בלאט 3 פון 7

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 3:22 pm
דורך קופערניקוס
איך קען עפעס נישט לייקן, און אוי ווי שטארק עס ציהט מיר צו לייקן אזוינע טייערע אידן ווי קארל, יידל, ארכיוויסט, דולה ומשקה און אלע ידידים וואס עדיוקעיטן אונז אזוי שטארק
איך האב שוין אויסגעמעקט די קוקיס, יעצט פרעג איך דא וואס איז די קעש כסף מנלן? און וויאזוי מעג איך עס אויס?

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 3:26 pm
דורך שמואל הלוי
דארט ווי מ'מעקט די קיכעלעך איז דא עטליכע אפציעס, איינע פון די אפציעס איז Empty the cache, מאך א טשעק אויף דאס, און ליידיג עס אויס.

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 3:31 pm
דורך קופערניקוס
איך נוץ גוגל כראם, ווי מעק איך זייערע גלוסקא יפה?

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 3:33 pm
דורך שמואל הלוי
קופערניקוס האט געשריבן:איך האב שוין אויסגעמעקט די קוקיס, יעצט פרעג איך דא וואס איז די קעש כסף מנלן? און וויאזוי מעג איך עס אויס?

קופערניקוס האט געשריבן:איך נוץ גוגל כראם, ווי מעק איך זייערע גלוסקא יפה?

וויאזוי שטימט די ביידע תגובות?

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 3:34 pm
דורך שמואל הלוי
קופערניקוס האט געשריבן:איך נוץ גוגל כראם, ווי מעק איך זייערע גלוסקא יפה?

chrome://settings/clearBrowserData

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 3:38 pm
דורך שמואל הלוי
אה! איך זעה אז דו ביסט שוין א געהאלפענער ב"ה.

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 3:40 pm
דורך קופערניקוס
און כדי להגדיל הלייק ולהאדירה, און אלס הכרת הטוב פארן מיר ארויסהעלפן וועל איך דיר נאך, אזוי מעשה גביר, אהינווארפן אפאר טיפס. :like :D :) :( ;) :o :shock: :? :twisted: :evil: :cry: :oops: :P :x :lol: 8-) :geek: :mrgreen: :| :arrow: :idea: :idea: :?: :!: :roll: :ugeek: :like :like :like :D :D

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 5:23 pm
דורך חד גדיא
א גרויסן יישר כוח פאר די נייע פיטשער!!

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 5:53 pm
דורך שרגא
שמואל הלוי האט געשריבן:ר' שרגא האסט פרובירט צו פארמעקן די קעש פון די בראוזער?

איך האב אויך געהאט די פראבלעם ביזן פארמעקן.

אה, געטאן און עס ארבעט טאקע! א דאנק אייך. לייק.

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:22 pm
דורך הניק שלי
פארוואס ווען מען לייקט מוז עס אוועקפארן צו א צווייטע זאך און מיך זאגן אז איך האב געלייקט? פארוואס קען עס נישט געשן אין די בעגרעינד?

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 11:05 pm
דורך Java
הניק שלי האט געשריבן:פארוואס ווען מען לייקט מוז עס אוועקפארן צו א צווייטע זאך און מיך זאגן אז איך האב געלייקט? פארוואס קען עס נישט געשן אין די בעגרעינד?

איך האב דערווייל ערפילט אייער בקשה.

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: דינסטאג אפריל 03, 2012 11:11 am
דורך לאדיך אפ
Java האט געשריבן:
הניק שלי האט געשריבן:פארוואס ווען מען לייקט מוז עס אוועקפארן צו א צווייטע זאך און מיך זאגן אז איך האב געלייקט? פארוואס קען עס נישט געשן אין די בעגרעינד?

איך האב דערווייל ערפילט אייער בקשה.

איך מיין אז די הנהלה זאל שוין צוריק צוען דערפון ווייל טאקע הרב הניק שלי בכבודו ובעצמו לויפט ארום און לייקט סתם אבי הודעות און דער וועלט אריין (אזוי ווי איר קענט באשיינפערליך זען אין די "באגריסונגען אשכול"). די רידיירעקט פעידזש האט אים סתם אפגעהאלטן פון זיין גראפיטי קאמפיין, דערפאר איז ער געקומען ווי א מה יפית'ניק בעטן די הנהלה דאס צו מבטל זיין. ווען איך בין ווען די הנהלה בין איך מקיים דעם ואף אתה הקהה את שיניו און איך קאפע ארויס הרב הניק שלי.

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: דינסטאג אפריל 03, 2012 12:17 pm
דורך הניק שלי
לייק!

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: דינסטאג אפריל 03, 2012 12:19 pm
דורך הניק שלי
פארוואס האבך נאךניש באקומען קיין לייקס?

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: דינסטאג אפריל 03, 2012 12:24 pm
דורך הניק שלי
פארוואס איז נישטא קיין באטען צו קענען לייקן אלע תגובות אויף אמאל? איך האב ליב אלעס דא אין די היימישע קאווע שטיבל פון אייוועלט דאט קאם איבערדעם וויך איך אלעס לייקן!!!

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: דינסטאג אפריל 03, 2012 12:26 pm
דורך הניק שלי
באלד גיי איך זעהן אויב ממעקט און מצענזירט דא

דעס האב איך באקומן פון JAVA אין PM נעכטן

איך האב ערפילט אייער בקשה אבער איך האב געשריבן "דערווייל", ווייל אויב עס וועט זיך ארויסשטעלן אז איר האט עס געבעטן ווייל איר ווילט ארום לויפן און לייקן רעכטס און לינקס אזוי א א לייק זאל פארלירן איר ווערט, וועלן מיר עס מוזן צוריקטוישן, אדער זיין געצווינגען אוועקצונעמען אייערע לייק רעכטען.

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 12:52 am
דורך לאדיך אפ
חברה, איינער עפעס א ניק פון אפאר טאג אלט האט געבעטן א לייק קנעפל. די גבאים האבן געארבייט שווער און... יאללא, הנה, אט איז די לייק קנעפל. די ערשטע פאר טעג, דער עולם לייקט אין גרויסן יעדע נארישע תגובה'לה. ס'גייט דורך א וואך... און צוביסלעך צוביסלעך הערט דער עולם אויף צו לייקן... טייערע פריינט, טוטס א טובה! איר קענט מקיים זיין מצוות חסד במלוא מובן המילה! איר האט הנאה געהאט? נו שטרענגט אייך אן א קליין ביסל און געטס א קליינע קוועטש מיטן מויזל אויף'ן טאמבס אפ!! דא viewtopic.php?f=10&p=6715#p6715 האט ר' משה געציל געשריבן אן אייזערנעם הודעה, ס'קומט זיך אים לכה"פ צען לייקס!! נו, וואס שלאפט מען? וויפיל קאסט דען א לייק?

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 9:43 pm
דורך ידען
איך קוק מיך אים און זע אז סע דא אידן וואס קוןעטשן ארויס א לייק גרינגערההיט, און אנדערע וואס זייער בייטל איז אנגעפילט מיט לייקס אן קיין שיעור און פון אלע קאלירן, האב איך ביי מיר אפגעמאכט אז א ניק וואס קארגט מיט געבן לייקס פאר אנדערע איס נישט ווערד צו באקומען א לייק פון מיר.

און מיט די קבלה טובה וועלן מיר ווייטער אנגיין

און איך מיין ניש מיר, איך פארנעם אודאי א לייק דא און דארט, באט איך קוק אויפן קנעפל ״וויפיל לייקס געגעבן״

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 11:16 pm
דורך נטורי קרתא עסקן
איך זעה יעצטערט אז ס'איז דא אזא זאך ווי די ליי"ק.... איך וויל דאס נישט האבען!!!!
איך וויל דא בעטען די וואס פירן דא אהן אז מ'זאל עס אוועקנעמען פין מיר. איך וויל נישט אז מ'זאל מיך קענען געבן די זאכן!! ווייל איך וויל מיט דעם אויסדריקען אז ביי אונז דארף מען נישט ליב האבן וואס אונז טוען!! און וואס מיר זאגען!!

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 11:18 pm
דורך יידל
נטורי קרתא עסקן האט געשריבן:איך זעה יעצטערט אז ס'איז דא אזא זאך ווי די ליי"ק.... איך וויל דאס נישט האבען!!!!
איך וויל דא בעטען די וואס פירן דא אהן אז מ'זאל עס אוועקנעמען פין מיר. איך וויל נישט אז מ'זאל מיך קענען געבן די זאכן!! ווייל איך וויל מיט דעם אויסדריקען אז ביי אונז דארף מען נישט ליב האבן וואס אונז טוען!! און וואס מיר זאגען!!

אין אמת'ן אריין זאגסטו גוט :גוווט: אבער איך מיין אז די הנהלה גייט דיך זאגן ביי :ביי האסט מיך געמאכט :לאךהויך: אבער די ענטפער צו דיין בקשה איז :ניין:

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 11:20 pm
דורך זר זהב
כדי בזיון וקצף האבעכעם געלייקט!!

נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 1:11 pm
דורך charvonu
אינטרעסאנטע בייפאל. ערשטע אידישע סייט צו האבן די like button. געוואלדיג!

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 1:54 pm
דורך משולם שטיינפעלד
charvonu האט געשריבן:אינטרעסאנטע בייפאל. ערשטע אידישע סייט צו האבן די like button. געוואלדיג!

מיינסט אוודאי ערשטע אידיש רעדענדע סייט.
פרוג איז אויך א אידישע סייט, און עס האט שוין די לייק אפציע עטליכע יאר.