בלאט 3 פון 3

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 1:12 pm
דורך פרענטש וואנילע
געפילטע, דו ביסט דער ערשטער דא מיט'ן גוטען דיטעקטאר? נישט קיין שאלה אז דאס איז סארקאזם, איך האב דאס קלאר געזעהן ביים לייענען דאס ערשטע מאל, אנגעהויבען ביים ניק און געענדיגט מיט די לאכעדיגע תגובה...

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 1:12 pm
דורך קאווע טרינקער
berlbalaguleh האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:אינטערסאנט אז אין די א.ג. חסידישע הויפן האט מען נישט חושש געווען שמא יעבירנו, ווען אינמיטן שאלאשידות, בעיצומו של שבת, הייבט די מוזיק אן צו שפילען לכבוד די חתן PLAY (שפיל אין אידיש).

דעיס שפילן מוזיק ווען די רעבע האלט נאך אינמיטן שעלעשידעס איז 100% מותר על פי הלכה. ס'זעט אבער נישט אויס שיין. איך האב אויך געוואלט מוחה זיין ווען אין מיין רבינ'ס הויף (אקעי נישט אין הויף נאר אין ביהמ"ד) האט גענומען שפילן מוזיק אינמיטן שלש סעודות. מ'האט מיר אבער געוויזן אז ס'איז מותר. כ'גיי דא נישט אריין גיין אין די גאנצע שקלא וטריא.


האסט געמיינט די רבי'ס האבן נישט קיין היתר? זעה דא
א היתר? פאר יענעם בדיעבד
פאר מיר לכתחילה,
מחאות קשיות און היתכן
איז נאר כלפי דעם שכן

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:30 am
דורך ענדע צדיק
און וויאזוי האט מען געמעגט רעקארדירן סאקמארע רב'ס כל נדרי נאכט???

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:28 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:אינטערסאנט אז אין די א.ג. חסידישע הויפן האט מען נישט חושש געווען שמא יעבירנו, ווען אינמיטן שאלאשידות, בעיצומו של שבת, הייבט די מוזיק אן צו שפילען לכבוד די חתן PLAY (שפיל אין אידיש).

דעיס שפילן מוזיק ווען די רעבע האלט נאך אינמיטן שעלעשידעס איז 100% מותר על פי הלכה. ס'זעט אבער נישט אויס שיין. איך האב אויך געוואלט מוחה זיין ווען אין מיין רבינ'ס הויף (אקעי נישט אין הויף נאר אין ביהמ"ד) האט גענומען שפילן מוזיק אינמיטן שלש סעודות. מ'האט מיר אבער געוויזן אז ס'איז מותר. כ'גיי דא נישט אריין גיין אין די גאנצע שקלא וטריא.


האסט געמיינט די רבי'ס האבן נישט קיין היתר? זעה דא
א היתר? פאר יענעם בדיעבד
פאר מיר לכתחילה,
מחאות קשיות און היתכן
איז נאר כלפי דעם שכן

דיין פוינט און די אפשאצונג פונ'ם מצב בכלליות איז זייער שטארק. און דאס היפאקריטישקייט וואס שטאמט פון טייל רבנים און רעבישע הויפן איז א גרויסער גורם פאר די אפשוואכונג פון אידישקייט ביי א טייל פון די מענטשן. אבער אין דעם ספעציפישן פאל פון שפילן מוזיק (נאכ'ן זמן פון מוצ"ש) דורך יודישע שפילערס איז 100% מותר עפ"י הלכה. דאס האט צו טון מיט'ן דין פון "אמירה לעכו"ם" אום שבת, וואס איז אסור מדרבנן (שבות) אין מערסטע פעלער. אבער א יוד מעג טון א מלאכה. פאר מיר ווען איך האלט נאך שבת.

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:18 pm
דורך קאווע טרינקער
כ'הער, גיב מיר א חודש איבערצוקוקען וואס כ'האב דאן געשריבן, און איך וועל פראבירן צו פארענטפערען.

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:25 pm
דורך NAVY SEAL
ענדע צדיק האט געשריבן:און וויאזוי האט מען געמעגט רעקארדירן סאקמארע רב'ס כל נדרי נאכט???


ס'האט געארבעט מיט א שבת זייגער.
און ווער זאגט טאקע אז מ'האט געמעגט?
ער האט זיך זייער געבייזערט ווען ער איז געוואר געווארן אז מהאט אים ריקארדעט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:25 am
דורך berlbalaguleh
ענדע צדיק האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:
ענדע צדיק האט געשריבן:משה בער,
די אידען מיט די קליינע קאפלעך, די נשים מיט די הויזן, און די יונגלעך מיט די קורצע בעט ראובס זענען פונקט אזוי חשוב ביים אויבירשטען ווי דיר.


סארי, איך מיין אז די האסט א טעות, און די ווייסט עס,
אמת אז כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא, אבער האלסטע טאקע אז ר משה פיינשטיין ז״ל האט באקימען זי זעלבע עולם הבא ווי זיין דריווער?

זיכער נישט,
אויך נישט פוסק הדור הרב וואזנער שליט"א 'ס וועט באקומען די זעלבע עולם הבא ווי זיין דרייווער.
וואס ווילסטו זאגן דערמיט?

ווען ר' משה פיינשטיינ'ס דרייווער זאל באקומען די זעלבע סארט עולם הבא וואלט ער נישט געוואוסט וואס צו טון דערמיט. וואס איז דען די עולם הבא פון א גאון, א צדיק? מ'זיצט ביי א גמרא מיט א הייסע גלעל טיי אין די הענט.איך קען נישט דעם דרייווער. אפשר איז ער א באהלטענער צדיק און נאך מער א באהאלטענער גאון. אבער א טיפיקל דרייווער'ס עולם הבא איז א פיצא מיט אן אייזקריעם און די לעצטע זי ווי די פון ליפא. א יעדער באקומט עולם הבא פון די זאך מיט וואס ער האט עוסק געווען בעולם הזה.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 11:40 am
דורך קאווע טרינקער