איך אויך האט געשריבן:קוק ,ער מוז נישט אויסזעהן ווי איין תגובה העכער דיר וואס האט 718 געגעבענע און באקומענע לייקס בדיוק.
וואס ווילסטו? עשר בשביל שתעשר... היות עס מאכט דיר אזוי נערוועז האביך דיר געגעבן איינס, צופרידן?
איך אויך האט געשריבן:קוק ,ער מוז נישט אויסזעהן ווי איין תגובה העכער דיר וואס האט 718 געגעבענע און באקומענע לייקס בדיוק.
איך אויך האט געשריבן:למען לא להפר את האיזון העדין החזרתי את הלייק למקומו.
שמעקעדיג האט געשריבן:קופערניקוס, ביסט נאך פון אלטן דור??
נישט געוואוסט דו פארמאגסט נאך א טאשטיכל
אויס מענטש האט געשריבן:ניקס-קופער
גין גאלד
יאיר האט געשריבן:דער קופערניקוס האט אריינבאקומען אן אוצר פון לייקס און ער הערט נישט אויף לייקן יעדנ'ס דברי חכמה, מען וועט דיר נאך באלד צונעמען דעם לייק קנעפל, קופערניקוס, כמו שאירע לאותו ניק שלא חדל ללייק!
יאיר האט געשריבן:אין אנדערע נייעס קומט א באריכט אז עס יאווען זיך שוין א פרישער גענעראציע פון דעה זאגער אויף די סומאטאכע, די נייע קאמענטירער וועלכע האבן נאך נישט טועם געווען דעם זיסן טעם פון איבערגעקייטע קארטאפל שאלאכטס כאפן זיך יעצט צו דערצו ווי א געבראטנס. פאליציי שאצן אז אויב דער ראטע וועט אנהאלטן אזוי ווי ביז איצט מיט פרישע ניקים נאך יעדע צענדליג בלאט, דאן וועט זיך דער סומאטאכע קיינמאל נישט ענדיגן - לכל הפחות אזוי לאנג ווי די אור אייניקלעך פון וועבערמאן און קרויס וועלן נאך זיין ביים לעבן.
בן תמליון האט געשריבן:בין איך שפעט צום טיש ברם זכור אותו האיש. וויל איך צולייגן מיינע צוויי גראשן יחולו על ראש החכם המופלא קופערניקעס. איך שלאג פאר מיר חברים זאלן איהם מכתיר זיין מיט זיין נשיא הכבוד דא אין שטיבל.
קופערניקוס האט געשריבן:נאך זייענדיג אונטער גרויס התרגשות, אן איש פשוט וואס האט באקומען אן אוצר כבוד מיט איינמאל, איך שפיר ווי דעם עני וואס האט געווינען די לאטערי, אדער ווי דעם היימלאזער וואס האט באקומען די שטיוול, מוז איך אלזא ארויסווייזן הכרת הטוב און ענטפערן צו די אלע וואס האבן דא מיר מגיב געווען:
בנימין פרענקל האט מיר באטיטולט אלס "נחושת לא". און בדרכו גייט:אויס מענטש האט געשריבן:ניקס-קופער
גין גאלד
אבער ווי האט נאר וואלאדימיר טשערטשיל געזאגט "רעד גוט, רעד שלעכטס, זאג מיין נאמען ריכטיג" (לא לעשות רצון רשע עכו"ם, עיקמתי בדווקא את שמו, להכעיס)
אלזא, דא האב איך אמאל מבהיר געווען מיין נאמען:
דורך קופערניקוס » דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 2:37 pm
איך אויך האט געשריבן:
אלס אייניקעל פון א חבר פונעם ב"ח [בן חורג ,בעל חוב] וויל איך וויסען וואס מיינסטו מיט דיין ניק
קופערניקוס, א ניק געמאכט פון קופער?
קופערניקוס, קויפער ניקס, א ניק סוחר?
קוהפערניקוס, א ניק פון א קוה?
קופערניקוסקופערניקוס
איז געווען א טייערע מענטש, א גרויסער וויסנשאפטלער, און היות אז עס איז נישטא קיין שום מוסד עטרת ניקאלאס, אדער א קליין בעיסמענט ביהמ"ד זכר קופערניקוס, האב איך געזאגט צו מיר החלש יאמר גבור אני, און לאמיר מאכן א שם ושארית לאותו חכם וגדול, און מקדיש זיין א ניק אין קאווע שטיבל למען יעמוד ימים רבים ולמען ידע דור אחרון.
און בדרך אגב, איך בין נישט קיין אייניקל, און נישט קיין שטיקל אייניקל פון דעם גוי טמא, חלילה, נאר א מעריץ פון זיין חכמה און זיין מחדש זיין און אויפדעקן אסאך יסודות אין אסטראנאמיע און אין אנדערע חכמות חיצוניות.
יעצט מה שנוגע מיינע לייקס:יאיר האט געשריבן:דער קופערניקוס האט אריינבאקומען אן אוצר פון לייקס און ער הערט נישט אויף לייקן יעדנ'ס דברי חכמה, מען וועט דיר נאך באלד צונעמען דעם לייק קנעפל, קופערניקוס, כמו שאירע לאותו ניק שלא חדל ללייק!
איך דרוק אויס הנאה אז מען געט מיר לייקס, נישט ווייל איך האב חלילה ליב כבוד, מי אנכי צו ליב האבן כבוד, אנכי איפר ודיפר, נארוואס, איך האלט אז איינער וואס לייקט מיר מוז זיין זעער א קלוגער און באזעסענער מענטש, אנדערש קען איך גאר נישט טראכטן.
יאיר האט געשריבן:יתרו, א שיינעם דאנק, אבער מיר גלוסט זיך ענדערש די פוליצער פרייז, דער אויסגעוועפטער נשיא הכבוד טיטל לאז איך גערן פאר קופערניקוס.
אויס מענטש האט געשריבן:יתרו איך מיין שוין צייט זאלסט זיך צוריק קערן קיין מדין, מיר זעהן אזוי אז ווען יתרו האט אנגעהויבן איינצוטיילן פאר אידן אין מדבר האט מען אים געוויזן די טיר און געזאגט צאתכם לשלום,
א טיטל קומט נישט פאר איינעם וואס שרייבט דא אסאך, נאר פאר איינעם וואס גיבט צו פלעיוואר צו די קאווע דא אין שטיבל, אין אין דעם ביסטו גערעכט אז יידל און יאנקל קומט זיך אויך, טיטלען אלץ הכרת הטוב פאר זייער פילע לייסטונגען לטובת בני הקאווע, אבער דאס ווענד זיך בכלל נישט פארן סך שרייבן, באלד וועט נאך קומען דער נייער שרייבער בויך שאליט, וואס סטאפט נישט צו שרייבן און פארלאנגען א טיטל, חס מלהזכיר!
קופערניקס האט באמת געמאכט דאס אריינקומען אין שטיבל מער אינטרעסאנט מיט זיינע תגובות, איך וואלט געגבן למשל פאר משה געצילן אויך א טיטל ווייל ווער קען דען פארגעסן זיינע "נטעי ההרים", וואס דאן איז דער ארטיקן געגאנגען "ווארלט ווייט" און כל הזכויות שמורות לנו בני הקאווע, וואס דאס האט ירום הודוינו געווען, {איך בין דעמאלט געוואר געוואןר פון דעם שטיבל ותשואת חן חן לו}
יתרו נעם עס נישט פערזענליך, קענסט צוריק שיקן דיינע קינדער עני טיים, מיר וועלן זיך זעצן לערנען מיט זיי ווי מיט די בני יעב"ץ.
אויס מענטש האט געשריבן:יתרו איך מיין שוין צייט זאלסט זיך צוריק קערן קיין מדין, מיר זעהן אזוי אז ווען יתרו האט אנגעהויבן איינצוטיילן פאר אידן אין מדבר האט מען אים געוויזן די טיר און געזאגט צאתכם לשלום,