בלאט 3 פון 23
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 4:22 pm
דורך positive.yid
אויף וויפיל כ'האב מיך שוין צוזאמגעליינט, אזא אויסדרוק ווערט נישט גענוצט.
און יואל'יש, ווען ר' יואליש זאגט דאס אויף זעך, אזוי ווי זיידע אברהם, איז אן אנדערע פרשה.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 4:36 pm
דורך לעמאן דזשוס
positive.yid האט געשריבן:אויף וויפיל כ'האב מיך שוין צוזאמגעליינט, אזא אויסדרוק ווערט נישט גענוצט.
און יואל'יש, ווען ר' יואליש זאגט דאס אויף זעך, אזוי ווי זיידע אברהם, איז אן אנדערע פרשה.
זאל עס איינער פרובירן צו שרייבן אויפ'ן "מרן" החזון איש זי"ע,
אדער אויף הרה"ק בעלזא רב מהר"א,
אדער אויף הרה"צ דעם בית ישראל פון גור-ים
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 4:59 pm
דורך היימישער ליטוואק
דאס איז א טיפיקל עברית'ישע אויסשפראך אויף קינדערלאזע מענטשן. גארנישט נעגטיוו. נעם נישט אזוי פערסאנאל.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 5:10 pm
דורך איך אויך
גערעכט, מען טרעפט עס אויף גדולים וטובים פון די פריערדיגע דורות.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 5:16 pm
דורך positive.yid
היימישער ליטוואק האט געשריבן:דאס איז א טיפיקל עברית'ישע אויסשפראך אויף קינדערלאזע מענטשן. גארנישט נעגטיוו. נעם נישט אזוי פערסאנאל.
איך אויך האט געשריבן:גערעכט, מען טרעפט עס אויף גדולים וטובים פון די פריערדיגע דורות.
וויאזוי שטימט דאס?
אגב
א קליינע גוגל חיפוש אויף "מת ערירי", ברענגט ארויף די ווערטער "...מת ערירי ומר נפש..."
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 5:20 pm
דורך לעמאן דזשוס
און א חיפוש אויף היברו בוקס ברענגט מיר צו אן אינצוקלופידיה פון מרדכי מרגליות ארויסגעגעבן שנת תש״י שרייבט דעם אויסדרוק אויף הרב שלמה אבן גבירול
http://www.hebrewbooks.org/36620אבער עס איז קלאר נישט די נארמאלע וועג צו באשרייבן א מענטש וואס איז אוועק ׳בלי זש״ק׳
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 5:28 pm
דורך איך אויך
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 5:41 pm
דורך positive.yid
די שמועס דרייעט זיך אוועק פון איר ציהל. באלד וועלן מאנכע א ראיה ברענגן אז אפילו אין כולל ויואל משה שמועסט מען.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 5:55 pm
דורך איך אויך
אי משום הא קענן זיי ברענגן א ראיה אז אפילו אין כולל ויאל משה לערנט מען ספרים שהם היפך דעת רבינו זי"ע.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:16 pm
דורך שמעקעדיג
וואס איז טאקע פשט פונעם קעפל נאמען, "כולל ויואל משה"?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:17 pm
דורך גאלד
איך וואונדער מיך אויך
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:19 pm
דורך [NAMELESS]
יא, די קעפל דארף ווערן געטוישט עס דארף שטיין "ספרים היפך שיטת ויואל משה"
די האלב ליצנות'דיגע קעפל איז נישט פאסיג
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 11:39 pm
דורך אוהב דעת
א שיינע מעשה,
הרה"ץ מסקולען זצוק"ל רצה שהרב מסאטמאר זיע"א יחתום על קול קורא שלו, והביא את הגר"י קמנצקי שידבר עם הד"י שיסכים לחתום. כשנכנסו שאל הד"י את הרי"ק על מה בא, ענה רי"ק שבא לקבל חתימת הרבי על קול קורא בענין מסוים. ענה הד"י "מדוע אתם רוצים חתימתי? מי שומע אלי וסר אל משמעתי?" ענה הרי"ק "הלא אם קטון אתה בעיניך ראש שבטי ישראל אתה!". ענה הד"י "יש לי ראיה שאין זה נכון. ראה, גיליתי דעתי שאין ללכת לבחירות, ואתם חותמים שיש ללכת!... זה ראיה שאין לי כ"כ כח, והציבר לא שומע לי..." ענה הרי"ק "אני חתמתי שיש ללכת לבחירות? חתמנו שמי שכבר הולך לבחור, יצביע בעד אגודה." אמר הד"י "אזוי.. היינו שמי שאוכל דבר אחר, אתה רוצה שלפחות ישחטהו ואח"כ יאכלנו..." ענה רי"ק "לא, שמי שאוכל דבר-אחר, יאכל חצי שיעור..." והד"י נהנה וחתם על הקול קורא.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 12:35 am
דורך יאיר
איך ווארט אז איינער פון די לומדים אין כולל הפך בה והפך בה ללמוד וללמד היפך שיטת מלך הפכפכן, זאל פארענטפערן מיינע קשיות.
יאיר האט געשריבן:איך האב נישט קיין צייט צו נאכקוקן די אלע ספרים. איך וויל נאר אנמערקן עטליכע הערות. לדעתי, לדעתי, זענען די פירכות אויף די שלש שבועות פונקט אזוי גוט ווי די ראיות וואס מען בויט דערויף. דער בעסטער ענטפער איז אז שיקן א חבר הכנסת צו מאכן געזעצן בין אדם לחבירו אויף א לאנד וואס שטייט שוין ממילא, אדער גיין אין מלחמה מיט שונאים וואס זוכן צו אויס'הרג'ענען גאנץ כלל ישראל, האט נישט קיין שייכות מיט שלש שבועות. וואס איך וויל יא וויסן איז, וואס מען ענטפערט אויף די טענה פון סאטמארער רב ווי אזוי מען מעג שיקן אן ערליכער איד, צו זיין חבר הכנסת און מאכן געזעצן שלא על פי תורה. און לויט ווי הרב אלישיב האט גע'פס'קנט אז עס האט א דין פון א בית מינים, ווי אזוי האט ער אליין אהינגעשיקט חברי הכנסת?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 12:47 am
דורך היימישער ליטוואק
אהן נאכקוקן די אלע ספרים... איז דער פשוט'ער תירוץ אויף דיין קשיא און סאטמאר רבי זי"ע'ס טענה אז א קהל און שטאטסראט מעג, און איז מחוייב, צו מאכן געזעצן לטובת בני המקום. אין לגבי דיני ממונות איז דאס אפילו איבערוועגנד די הלכות פון די תורה, כידוע. אזוי אויך אלע אנדערע געזעצן זענען געציהלט אויף צו בויען א מצב פון קענען וואוינען בשלום מיט די שכנים, און אויב מ'קען נישט איינפירן חוקי התורה, זאל כאטש זיין סתם חוקים נישט איש את רעהו חיים בלעו.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 10:45 am
דורך אוהב דעת
מענין לענין, איך האב אין מיין באזיץ א קאסעטע וואס ס'דארף צו זיין א גרויסע מציאה. ס'איז פון יענע וואך פרשת נשא ביי די 6 טעג מלחמה, ווי אפאר מענטשען האבען זיך מתווכח געווען מיטן רבי'ן (איך מיין הערץ פרענקל און סנדר דייטש און נאך), מ'האט עם גוט אויפגעהעצט, און ער האט געשריגען און געקאכט אז ס'איז געגאנגען פייער, ער האט חוזק געמאכט פון אלע גדולים, ועוד, סאיז בערך 90 מינוט לאנג.
ווייסט איינער פון דעם שמועס צו זאגען? איז דעס באקאנט אין גאס, אדער דאס איז פרישע נייעס?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 12:49 pm
דורך יואליש
איז דאס ווי דער צדיק שרייט ארויס מיט ווייטאג "די גור'ע זאלן צוזעצט ווערן"?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 1:08 pm
דורך אוהב דעת
כ'ווייס נישט, עפעס הער איך ווי א שרייט אויף חיים קניבסקי, יעקב קמנבסקי, משה פיינשטיין, בקיצור ס'איז לעבעדיג. די טעיפ איז דא אויפן גאס???
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 1:25 pm
דורך יואליש
שרייב אפ א טראנסקריפ און פאסט עס אויף יוא טוב. תורה הוא וללמוד אני צריך.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 1:30 pm
דורך אוהב דעת
דא הייבט זיך אן די פראבלעם, איך פארשטיי נישט דעם רבי'נס שפראך, און ס'איז אביסל אומקלאר. איך זוך איינעם וואס איז זיך גרייט מתנדב זיין עס אראפצושרייבן. ס'דארף צו זיין גוטע סחורה.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 2:01 pm
דורך היימישער ליטוואק
אן א טראנסקריפט. לייג עס סתם ארויף.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 2:06 pm
דורך אוהב דעת
גוטע פלאן. געב מיר א פאר טאג, ס'גייט זיין פאן.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 2:40 pm
דורך שרייבער
יואליש האט געשריבן:ויאמר אברם אד*י מה תתן לי ואנכי הולך ערירי
Not to mention how Satmer is referring to Kook himself.
די שם הוי"ה נעם ביטע ארויס ביי דיין תגובה