא מדבר, און עס איז געווען א וויכטיגע פונקט אין די גאלד מסחר פאר לאנגע יארן. עס האבן דארט געוואוינט רעליגיעזע מוסלעמענער וועלכע זענען אויך געווען געלערנט און האבן געבויט מעטשעטן און פארהייליגט די קברים פון זייערע גייסטליכע. ביי די איסלאמישע עקסטרעמיסטן וואס האבן יעצט פארכאפט מאלי איז דאס עבודה זרה, און זיי האבן
חרוב געמאכט פיל פון די אור אלטע קברים, און זיי האבן אויך פארברענט אסאך היסטארישע מאנוסקריפטן, און די איינוואוינער פון טימבאקטו זענען אין גרויס צער דערפון.
איך בין נייגעריג אויב עס זענען געווען ענליכע באריכטן אין די צייטונגען פון אור אלטע כנען נאכדעם וואס די אידן זענען אריינגעקומען און צובראכן אלע זייערע פארהייליגטע פלעצער. דאס קען זייער שטארק צוברעכן א פאלק ווען זייערע אלטע אייקאנס און איבערבלייבענישן ווערן חרוב, און די אור אלטע אימפעריעס פון גריכנלאנד און רוים פלעגן דאס כסדר טון פאר די שטעט וואס זיי האבן איינגענומען. ביי אונז זעט דאס אפשר אויס ווי א נארישקייט, אבער מיר זענען גארנישט אנדערש. פרובירט אייך צו דערמאנען די פראטעסטן ווען מען האט געוואלט טשעפען די קברים פון אביי ורבא, דערנאך שטעלט אייך פאר ווען מען זאל חרוב מאכן דעם ציון אין קרית יואל, להבדיל אלף הבדלות.
אגב, אין סיריע זענען אויך דא היסטארישע סייטס וואס זענען
אין געפאר פון חרוב ווערן צוליב די קריגס צושטאנד, בעיקר אין די אלט שטאט אלעפא וואס איז די לענגסטע באוואוינטע שטאט אין די וועלט. דארט האט מען אפאר יאר צוריק אנטדעקט אן אור אלטע ריזיגע טעמפל פאר דעם שטורעם גאט, און עס איז אין געפאר פון געשעדיגט ווערן. אידן, זייט מתפלל!
א ריזיגע מעטשעט פון פיר הונדערט יאר צוריק, געבויט פון ליים, וואס איז אויך געווען א אוניווערזיטעט
אינווייניג איינע פון די מעטשעטן אין טימבאקטו
ראדיקאלע איסלאמער מיליטאנטן מאכן א חרוב א פארהייליגטער קבר.
די פינף טויזנט יעריגע טעמפל אין אלעפא, מערקט די אויסשניצונגען אונטן.
נשלח: מוצ"ש פעברואר 02, 2013 11:44 pm
דורך [NAMELESS]
אין אפגאניסטאן האבן די טאליבאן אויך עפעס חרוב געמאכט גרויסע געטשקעס פון די באדיסטן, ניין?
נשלח: מוצ"ש פעברואר 02, 2013 11:55 pm
דורך יאיר
יא, צוליב די זעלבע סיבה. יעצט האב איך
געליינט אז זיי האבן אויך חרוב געמאכט א געוויסע טויער אין מאלי וואס האט זיך אנגעבליך געדארפט עפענען ווען די וועלט ענדיגט זיך, און אז געוויסע ראדיקאלע מוסלעמענער ווילן אויך חרוב מאכן די פיראמידן. ווי לאנג מען רעדט פון געטשקעס גייט מיר עס גאנץ ווייניג אן, אבער אויף די פיראמידן וועל איך דאס שוין נישט פארשווייגן.
נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 11:42 am
דורך יידל
רעדנדיג פון היסטארישע בנינים וועלכע מ'וויל חרוב מאכן, ליין איך די וואך אין "די צייטונג" אז די ראשי קהילה פונעם בארימטען שול אין איסט סייד אויף נארפאלק וויל אראפווארפן די שול און האט געבעטן די שטאט אראפצונעמען די לענדמארק סטאטוס וועלכע פארבאט דאס אראפווארפן. אידן זייטס מתפלל!
נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 11:55 pm
דורך גוטע פינטעלך
יידל מתפלל זיין אויף וואס?
נישט איינווארפען אדער יא?
אפשר איז בעסער פאר יענע געגנט a sleek נייע מאדערנע שוהל, + די ראשי הקהלה וועלען האבען א שטיקל הכנסה אנצוגיין מיט די עבודת הקודש.
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 5:03 am
דורך ונבנתה העיר
מארגן וועט מען וויסן אויב א קאפ, געלעכערט דורך א פייל, וואס מען האט געפונען אונטער א פארקינג לאט אין ענגלאנד באלאנגט צו
קעניג ריטשארד דער דריטער.
ריטשארד דער דריטער האט געקעניגט מיט מיט איבער 500 יאהר צוריק, פאר צוויי יאהר בס"ה 1483-1485, ער איז גע'הרג'עט געווארן אין קריג, די מעשה גייט אז נאכן ווערן אראפגעווארפן פונעם פערד האט ער אויסגעשריגן: A horse, a horse, my kingdom for a horse.
שעיקספיער האט פארפאסט א
פלעי אויף זיין געשיכטע.
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 5:15 am
דורך טאמבל סאס
וויאזוי גייט מען אויסגעפונען צו ס'האט באלאנגט צו אים?
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:50 am
דורך שמעקעדיג
אין אנדערע ווערטער, פונקט ווי היינטיגע צייטן אין מקוה.
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 3:21 pm
דורך איך אויך
וועלקאם בעק טאמבי.
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 3:43 pm
דורך ונבנתה העיר
טאמבל סאס האט געשריבן:וויאזוי גייט מען אויסגעפונען צו ס'האט באלאנגט צו אים?
פונקט ווי אזוי ווייסיך נישט, אבער כ'זעה אז איינע פון די ראיות איז אז זיין Dna שטימט מיט די פון זיין שוועסטער'ס א לעבעדיגע קרוב.
פתחה של גיהנום אין גריכישע מיטאלאגיע
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 5:50 pm
דורך יאיר
מען האט
אנטדעקט אן אור אלטע קוואל און א טעמפל אין טערקיי וואס האט דעמאלט באלאנגט פאר גריכנלאנד, וואס לויט ווי מען טרעפט אין היסטארישע מקורות פון יענע צייט האט מען געגלייבט אז דארט איז דער עפענונג פאר די אונטערוועלט און אלע שדים און רוחות. דאס איז צוליב דעם וואס עס הערשט דארט א פארפעסטעטע לופט פול מיט קארבאן דיאקסייד, וואס אויב א פייגל פליט דורך פאלט זי אראפ א טויטע, און ווען א מענטש איז דארט קען דאס צוברענגען זיין מוח זאל ווערן פארדעמפט און ער זאל אנהייבן דמיונ'ען פארשידענע דמיונות. עס איז געווען א רעליגיעזע אקט צו קומען פון איבעראל און אריינברענגען א פייגל אדער אן אנדערע קליין חיה און עס איז געשטארבן, אויך האבן מענטשן געשלאפן דארט און זיי האבן געזען 'נביאות' (דמיונות) אלס רעזולטאט פון די שווערע לופט.
א פייגל וואס האט נישט געהאט די שכל אויסצומיידן דעם פתחה של גיהנום בשעת די ארכעאלאגן האבן עס אויסגעגראבן
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 6:01 pm
דורך יאיר
אן
אנטדעקטע אויפגעשניטענע קערפער פון 1200 bc ווייזט אויף אז דער מיטלאלטער איז גארנישט געווען אזוי צוריקגעבליבן ווי מען האט געמיינט.
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 10:05 am
דורך אביגדור
זעה דא.
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 10:53 am
דורך זר זהב
מהאט עפעס געטראפן אין אור כשדים אין אברהם אבינו'ס הויז
http://hosted.ap.org/dynamic/stories/M/ ... TE=DEFAULT
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 12:01 pm
דורך יאיר
דאס איז די מזבח אויף
הר עיבל. אדם זרטל האט אנטדעקט דעם וואונדערליכן געפינס, א גרויסער מזבח, געמאכט פון אומאויסגעהאקטע שטיינער, און א רעמפ ארויפצוגיין, גענוי ווי עס שטייט אין די תורה. זרטל האט געטראפן נאך א קליין רינדעכיגע מזבח אונטער דעם, וואס איז דאטירט ממש צום דאטום פון יציאת מצרים, און די אויבערשטע גרויסע מזבח איז דאטירט צו א פופציג יאר שפעטער. עס איז מסתבר אז יהושע האט געבויט דעם אונטערשטן קליין זמבח ביים אריינקומען אין ארץ ישראל, און זינט דעמאלט איז דאס געווארן א פארהייליגטע פלאץ, און מען האט עווענטועל געבויט דעם גרויסן מזבח דערויף.
א בילד פון דעם גרויסן מזבח מיט די רעמפס ארויפצוגייןא צייכענונג ווי אזוי דער מזבח זעט אויס, און וואו די געוועזענע רינדעכיגע מזבח געפינט זיך
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 12:06 pm
דורך יאיר
עס שטייט נישט דארט אז ס'איז אברהם אבינו'ס הויז (אזא זאך איז כמעט אוממעגליך צו וויסן), עס שטייט נאר אז אור כשדים איז געווען די היים פון אברהם אבינו, וואו ער האט געוואוינט פאר'ן ארויפגיין קיין ארץ ישראל, און בערך אין יענע צייט איז געשטאנען דער סטרוקטור וואס מען האט יעצט געטראפן.
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 12:08 pm
דורך זר זהב
נו עלעבארעיט אביסל מער וואס מ'האט דארט געטראפן. אויף אן אנדערן סייט האביך געזען א בילד פונעם סטרוקטור.
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 11:44 am
דורך ברסלבער
יאיר האט געשריבן:עס שטייט נישט דארט אז ס'איז אברהם אבינו'ס הויז (אזא זאך איז כמעט אוממעגליך צו וויסן),
אברהם אבינו האט דאך נישט געהאט קיין הויז פון שטיינער נאר א געצעלט.
בכל אופן איז עס זייער אינטערעסאנט.
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 5:30 am
דורך יאיר
ברסלבער האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:עס שטייט נישט דארט אז ס'איז אברהם אבינו'ס הויז (אזא זאך איז כמעט אוממעגליך צו וויסן),
אברהם אבינו האט דאך נישט געהאט קיין הויז פון שטיינער נאר א געצעלט.
בכל אופן איז עס זייער אינטערעסאנט.
אזוי לאנג ווי אברהם אבינו האט געוואוינט אין אור כשדים האט ער מסתמא געוואוינט אין א ליימענע הויז, אזוי ווי
רוב איינוואוינער פון אור אלט מעסאפאטעמיע, וואו עס געפינט זיך ליים גאר בשפע. ווען ער איז געקומען קיין ארץ ישראל און האט זיך באזעצט אין באר שבע האט ער מעגליך יא געוואוינט אין א געצעלט, אזוי ווי פילע אנדערע פאסטוכער דארט וואס האבן נישט געוואוינט בקביעות אויף איין פלאץ.
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 5:38 am
דורך יאיר
פארגאנגענע וואך האט מען
אנטדעקט א מקוה אין ירושלים פון די צייטן פון צווייטן בית המקדש. אנדערש ווי אנדערע אור אלטע מקואות וואס מען האט שוין געטראפן וואס זענען היבש פרימיטיוו און האבן געזאמלט זייערע וואסער פון א דערנעבנדע אוצר פון רעגן וואסער, איז דער מקוה גאנץ פארגעשריטן, עס האט דריי אוצרות אויפ'ן דאך וואו עס רינט אריין רעגן וואסער, און פון די לעכער פונ'ם דאך ציט זיך רערן אריין אין די מקוה אז דאס וואסער זאל אריינרינען אינ'ם בור. ארכעאלאגן זאגן אז צוליב דעם וואס די געגנט איז זייער טרוקן האט זיך אויסגעפעלט א מער פארגעשריטענע סיסטעם צו היטן אויף יעדע משהו רעגן וואסער אז עס זאל אריינגיין אין די מקוה, און בו בזמן זאל עס זיין הונדערט פראצענט כשר.
די דריי אוצרות און די אריינגעקריצטע כמו רארן וואס פירן דאס וואסער צו די מקוה (פארקלענערט דעם פעידזש צו זען דעם דריטן אוצר)
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 2:13 am
דורך יאיר
צוויי גרויסע אנטדעקונגען זענען אנטפלעקט געווארן די לעצטע וואכן איבער מלכות בית דוד. מען האט אנטדעקט א געביידע אין א געגנט נעבן ירושלים, אין וואס איז לויט געוויסע ארכעאלאגן נישט עפעס אנדערש ווי דער פאלאץ פון דוד המלך וואו ער האט געוויילט בשעת ער האט באזוכט די דערנעבדיגע שטעט. דאס איז א שטארקע געווינס קעגן די וואס פרובירן צו מינימיזירן מלכות בית דוד. דער ארכעאלאג יוסי גארפינקעל איז שטארק ביי דער מיינונג אז דאס איז געווארן באנוצט דורך דוד אדער אנדערע מלכי בית דוד, וויבאלד עס האט אלע צייכנס פון א אידישע וואוינארט, נעמליך, מען געפינט נישט דארט קיין חזיר ביינער. און דאס מיינט לויט אים אז אונטער קעניג דוד איז מלכות בית יהודה צום ערשטן מאל געווארן צוזאמגענומען און פאראייניגט. אבער דער אויסגערופענער מינימאליסט ישראל פינקלשטיין טענה'ט אז עס האט גאנץ מעגליך באלאנגט צו פלשתים אדער כנענים אזוי לאנג ווי מ'האט נישט קלארע באווייזן פון מאנומענטן אדער אויפשריפטן.
די צווייטע היסטארישע געפינס איז א כלי חרס וואס האט אויף זיך אן אויפשריפט אין כתב עברי. דער יחוס דערפון איז אז עס איז דאטירט בערך צו 1000 bc וואס מאכט עס די סאמע עלטסטע אויפשריפט אין כתב עברי וואס מיר ווייסן ביז היינט. דאס איז א שטארקע באשטעטיגונג אז שוין דעמאלט האט מען געשריבן אין כתב עברי וואס מיינט אז לכה"פ פון דעמאלט איז שוין געווען די מעגליכקייט צו שרייבן און איבערגעבן די כתבי הקודש. דער מיינונג פון דעם כתב קען מען נישט דעשיפרירן, ווארשיינליך איז געשטאנען דער נאמען פון דעם בעל הבית אדער פון די תוכן פון דעם כלי.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 12:40 am
דורך ונבנתה העיר
די פידל וואס האט געשפילט בשעת די טיטאניק האט געזונקען
האט זיך פארקויפט פאר 1.46 מיליאן דאלער.
זי האט געהערט צו וואלעס הארטלי, דער מייסטער פונעם בענד אויף די שיף, ער און זיינע קאלעגעס זענען אלע דערטראנקען געווארן נאכ'ן אויסוועהלן צו שפילן פאר די רייזענדע וואס קריכן אריין אין רעטונג'ס שיפלעך ווי איידער זיך אליין צו ראטעווען, זיי זענען געווען אכט אינאיינעם [הגם מיר ווייסן נאר פון דריי...].
נאך צעהן טעג האט מען געטראפן וואלעס מיט זיין פידל אנגעבינדן אין איהם.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 9:44 am
דורך I'm back
ווער באקומט די געלט?
זענען דא יורשים, צו וואס?