בלאט 3 פון 3
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 8:40 pm
דורך לעיקוואד
איך דערמאן זיך א שמועס מיט א חבר מיינע פון מרכז הרב קרייזען, אויף די טענה אז הרב קוק איז געווען א בעל דמיון, זאגט ער מיר, איך הער, צוצומאכען די אויגען צו דער מציאות, נישט זעהן דער מציאות אז סדא ציונות, סדא א מדינה, סדא פרייע יודען, זיך מאכען כאילו אלץ וואס עקזעסטירט איז אפאר מיעוטא דמיעוטא אשר לא כרעו וכו' אין מאה שערים, דאס אלץ הייסט געטראכט גלייך, זיך גערעכנט מיט דער מציאות. ווידער א שיטה וואס קוקט גלייך אויך די מציאות, און פראבירט לפחות זיך צו רעכענען מיט דעם וואס די אלע זאכען זענען קיים, און זיי געבן א פתרון במסגרת המסורת, דאס הייסט ביי אייך דמיון..
דו"ק מינה ואוקים באתרין.
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 9:27 pm
דורך לומד
אויב נישט תניא וואס יא?
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 9:47 pm
דורך יאיר
היימישער ליטוואק האט געשריבן:ונבנתה העיר האט געשריבן:היימישער ליטוואק האט געשריבן:און איך מיין אז לערנען -->> אסאך <<-- ספר התניא מאכט יא משוגע. עס איז טאקע גבויט אויף שכל, אבער רעדט פיל העכר פון וואס 99% מענטשן פארשטייען.
עס זעהט אויס אז דו האסט קיינמאל נישט געלערנט דעם חלק תניא הנקרא 'ספר של בינונים'.
איך האב יא.
ביטע זאג מיר וויפיל מענטשן פארשטייען, וואס דאס מיינט קליפות, קליפת נוגה חלל ימין ושמאל, נה"ב און נה"א. אוודאי מ'קען נאכזאגן און זיך אריינשאקלען. אבער פארשטיין אזוי ווי מ'פארשטייט א שטיקל גמרא ושו"ע, אדער ווי א שטיקל מחשבה פון א ספר מוסר או השקפה? לגמרי נישט.
און לגבי צו מען האלט דערביי, זאגט נאר, איר ווייסט אז לפי דעם תניא איז א לעפל אייז קריעם גאר גאר פראבלעמאטיש?
און לאמיר שוין נישט רעדן פון דעם וואס לויט'ן תניא זענען מיר אלע רשעים. דער געהויבענער ונגערמאן וואס פרובירט נישט צו ווערן נכשל מיט ראיות אסורות ביים אהיימגיין פון כולל אבער ער ווייסט אז דא און דארט פאלט ער דורך, פאר אים האט מען פארגינען דעם שיינעם טיטל פון רשע וטוב לו.
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 8:32 am
דורך איחוד פעלד
לעמאן דזשוס האט געשריבן:איחוד פעלד האט געשריבן:רעד איך מיט א חבדניק, זאגט ער אז דברי יואל מאכט מער משוגע ווי תניא, והאראיה קוק אויף סאטמאר.
זאגט ער ווייטער אויף תניא לוינט זיך כאטש משוגע צו ווערן, אבער אויף דברי יואל איז ער דאךך סתם א נאר...
מילא די ערשטע פאראגראף, שוין, אזויווי שמעקעדיג זאגט שוין
אבער, דיין צווייטע פאראגראף איז סתם געשאסן א דומ׳ע סטעיטמענט אדער מיינט עס עפעס טיפער?
עס מיינט אז תניא איז א טיף מורא'דיגער ספר וואס אפילו מען ווערט משוגע לוינט זיך עס כאטש, לעומת דברי יואל וואס איז סתם אביסל דרוש, און מאכט דיך פאר שונא ישראל אהן קיין שום בענעפיטן.
יאיר,
זעהט אויס האסט נאר געלערנט די פתיחה, לערן אביסל ווייטער ווי ער איז מסביר תשובה ידיעה בחירה וועסטו אויסגעפינען עפעס אנדערש.
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 9:33 am
דורך [NAMELESS]
לעיקוואד האט געשריבן:איך דערמאן זיך א שמועס מיט א חבר מיינע פון מרכז הרב קרייזען, אויף די טענה אז הרב קוק איז געווען א בעל דמיון, זאגט ער מיר, איך הער, צוצומאכען די אויגען צו דער מציאות, נישט זעהן דער מציאות אז סדא ציונות, סדא א מדינה, סדא פרייע יודען, זיך מאכען כאילו אלץ וואס עקזעסטירט איז אפאר מיעוטא דמיעוטא אשר לא כרעו וכו' אין מאה שערים, דאס אלץ הייסט געטראכט גלייך, זיך גערעכנט מיט דער מציאות. ווידער א שיטה וואס קוקט גלייך אויך די מציאות, און פראבירט לפחות זיך צו רעכענען מיט דעם וואס די אלע זאכען זענען קיים, און זיי געבן א פתרון במסגרת המסורת, דאס הייסט ביי אייך דמיון..
דו"ק מינה ואוקים באתרין.
אלעס פיין און וואויל, אבער דער סאטמארע רבי האט געלעבט מיט די מציאות ווען ער האט געטראכט אויפצושטעלען פרישע דורות מיט זיין מהלך, הרב קוק האט געלעבט אין א דמיון אז מיט זיין מהלך קען מען זיין עהרליך און פרום. קיק ווי אזוי מזרחי'סטען קוקן אויס היינט.....
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 12:01 pm
דורך שמעקעדיג
ראשעקאל, כאטש איך זוך נישט מחלק צו זיין אויף דיינע ווערטער, האט מען שוין אויסגעשמועסט אז הרב קוק איז אומריכטיג בא'טיטל'ט געווארן אלס רב המזרחי.
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 11:49 pm
דורך געפילטע פיש
ראשעקאל האט געשריבן:קיק ווי אזוי מזרחי'סטען קוקן אויס היינט.....
ווי אזוי?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 10:34 am
דורך קאווע טרינקער
געפילטע פיש האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:קיק ווי אזוי מזרחי'סטען קוקן אויס היינט.....
ווי אזוי?
זיי גייען קאלירטע קאפלעך! חדש אסור מן התורה.
נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 4:12 am
דורך ונבנתה העיר
החסיד ר' מאניס פריעדמאן [אחי אברהם פריעד] שיחי'.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=AttUa-uK8NI[/youtube]
נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 11:14 am
דורך אויסדריקלעך
"על הגאולה ועל התמורה" מאכט משוגע?
viewtopic.php?f=24&t=3649