בלאט 3 פון 3
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 5:36 pm
דורך שמואל הלוי
יואליש האט געשריבן:שמואל הלוי האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:איך קויפ סידיס, אבער תיכף ביים עפענען ווערט עס געקאפיט אויף אן עקסטערנאל מעמארי דעווייס, וואס דינט אלס מיין מיין ארכיוון פיילינג קאבינעט. איינמאל די סי די ווערט צוקראצט, זאגט די מוטער צום קינד, קיין פראבלעם שעפעלע. און מ'ברענט אפ א שפאגל נייע סי די.
אין אנדערע ווערטער אז ס'זאל זיך לוינען צו צאלן 16 טאלער פאר א סידי מוז מען האבן א קאמפיוטער דערצו.
און ווער האט נישט?
פלאמבער'ס, פעינטער'ס, קאר סערוויס דריווער'ס, כולל אינגעלייט, רבנים (הגם אסאך האבן יא) און נאך.
איך האלט אויך אז עס פעלט אטענטישקייט אין די לחיים טיש טעיפ
נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 11:51 pm
דורך חאצקל
שמואל שלום שלמה האט געשריבן:אויב איינער פרעגט מיר - איך גיב רעכט פאר ר' שמואל. ס'א נארמאלע זאך אויפצועפנען אן אשכול איבער אזא נושא.
--
איך גלייך נישט אזוי די לחיים טיש סעריע ווייל עס פעלט די אויטענטישקייט פון די ניגונים. זיי מיינען אז אן אלטער ניגון איז נאר שיין ווען ס'האט אזא באמבאסטישער אינטרא און עלעקטראניש מיוזיק. זיי פרובירן צו מאדנעזירן די ניגונים, ענד פרענקלי, איי דאנט לייק איט.
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 1:03 am
דורך חאצקל
שמואל שלום שלמה האט געשריבן:אויב איינער פרעגט מיר - איך גיב רעכט פאר ר' שמואל. ס'א נארמאלע זאך אויפצועפנען אן אשכול איבער אזא נושא.
--
איך גלייך נישט אזוי די לחיים טיש סעריע ווייל עס פעלט די אויטענטישקייט פון די ניגונים. זיי מיינען אז אן אלטער ניגון איז נאר שיין ווען ס'האט אזא באמבאסטישער אינטרא און עלעקטראניש מיוזיק. זיי פרובירן צו מאדנעזירן די ניגונים, ענד פרענקלי, איי דאנט לייק איט.
כדי די פארצייטישע ניגונים זאלן האבן דעם שבת'דיגן אדער פארצייטישן עפעקט דארף זיין מוזיק אן ריטעם אדער מוזיק ווי די מאזשיצער טעיפס אדער דוד ווערדיגער, און נישט די היינטיגער סטייל מוזיק. און מיט די היינטיגער סאונד קען מען עס מאכן השוה לכל נפש אפילו ס'איז אטענטיש לענ"ד ווי עס איבעצייגן אנדערע נייע טעיפס אויף פארצייטישע ניגונים.
אבער אז רוב עולם האט עס ליב אזוי אויך, פעלט נישט אויס די קאפ וויי וועגן געציילטע פארפעקשעניסטן. ווער רעדט נאך אויב מיט די היינטיגע סטייל מוזיק וואס איז טאקע נישט אזוי צוגעפאסט צו די שבת'דיגע און פארצייטישע ניגונים, האט ער מער קונים, און די ניגונים ווערן מער אויפגעכאפט.
און פאר אונז פערפעשעניסטן איז דא גענוג וואס צו הערן. נאר פאר ר' יוסף משה, אויב וויל ער ארויס געבן א דבר השלם איז דער מעסידזש רעלעוואנט.
הגם, ארעינדזשמענטס אויף טייל ניגונים גלייך איך יא טראץ די היינטיגע ריטעם און ברעס סעקשן ווי צ.ב.ש. קה ריבון עלם פון וויזניץ, וואס איז אין מיינע אויערן א דבר השלם
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 1:11 am
דורך חאצקל
זר זהב האט געשריבן:וואו נעמט מען היינט אן אהרן הלוי אדער א טייכמאן ? חבל חבל
דור דור ודורשיו דור דור וחכמיו, עס זענען אלעמאל געווען און לכאורה וועלן אלעמאל זיין גוטע וואונדער קינדער
אבער ביסט גערעכט אז די צוויי האבן ספעציעל אויסגענומען ביים עולם
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 1:21 am
דורך חאצקל
זר זהב האט געשריבן:איך קויף נישט קיין סי דיס נישט קיין חילוק ווי גוט ס'איז. נישט ווערט 16 דאללער
אויב איז מען בכלל נישט אינטרעסירט אין קיין מוזיק, אדער איז מען שוין זאט פון די אלטע אדער פון וואס מ'קען הערן ביי אנדערע און אין אינטערנעט, איז עס טאקע נישט ווערט קיין זעכצן דאלער (סיידן א מתנה פאר די נאנטע אויב איז מען נישט פון די וואס קאפיען).
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 1:35 am
דורך חאצקל
זר זהב האט געשריבן:איין דוגמא, ביי מיר ארבעט די בעלזע טעיפס אסאך, למשל די טעיפ "ויזכו", כמיין ס'איז ארויסגעקומען 15 יאר צוריק. מיינסטו אויב ס'וואלט געווען א סי די וואלט עס נאך געלעבט ? ניין. און איך בין זייער אינטערעסירט דערין.
עס וווערט נישט אזוי שנעל קאליע אז עס זאל נישט לוינען 16 דאלער פאר באליבטע מוזיק וואס מ'קען הערן כאטש א יאר צוויי אויב היט מען עס ווי עס באדארף. און בפרט אז רוב מאל קען מען עס פאררעכטן ווי אנדערע האבן פריער דערמאנט.
און בנוגע טעיפס: רוב פון מיינע טעיפס וואס איך האב געקויפט מיט צען יאר צוריק זענען שוין דעדאנדען פייפן. ד.ה. פון מיין עקספיריענס איז נישט מוכרח אז סידיס זענעןם שוואכער ווי טעיפס. (קען זיין עס ווענד זיך וועלעכע קוואליטי, א"י'דיגע אדער אמעריקאנער וכדו'???
נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 7:23 am
דורך אשכולות אויפוועקער
אויפגעוועקט