בלאט 3 פון 6
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 2:17 pm
דורך DotCom
הדד בן בדד האט געשריבן:איך האלט נישט אז אנטווערפענער רב איז מחוייב זיך אויסצוטוהן פאר א איד וואס יעדער האט פאר אים מורא צוליבן זיין א מסור. אינדערהיים וואלט מען אזא איד אנדערש מסדר געווען... און די קינדער וואלטן דערנאך רואיג געקענט גיין לערנען אין די מוסדות.
כ'שטעל מיר פאר אז יעדער טוט מסכים זיין מיט דיר, מען רעדט אבער נישט פון זיך אויסטהון פאר'ן טאט'ן נאר פאר די קינדער, עס איז ברייט באקאנט אז די קינדער זענען נישט מער ווי ביטערע קרבנות, ווער געדענקט נישט די הארץ רייסנדע בילדער ווי די קינדער
וויינען אינדרויסן פון ווינער סקול און
פאליס מיט גאנ'ס האלטן זיי אפ פון אריינגיין? אויך ווייסט מען פון די אומצאליגע מאל ווי די מאמע האט געוואלט אנטלויפן מיט די קינדער נאר איז צוריקגעגאנגען אלס מורא פאר די קינדער'ס זיכערהייט, אלס א טאטע פון אייגענע קינדער פיל איך ווי מיין הארץ גייט אויס פאר 'זיי'! (נישט פאר 'אים').
אמת אז ער איז א גרעסערער אכזר, נו דעמאלט דארף מען ערשט רחמנות האבן אויף זיי, אויך איז אמת אז מען קען נישט האבן קיין טענות צו קיין שום מוסד פעטיקולער, אבער א 'קהילה' וואס פירט זיך עפ"י תורה ווי עס שטייט ובנים לא יומתו על אבות, דארף זעהן קעהר צו נעמען פון זיי.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 7:07 pm
דורך געוואלד געשריגן
petergrifin האט געשריבן:I agree but remember its not so much about his kids influence on the other kids, its about having to deal with their father at least thats
what I think is going on here
if we were looking to locate problems regarding children not having a place to learn, we don't have to go as far as Antwerp.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:14 pm
דורך לעמאן דזשוס
הרב דאטקאם הי״ו, וואס שלאגסטו פאר?
זאל די מוסד ארייננעמען בחנם, אזויווי דער רוסקי אין ב.פ. וואס קייכט אויף זיינע פאר יאר שכירות?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 2:00 am
דורך לעמאן דזשוס
בחנם זאג איך פונקט ווי די שכירות וואס ער קומט פארן רוסקי
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 2:29 am
דורך לעמאן דזשוס
"שכר מלמדי תינוקות - תקנת חכמים היתה לפרוע מקופת הקהל בעד כל התינוקות שבעיר, בני העניים והעשירים יחד. ועכשיו במדינות אלו נוהגים שכל אחד פורע בעד בנו אם ידו משגת. ומי שאין ידו משגת, חייבים הציבור לפרוע בעדו מתקנת חכמים. והעניים יכולים לכוּף את העשירים לפרוע בעד בניהם מקופת הקהל, ואפילו העשירים יכולים לכוּף זה את זה לפרוע שכר מלמדי תינוקות שלהם מקופת הקהל שנותנים בה גם מי שאין לו בנים, כי כן היתה עיקר תקנת חכמים להושיב מלמדי תינוקות בכל עיר ועיר בין גדולה בין קטנה, ולהטיל שכר מלמדי כל התינוקות שבעיר בין עשירים בין עניים על כל הקהל שבעיר כל אחד כפי השגת ידו אפילו מי שאין לו בנים כשאר נתינת הקהל [= מסי הקהל] שהן לפי ממון
דאס ברענג איך אראפ פונעם שו״ע הגר״ז וואס פסק׳ט קלאר אז דער ציבור איז נישט מחויב פאר א יש לו
טאקע א קאמפליצירטע שאלה, אין הלכה..אבער אין פראקטיק נאך גרעסער.
אויב דער מענטש האט א מהלך זיך צו שלאגן און איבערגעבן לשלטונות יעדעם מיט וועם ער האט אפיר, איז ער דאך א סכנה, און שטעלט אין געפאר יעדן מיט וועם ער האט דאס מינדעסטע באוועגונג, נא וואס זאגט איר ר׳ יענקל,
זייט אויפריכטיג, איר וואלט געוואלט שטיין מיט אזא איינעם אין ווארט??
איי וואס זיינען די קינדער שולדיג?
וואס זענען קינדער מיט יענע מעשה שולדיג?
וואס זענען קינדער פון צובראכענע שטיבער שולדיג אין זייער שוקזאל?
ליידער זענען זיינע קינדער קרבנות צו זייער טאטענס ווילדע פיראכטץ, און זיי זענען אין א ביטערן סיטואציע, נעבעך
תקנת ר׳ יהושע בן גמלא פאדערט קלאר נישט אז די ציבור, שטאט, קהלה מוז ליידן ווייטגרייכענדע קאנסעקווענצן אבי צו זעהן די לעכטיגע קינדערלעך מחונך
איך וויל אייך פרעגן טעארעטיש, נישט קיין דמיון אבער אויף אילוסטראציע איז עס גענוג גוט. וואס האלט איר אין אזא פאל....א טאטע א משומד, א פוקר עול תורה ומצוות און האלט די קינדער ביי זיך אין שטוב און איז מחלל שבת מיט זיי וועכענטליך, איז שייך מחייב צו זיין א קהלה אריינצונעמען די קינדערלעך אין א ת״ת בלויז מכח ר׳ יהושע בן גמלא....
די שאלה גרעניצט זיך אוודאי אויך מיט חיוב ערבות, ומסתעף לחיוב קירוב רחוקים און נאך אסאך...
אבער נאך אלעם האלט עס נישט אויס פראקטיש! און דאס איז לכאורה די פארלעגנהייט אין וועלכע אלע מוסדות׳ן געפונען זיך
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 2:36 am
דורך לעמאן דזשוס
יאנקל האט געשריבן:איך כאפ נישט. פון וועלכן "רוסקי" רעדסטו?
די רוסקי אין בורו פארק וואס האט פארדינגן א דירה׳לע פאר פרידמאן ובני ביתו היקרים השם עליהם יחיו, אויף פינת 13 און 39 , און דער האט קיין רויטן גרייצער נישט באצאלט.
זאת ועוד, קלאגט ער אים נאך מיט מאלעסטן זיינע שעפעלעך.
זאת ועוד, האט ער פארארבעט מעשים מיט אלע היימישע יידישע איינוואינער פונעם בנין כל מיני אופנים, אז קיינער זאל נישט צאלן, און מען וועט אזוי ארום געווינען אינאיינעם אין געריכט דורך קרומע צודרייטע וועגן, און אסאך האבן מיטגעארבייט מיט זיינע קאפריזן און פשוט בא׳גזל׳ט דעם רוסקי ביז דער גוי האט זיי גענומען אין געריכט....דאן האבן זיי זיך געכאפט אין וואסארא פאסטקע דער אויסווארף האט זיי אריינגעשלעפט, און זיי האבן תיכף זעך מפשר געוועהן...און דער אוממענטש איז אנטלאפן צו די בעלגישע מוסדות.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 9:30 am
דורך איך אויך
דאס איז נאר איינע פון די צענדליגע מעשה גניבה ומירמה וואס דער פארשוין האט אפגעטוהן און טוהט ווייטער אפ, ער איז נישט מסוגל צו האנדלן גראד, פרעגט נאר סיי ווער עס האט נאר אמאל געהאט א שייכות מיט עם פגיעתו רעה במלוא מובן המילה.
אז דו רעדסט פון דירות, זיין ווייב איז איינע פון 8 קינדער, פאראיאר ווען זיין טאטע איז אוועק און זיין שוויגער האט זיך אוועקגעצויגן האט ער זיך איין שיינעם טאג אריינגעצויגען אין איר דירה און געטענהנט כולה שלי און רעד צום דופן, די איבריגע געשוויסטער (וואס קיינע פון זיי זענן נישט קיין פארמעגליכע) האבן זיך געבעטן ביי עם אז זיי האבן א קונה און לפנים משורת הדין געבן זיי עם א אכטל פון די געלט, כמובן אז ער האט זיך אויסגעלאכט, אזויפיל האט ער זיי יא באצאלט פאר די בחינם'דיגע דירה מיט א קוארט קעיס ווי ער האט פראבירט צו גנבנן די דירה פאר זיך (איך האב אליינס געזעהן די פאפירן ). ווען זיי זענן ענדליך פטור געוורן פון עם האט ער זיך אריינגעצויגן צו א בוכארישע איד ווי ער האט נאכנישט געצאלט קיין פרוטה רענט און נישט טעקס/וואסער/לעקטער (יעדער קען אליינס אנרופן דעם איד וואס האט זיכער נישט קיין שייכות מיט קיין פאליטיק) וואס יא כדרכו האט ער עם שוין אנגעזאטעלט מיט א קוארט קעיס און יענער שעלט דעם טאג וואס ער האט עם אנגעטראפן.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 10:25 am
דורך קאווע טרינקער
לויט ווי איך הער, האט ער א חשבון, אז בעלזא וועט דאך אוודאי נישט וועלען האלטן די זכרים אין זייער מיידעל איינשטאלט, און בעלזא וועט זיי אריבער לייגען אין חדר.
איך ווייס נישט פארוואס מ'האט אזוי רחמנות אויף זיינע קינדער? זענען נישט דא גענוג חדרים אין איראן?
א מוסדות איז א פריוואטע זאך, דער בעל-הבית מעג טוהן וואס ער וויל.
אולי יגרום הלחץ הזה שאשתו תתגרש, והילדים ישארו אצלה, ואז תהיה אם הבנים שמחה. און ער וועט זיך אויפרייסען אין א באמבע.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 12:57 pm
דורך איך אויך
פון
דא. באמערקט ווי דער נבילה האלט א קוראן צו געפעלן די בעלגישע מוסלעמענר.
דאס איז א באשראבונג פון די בארימטע אנטווערפענע צייטונג למען תדע פרייטאג ט"ו טבת תשע"ג.
ווי געזאגט איז די פרשה פון דעם "אויסלענדער" ארויס פון די האנד פון די חינוך מוסדות און איז פארוואנדעלט געווארען אין א שטעטישע פרשה. די גאנצע שטאט פאלגט מיט די אנטוויקלונגען אויף דעם פראנט, ווייל עס איז טאקע געווארען א פראנט, א פראנט צווישען דעם גאנצען כלל ישראל קעגען א'ן "אויסלענדער" וועלכער האט זיך צוקושט מיט המן אין פערסיע און וועלכער מען האט ארויסגעווארפען פון די גאנצע יידישע געמיינשאפט.
דאס ארויס ווארפען איהם איז נישט אומזיסט. מען וואלט געדארפט האבען א'ן היסטאריקער וועלכער זאל זיך נעמען און אפשרייבען אללע זיינע "מעשים טובים". די פרשה מיט היידער דער עסטרייכישען פרא-נאצי , מיט די יידישע שוהלע אין וויען, מיט די פארשיעדענע מאניפעסטאציעס און האס-קאמפאניעס קעגען כלל ישראל, מיט די דרשות אין א מיקראפאן אין סאמע שבת, מיט די קלעפ וואס ער האט געכאפט פון אנפירער פון זק"א אין אוישוויץ, מיט'ן פארכאפען פון צוויי ספרי תורה אין וויען, מיט'ן אפארטעמענט פון גלאנץ )כתב סירוב(, מיט דעם צוקריגען זיך מיט זיינע עלטערען, מיט די צרות און די קלעפ וואס די פרוי האט געכאפט, מיט די באטייליקונג ביי די איראנישע קאנגרעסען פון די נעגאציאניסטען, מיט די קלאגע פון די פאליציי אין אמעריקע וועגען א טשעק פון א געוויסען פריעדמאן, מיט דאס פארכאפען א דירה )פון זיין שוויגער( אין אנטווערפען, מיט דעם דירה געלט פון חדאד, מיט טשעקען אין ישיבת מיר, און נאך א גאנצע שורה אנדערע פרשיות.
יעצט פריווט ער דא אויך צו צוברעכען די יידישע מוסדות און אללע מיטלען זענען צו דעם גוט. ער לעבט מיט א קאמפלעקס און ווי מעהר מען רעדט פון איהם, מעהר פיהלט ער זיך וויכטיק. .
אין וויען האט די שוהלע אויך קודם פארלוירען און זיי האבען איהם געמוזט באצאהלען א שטראף פון איבער 3 מיליאן איירא. צום סוף איז ער פון דארט אנטלאפען מיט די נאז אראפ און נישט באקומען קיין איין איירא.
די רעדאקציע פון "למען תדע" ווערט כסדר פארפלייצט מיט פראגען: וואס הערט מען נייעס ? וואס טוהט מען יעצט ? וויאזוי דארף מען רעאגירען קעגען די מעשה נבלה פון דעם אויסלענדער ? די פרשה מיט די "בנות ירושלים" גייט יעצט ווייטער. עס איז שוין נישט מעהר קיין "בעלזער זאך". דאס איז יעצט געווארען א שטאט-אנגעלעגענהייט און דאס איז נאך נישט געענדיגט. די גאנצע שטאט פאלגט מיט די אנטוויקלונגען אויף דעם פראנט, ווייל עס איז טאקע געווארען א פראנט, א פראנט ווי עס פאדערט זיך געדולד.
עס שיינט אז די בעלזער מוסדות נעמען אויף דעם פראבלעם זעהר ערנסט און האבען שוין איינגערייכט א רעקורס ביים הויכען געריכט. זיי ווייסען אז זיי זענען נישט אלליין, אז די גאנצע שטאט איז מיט זיי און אז אפילו דער כלל ישראל האט אמאהל פארלוירען איין קאמפף, האט דער כלל ישראל נאך נישט פארלוירען דעם גאנצען קריג.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 4:35 pm
דורך DotCom
אחרי שובי נחמתי אז אלע מוסדות האבן א התחייבות צו אלע זייערע תלמידים אז אלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב, ליידער ווערן די קינדערלעך גענוצט אלס א שטעקן און די מוסדות זענען מחויב צו שטיין ווייט פון זיי.
אבער די רשעות וואס ווערט געטהון דורך גאס מענטשן צו די בני משפחה איז א אכזריות שאין דוגמתו, לעצטע וואך שבת האט מען ארויסגעטראסקעט זיין ווייב און טאכטער פון דעעש'ער שול, זיין בחור פון א בית חב"ד, און גארנישט מען הערט נישט קיין שום מחאה פון די קהילה.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 4:44 pm
דורך לעמאן דזשוס
דאטקאם, איך גראטוליר דיך, כ׳אב נאר נאך איין פראגע; וואס זענען די בני דתן ואבירם געוועהן שולדיג אז זיי האבן פארדינט אזא טאטן?
און און בן פלת׳נס פרוי איז געלונגן מיט אביסל בינה יתירה צו שטעלן דעם מאן אין פלאץ...נא, אז מען וויל שטארק העלפט דער רבוש״ע, דער ק-ל פודה מכל צר וצורר
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 6:28 pm
דורך מאיר_וואלף
עס איז אן אנגענומענע מהלך היינט-צוטאג, יענם אנצולערנען און צו צופיקסען, קען זיין מיט אים קען מען שוין היינט-צוטאג נישט דורכקומען אפילו מען זאל שוין יא וועלען,
אבער ווער עס קען די היסטאריע ווען ער איז געווען א קינד, וואס דעמאלס איז אויך געווען א מצוה אנצולערנען און צו צופיקסען, וד"ל.
איך געדענק, עס איז געווען בערך פאר 25 יאר צוריק, איך האב מיט אים דעמאלס געכאפט א שמועס, ער איז געווען זייער אנגעווייטאגט אויף דעם, אז מען האט ב'עוול'ט זיין פאמיליע, וכו' און ער האט געשווירען נקמה,
ווער ווייסט וואס זיינע קינדער וועלען טון ווען זיי וועלען זיין עלטער
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 6:48 pm
דורך שמעקעדיג
יישר כח ר' מאיר וואלף פאר דיין אינפארמאציע.
דאס פארענטפערט אביסל מיין פליאה ווי אזוי ביי אונז קען אויסוואקסן אזא אוממענטש.
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 10:05 am
דורך היימיש
איך האלט שוין יארן מיט דא אויף קאווע שטיבל, איך האב נאך קיינמאל נישט באגעגנט דא א ויכוח מיט אזויפיל שקרים מיט באבע מאאסעס וואס איך ווייס קלאר אז עס איז נישט געשטויגען אין נישט געפלויגען. איך קען די פרשה מיט אסאך אינסייד אינפארמעישן.
כדי דער עולם זאל זיך קענען שנעל איבערצייגן, וועל איך דא ארויפשטעלן איין פאקט אז משה ארי׳ פרעדמאן האט געוואינט דא אין אמעריקע בערך 3 יאר אין די קידערלעך האבן געלערנט אין פארשידענע מוסדות (קיין איינס נישט אין סאטמער!!!)און זענען געווען די בעסטע קינדער, עס איז בפירוש געווען זייער א גיטע רילעישענשיעפ קשר צווישן משה אריה פריעדמאן אין אלע מוסדות אין עס איז נישט געווען אפילו נישט די קלענסטע פראבלעם!
די מוסדות זענען:
1) בית שרה סקול אין בארא פארק
6101 16th avenue
Brooklyn NY 11219
Tel: 1 718 871 7878
2) תלמוד תורה תפארת מרדכי שלמה באיאן, בארא פארק.
1205 44th street
Brooklyn NY 11219
Tel: 1 718 435 6060
3) תלמוד תורה חב׳׳ד ליובאוויטש
ברוקלין ניו יארק.
משה ארי׳ פרידמן איז א זון פין אברהם חיים אין נעפיו פין משה גבאי.
די שרעקליכע מעשה וואס איז מפורסם אין Failedmessiah אז זיין טאטע אין משפחה שטייט אינטער די גאנצע פרשה פין טשעפענען די קינדער, איז ליידער אמת אין טיט זייער וויי. אויך אין וויען.....
וויען איז געווען נאר נאך אירן אין נאכ׳ן ארויסווארפן.
אין אנטוורפען האבן די רבנים געהייסען גלייך נעמען, אין נאכן זיך מכניע זיין אין בעטן זיך ברחמים ותחנונים חדשים לאנג ביי די מוסדות, האט זיך אנגעהויבן די פרשה.
די סאטמארע אין אנטוורפען זענען די עיקר קעגן נעמען די קינדער פין משה ארי׳ פריעדמאן אנווערפען,דער שופט רעדט פין דעם אין פסק! עס איז אויך נישט צי פארשטיין אז אין געריכט האט בעלזא פראבירט מצדיק צי זיין זייער נישט נעמען קינדער מיט א בריוו סירוב פין איצה גליק התאחדות, בעלזא אין זייער רעבע זענען דאך אין חרם פון סאטמאר אין התאחדות, עדה החרדית וכו׳ א פארקערטע משוגענע וועלט!!!!!!!!
דא איז א לינק
http://failedmessiah.typepad.com/failed ... l-234.html
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 10:13 am
דורך [NAMELESS]
היימיש - קודם שלום עליכם. איך שריי די גאנצע צייט אז ס'איז א רשעות וואס מ'טוט מיט די קינדער, אבער איך האב אויך געשריבען אז איך פארשטיי די מוסדות ווייל ווער ס'האט נאר געהאט צוטוהן מיט פרידמאן האט זיך אפגעבריט. איז אמת די אלע משוגענע מעשות וואס מ'זאגט אויף פרידמאן, מיט די רוסקי, מיט די אראבערס, מיט גלאנץ, וכו וכו??
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 10:19 am
דורך איך אויך
להוי ידוע אז היימיש גייט ארום אויף אלע וועבזייטלעך און איז מפיץ שקרים ובדותות לטשטש העובדות. זעהט די לעכערליכע סטיעטמענט "איך האלט שוין יארן מיט דא אויף קאווע שטיבל".
נאר כדי להעמיד דברים על דיוקם, זאל דער עולם וויסן אז פריעדמאן איז א מומחה עצום להמיד פני מסכן ונרדף און ווען עס פעלט אויס נוצט ער זיין ווייב און קינדער דערפאר, ער ניצט עס גוט אויס ווען ער דארף צאלן די פרייז פאר אלע זיינע גניבות און שגץ שטיק . אדרבה פרעגט אייך אביסל נאך ביי אלע זיינע קורבנות סיי ווי ער האט נאר געוואוינט.
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 10:58 am
דורך DotCom
היימיש האט געשריבן:איך האלט שוין יארן מיט דא אויף קאווע שטיבל,
לאל, עס איז שוין 2013 מ'קען שוין זאגן יארן... נישט אזוי? אלנפאלס, so far איז עס די "סטעיטמענט אויף די יאר".
שלום עליכם רב היימיש! איך זוך שוין לאנג איינעם מיט אינסייד אינפארמאציע, קודם ענטפערט דעם "ראשעקאל" און דערנאך האב איך אויך עפעס צופרעגן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 11:08 am
דורך היימיש
ראשעקאל - עליכם השלום
לגבי גלאנץ איז עס אזוי ווי ס׳שטייט אין Failedmessiah און דא איז דא נאך א אינטערעסאנטע לינק:
http://skup.co.il/?p=1150
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 11:22 am
דורך איך אויך
היימיש איך וויל דיר נישט געבן א געלעגענהייט צו פארקויפן דיינע שקרים, אבער ענפער מיר נאר א קלייניקייט, פארוואס האלט משה אריה א קוראן בשעת די אינטערוויו מיט די בעלגישע טעלעוויזיע? האט משה אריה באצאלט א פרוטה רענט פאר חדאד זייט ער וואוינט ביי עם?
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 11:40 am
דורך היימיש
איך אויך - איך בין א פארנומענער מענטש און איך בין נישט קיין ספאקסמען פאר קיינעם, איך קען נאר רעדן פון פאקטן און איך קען נישט ענטפערן אויף קיין נארישקייטן און באבעמייסעס און דו ווייסט גאנץ גוט אז די קוראן איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגען.
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 11:50 am
דורך מאיר_וואלף
היימיש האט געשריבן:משה ארי׳ פרידמן איז א זון פין אברהם חיים אין נעפיו פין משה גבאי.
די שרעקליכע מעשה וואס איז מפורסם אין Failedmessiah אז זיין טאטע אין משפחה שטייט אינטער די גאנצע פרשה פין טשעפענען די קינדער, איז ליידער אמת אין טיט זייער וויי. אויך אין וויען.....
וויען איז געווען נאר נאך אירן אין נאכ׳ן ארויסווארפן.
http://failedmessiah.typepad.com/failed ... l-234.html
טאקע א גרויסע ווייטאג,
אבער, מיט וועם קומט ער זיך יא דורך?
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 11:55 am
דורך איך אויך
העי היימיש ווער מיר נישט פלוצלינג א פארנומענע מענטש, עטנפער וואס מען פרעגט דיר אדער גיי דיר צו אלע רוחות!
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 11:56 am
דורך טעפל
היימיש האט געשריבן:איך אויך - איך בין א פארנומענער מענטש און איך בין נישט קיין ספאקסמען פאר קיינעם, איך קען נאר רעדן פון פאקטן און איך קען נישט ענטפערן אויף קיין נארישקייטן און באבעמייסעס און דו ווייסט גאנץ גוט אז די קוראן איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגען.
אזוי???