בלאט 3 פון 3
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 11:43 am
דורך גר ותושב
יש אומרים אז ווען ער קומט ארויס און מען גייט עים אינטערוויען האבן זיי מורא ער ארויס געיבן זאכן וואס זיי ויילן נישט עס זאל ארויס קומען
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 11:53 am
דורך ציבעלע-קיגל
איחוד פעלד האט געשריבן:וואס איז די חוצפה צו פארלאנגען א פארדאן פאר איינער וואס האט עובר געוועהן אויף ספיענאדזש וואס איז פין די הארבסטער עבירות אין אמעריקא אז עס טראגט אפילו טויט שטראף!!
דאס איז נאר ביי דעם איד. עס זענען געוועהן גענוג און נאך שפיאונען וואס האבען טאקע געמאכט דעמעדזש פאר אמעריקא און זיי האט מען באפרייט. אבער דעם איד...
דא איז א קליינע ליסטע
Aldrich Ames
David Henry Barnett
Harold James Nicholson
Larry Wu-Tai Chin
Sharon M. Scranage
William Kampiles
זיי מעג מען יא באפרייען? אה פאלארד איז א ציוני, יעצט פארשטיי איך
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 11:57 am
דורך ישראל קאפקע
דאס איז אייער טענה? סתם אנטי סעמיטיזם?
דאנאלד ראמספעלד און די טשעיני זענען אנטי מדנ"י אדער סתם אנטיסעמיטיש?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 12:08 pm
דורך [NAMELESS]
ישראל קאפקע האט געשריבן:דאס איז אייער טענה? סתם אנטי סעמיטיזם?
דאנאלד ראמספעלד און די טשעיני זענען אנטי מדנ"י אדער סתם אנטיסעמיטיש?
און דאס אז זיי זענען פאליטיקאנטען וואס זארגן זיך מער פאר זיך ווי פאר א ישראלי פאלט דיר נישט ביי?
(יא אנטיסעמיט, נישט אנטיסעמיט, אין די אמעריקאנער גאס וואלט עס נישט גוט געווארן אויפגענומען, האבן זיי עס נישט געטון
טראץ זייער
גרויס אהבת ישראל און ליבשאפט צו די מדינה)
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 12:19 pm
דורך פליקער
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:איחוד פעלד האט געשריבן:וואס איז די חוצפה צו פארלאנגען א פארדאן פאר איינער וואס האט עובר געוועהן אויף ספיענאדזש וואס איז פין די הארבסטער עבירות אין אמעריקא אז עס טראגט אפילו טויט שטראף!!
דאס איז נאר ביי דעם איד. עס זענען געוועהן גענוג און נאך שפיאונען וואס האבען טאקע געמאכט דעמעדזש פאר אמעריקא און זיי האט מען באפרייט. אבער דעם איד...
דא איז א קליינע ליסטע
Aldrich Ames
David Henry Barnett
Harold James Nicholson
Larry Wu-Tai Chin
Sharon M. Scranage
William Kampiles
זיי מעג מען יא באפרייען? אה פאלארד איז א ציוני, יעצט פארשטיי איך
אבי גערעדט
אלדרידש עימס זיצט
David Henry Barnett איז באפרייט געווארן נאך 10 פון די אכצען יאר סענטענץ נאכן ווערן פעראלעד פארוואס ווייס איך נישט.
Harold James Nicholson זיצט נאך עד היום
Larry Wu-Tai Chin ער האט זיך זעלבסט באפרייט דורך זעלבסמארד
Sharon M. Scranage זי האט באקומען גאר א קליינע שטראף פון 5 יאר, זי איז נישט געוועין קיין איינגעשטעלטע נאר דורך ראמאנטישע מעטאדן באקומען עפעס אינפאמאציע נישט זיכער
William Kampiles האט פארקויפט א יוזער מאניול פון עפעס א סעטעלייט פאר רוסן פאר 3000.00 און איז אהיים געקומען און זיך תיכף מודה געוועין באקומען 40 יאר און שפעיטער גענידערט צי 19 יאר אויך גאר א שטארקע שטראף, ער איז נישט געוועין קיין אקטיווע שפיאן
סך הכך וויסן ברויך מען אז שפיאנאש איז גאר א הארבע עבירה און יעדע מדינה, און סיי וועלכע לאנד באצאלט א שפיאן מיטן קאפ, חוץ בהמה אמעריקע.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 12:35 pm
דורך ישראל קאפקע
עס איז ממש צום שטוינען ווי די ציוניסטישע זייט נוצט כסדר ארגומענטן וואס קוקן אויס גאנץ לעגיטים, ביז.... ביז מען קוקט נאך די פאקטן און זיי ווערן צעברעקלט אויף שטויב איינס ביי איינס.
עס איז גראדע גאנץ א גוטע סטראטעגיע. מיר איז ניטאמאל איינגעפאלן נאכצוקוקן די נעמען וואס ער האט דערמאנט, ער נוצט עס דאך אלס ארגומענט, מן הסתם האט מען זיי טאקע באפרייט נאך פינף יאר.
It's brilliant, but spectacularly misleading.
עס ארבייט אזוי לאנג ווי מען טשעלענדזשד נישט זייער אויפריכטיגקייט און פאקטן.
(איך מיין נישט @ציבעלע איך גלייב ער האט נאר נאכגעזאגט וואס ער האט געליינט ערגעץ אנדערש. נישט ח"ו אז ער האט געמיינט צו פאפן).
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 12:40 pm
דורך [NAMELESS]
(איך מיין נישט @פריעד, איך גלייב ער האט נאר נאכגעזאגט וואס ער האט געליינט ערגעץ אנדערש. נישט ח"ו אז ער האט געמיינט צו פאפן).
[tag]ישראל קאפקע[/tag], ביטע קוק איבער וואס איך האב געשריבן, איך האב בכלל נישט צוגעשטעלט פאלארד צו די אנדערע, איך האב גערעדט גערעדט לגבי פאלארד לכשעצמו, פאר זיך אליינס, פארוואס זיי האבן אים נישט באפרייט.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 12:42 pm
דורך ישראל קאפקע
פריעד באטשי האט געשריבן:(איך מיין נישט @פריעד, איך גלייב ער האט נאר נאכגעזאגט וואס ער האט געליינט ערגעץ אנדערש. נישט ח"ו אז ער האט געמיינט צו פאפן).
[tag]ישראל קאפקע[/tag], איך האב בכלל נישט צוגעשטעלט פאלארד צו די אנדערע, איך האב גערעדט גערעדט לגבי פאלארד לכשעצמו, פאר זיך אליינס, פארוואס זיי האבן אים נישט באפרייט.
אנטשולדיגט, איר זענט 100% גערעכט. איך האב געמיינט @ציבעלע-קיגל. שוין פאראכטן.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 1:15 pm
דורך כלבאשבוע
כדברי פליקער, איז רוב פון ציבעלע׳ס ליסטע נישט נוגע.
Ames זיצט נאך און גייט בפשטות זיצן לעולם
Nicholson זיצט נאך און גייט זיצן ביז 2024
Chin האט זיך געהארגעט נאך פאר׳ן זיצן
Scranage האט באקומען א גרינגע שטראף ווייל זי האט געהאלפן ארעסטירן איר שפיאן קאנטאקט און דאס האט צושטאנד געברענגט א אויסטויש פאר אכט פארכאפטע אמעריקאנער אגענטן
Barnett איז יא א טענה, ער האט באקומען 18 יאר אבער איז נאר געזעצן 10
[tag]פליקער[/tag], פון ווי נעמסטו אז מען האט אים דערהרג׳ט?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 1:50 pm
דורך פליקער
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 9:50 pm
דורך גיבור
מארגן איז פאלארד ערווארטעט באפרייט צו ווערן פון תפיסה אין נארט קאראליינע, נאך שמאכטען דרייסיג יאר,
ער וועט ווערן אפגעווארט דורך א קליינע קבוצה וואס אינקלוד זיין ווייב אסתר זיין לויער און נאך אפאר געציילטע מענטשען,
ער קומט וואוינען קיין ניו יארק פאר די נעקסטע פינף יאר וואס דעמאלטס איז ערווארטעט ער זאל פארן קיין ישראל,
חוץ אויב די פרעזידענט וועט עם לאזן פארן פאר דעם,
ער ווערט טאקע באפרייט אבער נישט אינגאנצן, דאס הייסט ער טאר נישט רעדן צו די פרעסע נישט געבן קיין אינטערוויס, און אוודאי גארנישט פארציילן פון זיין פערסאנעל עקספיריענס פאר קיינער, ניטאמאל מעג ער זיך מחבר זיין צו אינטערנעט, ער ווערט שטרענג נאכגעקוקט און מעג נישט ארויס פארן פון אמעריקא,
א לאנגע פארווייטאגטע פרשה קומט צו א ענדע, א פרשה ווי א יעדער האט געפלאפט, די שיקער און די געשיקטע די לויערס און משפחה און חברים, א פרשה וואס ברענגט נאכאמאל ארויס די רשעות פון די אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 12:47 am
דורך שמעקעדיג
ער וועט ארומגיין די קומענדיגע פאר יאר אין אמעריקע מיט אזא "ענקל ברעיסלעט", וואס דורך דעם וועלן די אויטאריטעטן קענען האלטן אן אויג אויף אים וואו ער דרייעט זיך.
ברוך מתיר אסורים
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 8:38 am
דורך shem-tov
פריי
Re: פארדאן פאר יונתן פאלארד!
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 9:08 am
דורך גר ותושב
ווער איז די רעביצין?
Re: פארדאן פאר יונתן פאלארד!
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 10:43 am
דורך [NAMELESS]
כ'מיין זיין ווייב
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 12:24 pm
דורך ישראל קאפקע
א קליפ פון אים מיט זיין רעבעצין.
https://twitter.com/ilanagoldTV/status/ ... 6862059521His trademark ponytail intact!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 3:14 am
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:עס איז ממש צום שטוינען ווי די ציוניסטישע זייט נוצט כסדר ארגומענטן וואס קוקן אויס גאנץ לעגיטים, ביז.... ביז מען קוקט נאך די פאקטן און זיי ווערן צעברעקלט אויף שטויב איינס ביי איינס.
עס איז גראדע גאנץ א גוטע סטראטעגיע. מיר איז ניטאמאל איינגעפאלן נאכצוקוקן די נעמען וואס ער האט דערמאנט, ער נוצט עס דאך אלס ארגומענט, מן הסתם האט מען זיי טאקע באפרייט נאך פינף יאר.
It's brilliant, but spectacularly misleading.
עס ארבייט אזוי לאנג ווי מען טשעלענדזשד נישט זייער אויפריכטיגקייט און פאקטן.
(איך מיין נישט @ציבעלע איך גלייב ער האט נאר נאכגעזאגט וואס ער האט געליינט ערגעץ אנדערש. נישט ח"ו אז ער האט געמיינט צו פאפן).
ישראל קאפקע: ליידער איז עס א ביטערער פאקט. און דער מצב האט זיך דערקייקלט צו אזא אומגליקיכן שטאפל, אז איך מוז מודה זיין צו דיר. אין דעם פאל פון יונתן פאללארד אז ער איז 100% אומגערעכט. און ער האט נישט קיין שום טענה אדער פתחון פה. ווייל ער האט געטון אן אומגעהויערן שרעקליכן שאדן פאר זיין אייגן לאנד , וועלכעס האט איהם געגעבן טראסט און אומבאגרעניצטן צוטרוי און צוטריט צו די מערסטע געהיימניספולע דאקומענטן. אויף דעם באזיס אליין קומט זיך איהם לעבנסלענגליכן ארעסט. און ווער שמועסט נאך איבער דעם אומגעהויערן שאדן וועלכן ער האט גורם געווען פאר אלע אידישע רעגירונגס אנגעשטעלטע וועלכע האבן אויטאמאטיש פארלוירן זייער טראסט ביי די רעגירונג. אויך האט דאס גורם געווען אן אויסברוך און לעגיטימאציע פון אנטיסעמיטזם אין די רעגירונס ביוראען און אפטיילונגען וואו אידן ארבעטן...!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 11:04 am
דורך גיבור
ער איז שוין אין ניו יארק.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 1:49 am
דורך ונבנתה העיר