בלאט 3 פון 15
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 12:51 am
דורך berlbalaguleh
בדחן האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:לגבי שלום דין. פארקערט, מיין איינדרוק איז אז ער האט זוכה געווען צו א געשמאק אין חסידיש לעבן וואס ווייניג אינגעלייט דערגרייכן.
פון דעם זעט אויס כאילו ער איז א שלום לויפער יונגערהייט,
berlbalaguleh האט געשריבן:ביטע זיי נישט אזא מלמד חובה אויף שלום דיען און ער האט זיך זיינע טעמים פארוואס ער האט איבערגעלאזט אידישקייט.
פון דעם זעט אויס כאילו ער האלט נישט קיין אידשקייט,
איך קען נישט דעם שלום, הלוואי איז ער אדער זאל ער זיין א ערליכע שותו״צ, וואס איך האב געשריבען שרייב איך נאר בדרל כלל,
אויב גיין אן א קאפל, נישט האלטן שבת און עסן טשייניז טשיקו וואס איז נישט געשחט'ן געווארן (כהודאת בעל הדין בעצמו) הייסט א חסידישער יוד דאמאלס איז ר' שלום דיען נ"י גאר א וואוילער יוד. נאר אויב ס'איז אסור עפ"י הלכה, דאמאלס איז ער או.טי.די.
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 12:56 am
דורך בדחן
איך פארשטיי אז ער האט געמיינט צו זאגען אז ער האט די בא׳טעם׳קייט פון א חסידישער איד וואס אגב עס איז מעגליך, אבער נישט אז ער פירט זיך אזוי, ער האט זיך פלעין שלעכט אויסגעדריקט,
וויבאלד מען פלאנט משנה שם זיין פאר דעים אשכול און עס א נאמען געבן די דין וועבערמאן אשכול, דערפאר טראכט איך אז די נושא איז אווער.
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 1:08 am
דורך berlbalaguleh
בדחן האט געשריבן:איך פארשטיי אז ער האט געמיינט צו זאגען אז ער האט די בא׳טעם׳קייט פון א חסידישער איד וואס אגב עס איז מעגליך, אבער נישט אז ער פירט זיך אזוי, ער האט זיך פלעין שלעכט אויסגעדריקט,
וויבאלד מען פלאנט משנה שם זיין פאר דעים אשכול און עס א נאמען געבן די דין וועבערמאן אשכול, דערפאר טראכט איך אז די נושא איז אווער.
פון דא איז א ראי' אז שלום דיען (דער עכטער) איז א וואוילער יוד און ער וועט סוכ"ס בעז"ה צוריקקומען. דאמאלס וועט ער קענען אויפפיקן זיין שטריימל און בעקיטשע פון זיין חבר'ס בעיסמענט ביי וועם ר'האט עס לכתחילה איבערגעלאזט. און ער וועט זיין א שרייבער אין א נארמאלן יודישן צייטונג. ווייל דער גאנצער טעם וואס ר'איז לכתחילה אוועקגעגאנגען איז געווען כדי זיך אויסלערנען גוט רעדן ענגליש. דער עולם מיינט אז איך פאנטאזיר דא. זאלט עטץ וויסן אז כ'האב א סאך געליינט זיינע כתבים אן דארט באשרייבט ער אלעס.
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 1:12 am
דורך יואליש
כא כא כא. זיין בלאג, מיטן גיטן ענגליש, האט ער געשריבן פון די הייליגע סקווירא ארויס. ער האט נישט געברויכט גיין אין ערגעץ צו לערנען ענגליש.
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 3:11 am
דורך בונעס איירעס
אנע אריינגיין אין אלע אורזאכען און בוכשטאבן פארוואס ער איז אוועק.... וועם גייט דאס באמת אן?? למעשה זעי איך אז די אלע קומען צוריק נאכמאל און נאכמאל!!! ער געפונט זיך היצט אינעם היימישען קאווע שטיבל!!
אויב גייט אים גוט הלמאי ער האט דאך זיך געפענט דעם קאפ און זעיט די אנדערע זייט פאר נאיווע נאא.... מה לו ולכל בית ישראל?? גיי דעם וועג וואס האסט אויסגעקליבען מיט דיין אייגענעם ווילן, און פארשטייט זיך אייגענעם שפיציגען חכמה, און געוואלדיגע אפענקייט צו וואס האסט געגרייכט.. צו וואס אפי' קוקען אויף צוריק אויף די פארנעבעכטע, אינטערדריקטע, פארפלאגטע, פארצייטישע מצרים קנעכט?? איז דאס אפי' ווערד איר זאלט זיך פאר זיי אפענטפערן און דערקלערן??
ס'קאסט מיר יעדעס מאל א שפאטישען געלעכטער מען הערט נישט אויף דיבעיטן אפען ארויס אויף די וועלט ער ווייסט...
מקען מיינען אז היינטיגע דורות זיך צו עפענען דעם קאפ ברויך מען פארן שטודירן אינעם הויפט שטאט און פראג אדער גאר און בערלין און ווען ג-ט העלפט מע קומט אהיים צוריק נאך 6 יאר שטאדירן האט מען אן אפענעם קאפ אהה א שטודירטער איז אהיים געקומען... וואו זענט איר קליינקעפ?? וואו לאנג העט איר קויפן אט די זונלאזע לוזערישע סעיטמענטס??
לאזט שוין אפ דעם פארנערטען סלאגאן פון "פארמאכטער קאפ"... יעדער איז היינט אפען צו אלעס און אלעמען קיינער איז מער מיוחס מיט אפענקייט
ווען איינער קומט זיך מיר אויפטון אז האט איבערגעלאזט זיין שטריימעל ביי איינעם אין בעיסמענט... און מיט דעם קומט ער מיר פארקויפן אז ער איז גאר דער אפענער קאפ.... צוליב דעם.... איך פרעג איבער... צוליב דעם??? וואו בין איך ??? האב איך גאר געכאפט דעם קלאפ אין קאפ אדער ווער??
אויך עפעס א מין קטנות מע געט איינעם אראפ אלץ גאנצער פראפעסער פארוואס?? ער קען ענגליש... איך האב שוין נישט כח צו לאכען.. חברה איך קען גאר א גוטן פליסיגן פראנצויזיש וואס א טיטול קומט זיך מיר??
און צו ער איז יא צופרידען פון זיין לייו סטיל צו נישט באמת האב איך אסאך וואס צו שרייבען ס'ע נאר צו געדרייט פאר די שעה אויפן געלעגער, (און בעצם קומט יעדע שיח דא אין ק"ש צוריק צום "יודען פראגע" ווארט איך אויף א ענדגילטיגען כל בו "יודען פראגע אשכול" וואו צו לופטערן מער אריכות נישט דארפן יעדעס מאך אנהייבן נאכמאל פון אלף.)
נאר איין קליינע נקודה איינער וואס האט איבערגעלאזט 5 קינדערלעך און גייט זיך אוועק מיטן רוקען און די פוסטע וועלדער אריין אפי' ער איז אין טויזענט פראצענט גערעכט, זאג איך אייך אזא איינער האט קיין איין גוטן טאג און זיין לעבן נישט..!! יעדע נאכט (לאו דווקא דער נאכט איז דער גורם איך באנוץ נאר נאר די אלטוועלטליכען אויסדריק דערויף) דריקט אים, און עגבערט אים, און נאגט אים ביז אין די לעיבר אריין אויף זיין קאלטבלוטיגען בהמה'שטיק וואס ער איז באגאנגען... צו זיינע אומשולדיגע קינדער וואס גייען אויסוואקסן קאליקעס וואו א באבעל אינמיטן וויסטעניש פונעם מדבר, מיט צומישטע געפילן, און צוקלאפטע גייסטן וואס מען קריכט קיינמאל נישט ארויס דערפון (אפי' נאכדעם וואס זיי גייען איבערלאזן דעם שטריימעל ביי איינעם קעלער...) לו יצוע ער האט קיין יוד נישט קיין כח צו זיין. צו ער האלט עס פאר א איבריגע זאך, צו ער גליבט לגמרי נישט. וואס הארט אים צו בלייבן מיטן קאפעל און וואוינען די פרוי וואס האט דיר די אומשולדיגע קינדער געבראכט אויפן בראך שטיל??? און פיר זיך וואו א גוי מיט אלעמען. אבער די קינדער לאז געמאכט..
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 7:02 am
דורך משכיל
ווען מען זאל וועלען אויסרעכענען די פאר גרעסטע נושאים פון יאר 2012 וואס איז נוגע דעם כלל ישראל, וועט אפשר די וועבערמאן פרשה זיין # 1 ,י
אנדערע נושאים:י
סיום הש"ס
סיטי פילד
אבאמא בחירות
סענדי שטארעם
iron dome
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 8:19 am
דורך איחוד פעלד
בונעס
ביסטו ערענסט מציע אז איינער וואס האט נישט ליב זיין ווייב און זי מיינט אידישקייט ערענסט, זאל פעיקען און בלאפען און בלייבען מיט זיין ווייב און קינדער אפילו ער ווערט משוגע צודרייט טאג איין טאג אויס?
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 8:30 am
דורך בדחן
איחוד פעלד האט געשריבן:בונעס
ביסטו ערענסט מציע אז איינער וואס האט נישט ליב זיין ווייב און זי מיינט אידישקייט ערענסט, זאל פעיקען און בלאפען און בלייבען מיט זיין ווייב און קינדער אפילו ער ווערט משוגע צודרייט טאג איין טאג אויס?
איחוד ביסט ערענסט מציע אז איינער וואס האט נישט ליב אידשקייט זאל עס ח״ו איבערלאזן?
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 9:34 am
דורך געוואלד געשריגן
משכיל האט געשריבן:ווען מען זאל וועלען אויסרעכענען די פאר גרעסטע נושאים פון יאר 2012 וואס איז נוגע דעם כלל ישראל, וועט אפשר די וועבערמאן פרשה זיין # 1 ,י
אנדערע נושאים:י
סיום הש"ס
סיטי פילד
אבאמא בחירות
סענדי שטארעם
iron dome
I think you mean operation pillar of defense, not iron dome.
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 10:08 am
דורך משכיל
די אלע וואס זיינען נישט צופרידען מיינט נישט אז איבערלאזען אידישקייט וועט זיי מאכען מער צופרידען, אויך נישט איבערלאזען די ווייב, עס איז נאר דער ענין פון עבדא בהפקירא ניחא ליה, אויך להתיר להם עריות בפרהסיא כדאיתא בסנהדרין סג:,י
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 10:45 am
דורך sunbar
משכיל האט געשריבן:די אלע וואס זיינען נישט צופרידען מיינט נישט אז איבערלאזען אידישקייט וועט זיי מאכען מער צופרידען, אויך נישט איבערלאזען די ווייב, עס איז נאר דער ענין פון עבדא בהפקירא ניחא ליה, אויך להתיר להם עריות בפרהסיא כדאיתא בסנהדרין סג:,י
און וואס איז מיט די מענטשן וואס גייען אוועק צוזאמען מיט די ווייב?
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 11:00 am
דורך משכיל
איך מיין אז עס איז דא ווייניג ו וואס מאכען א ווילדע מאוו צוזאמען מיט די ווייב, צו ווערען גאנץ פריי
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 11:12 am
דורך יואליש
משכיל האט געשריבן:איך מיין אז עס איז דא ווייניג ו וואס מאכען א ווילדע מאוו צוזאמען מיט די ווייב, צו ווערען גאנץ פריי
ווייל איינע פון דו צוויי ווילן נישט. אבער געניג וואלטן גערן געגייגנען אין פארלעך. איז די פראגע וואס טיט זיך מיטן להתיר עריות. זיי טוישן דאך די נאמן פון חיים שטינקעוויטש צו משה שטינקעוויטש.
וו
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 11:14 am
דורך קאווע טרינקער
משכיל האט געשריבן:איך מיין אז עס איז דא ווייניג ו וואס מאכען א ווילדע מאוו צוזאמען מיט די ווייב, צו ווערען גאנץ פריי
למשל זיי
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 11:23 am
דורך בן תמליון
שלום ייש"כ פארן שרייבן. אנטשולדיקט מיין פערזענליכן אייך דערמאנען אזוי נעגאטיוו כ'האב געמיינט בכלליות א מענטאליטעט וואס איז זייער שכיח ביים OTD געמיינדע. (דערמאנט מיר וואס איינער האט געשריבן ביים קאונטער סיטי פילד ראלי "זאלן אלע אינעם סטאדיום באקומען קענסער און שטארבן"). אפשר וואלט איר מיט אונז מער מיטגעטיילט איבער אייער ערפארונג? איך מיין מיר אלע וואלטן אייך דאנקבאר געווען. ווי איר שרייבט אליין האט איר איבערגעלאזט דעם חסידישן געזעלשאפט מיט אייער משפחה ווייל איר האט נישט מער געהאלטן ביים לעבן א דאפלטן לעבן נאכן פארלירן די אמונה. קוקנדיק צוריק ווען איר קענט ווען צוריקדרייען דעם זייגער וואלט איר אנדערש געטוהן? יעצט ווען איר האט געלעבט ביידע וועלטן, וויאזוי קוקט איר אן דעם קאנטראסט צווישן דעם תמימותדיקן פארשלאסענער חסידישער וועלט ווי אונזערע בחורים לערענען ריטב"א מיט מנחת חינוך און גייען נאך געלט פאר אידן צווישן דעם ראק-און-ראלל אמעריקאנער יוגנט מיט **** און דראגס? וואס וואלט איר למעשה ג'עצה'ט אזא איינעם וואס לעבט א דאפלטן לעבן, צו איבערלאזן ווייב קינדער באליבטע עלטערן מיט אלעס צי א ווילד פרעמד וועלט וואס איינער וואס איז אויפגעוואקסן ביי אונז איז זייער האקל און קען שנעל חרוב ווערן גייסטיש און פיזיש, אדער זאל ער בלייבן זיך מוטשען אבער בלייבן?
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 11:28 am
דורך יואליש
דו האלסט טאקע אז וואס איינער האט געשריגן ביים ראלי רעפרעזענטירט די גאנצע געמיינדע? און וואס טיט זיך מיט ראדיקאלע מיינונגן וואס זענען אויסגעדריקט געווארן ביי די וועבערמאן סומעטאכע, טוט דאס אויך רעפרעזענטירן די היימישע געמיינדע אין וומ"ס?
ס'געפעלט מיר ווי די זעהסט די וועלט אלס ריטבא און מנחת חינוך ווס. **** און דראגס. ס'קוקט אויס ווי איינער קען ניצן אביסעל פערספעקטיוו אין לעבן.
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 11:32 am
דורך קאווע טרינקער
ס'צייט צו צייטעלן דעם אשכול.
וו"ב ווערט שוין נישט דערמאנט דא.
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 11:35 am
דורך outspoken
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'צייט צו צייטעלן דעם אשכול.
וו"ב ווערט שוין נישט דערמאנט דא.
א פחד ס'ווייניגער ווי א חודש און מ'רעדט שוין נישט

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 11:42 am
דורך קאווע טרינקער
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'צייט צו צייטעלן דעם אשכול.
וו"ב ווערט שוין נישט דערמאנט דא.
סליחה, יעצט זעה איך אז מ'איז שוין עוסק בענין זה.
דאפארשטייסט יאנקל? דאס געשעהט ווען מ'איז מגיב צו שנעל
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 11:45 am
דורך מוח שליט
בן תמליון האט געשריבען
"צו איבערלאזן ווייב קינדער באליבטע עלטערן מיט אלעס צי א ווילד פרעמד וועלט וואס איינער וואס איז אויפגעוואקסן ביי אונז איז זייער האקל און קען שנעל חרוב ווערן גייסטיש און פיזיש"
אוי זאגסטו גוט. ליידער איז דא אסאך עמפיריקעל עווידענס אויף דערויף.
די שרייבסט אן אפציע פין א תמימותידגע בחור אדער א ראק ענד ראלל **** ענד דראג לייפסטייל.
איך וויל אפשר מוסיף זיין א דריטע אפציע צו דיינע ווערטער.
גארנישט אזא תמימותדיגע איד, וואס ליינט אין זעהט. אין טאקע דערפאר בלייבט ער. ער האט הנאה פינעם יפיפותי של יפת זייענדיג באהלי שם. ווער רעדט נאך אויב איז ער א טיפער ביי נאטור אין האט גאר הנאה פינעם אהלי שם זעלבסט. אין איז זיך מעמיק אין א טיפען חסידישען רעיון וואו די ענין פין 'חכמה לפני התחלקות', ד.ה. undifferentiated consciousness. אין קומט פין דארט אהן צום דרגא פין 'אין' ד.ה. nothingness. אין מיט דעם איז זיך מדבק צום הוי"ה, ד.ה. just Being.
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 12:06 pm
דורך בונעס איירעס
סקען זיך איינעם דאכטן ווען מען רעדט פונעם נאוויטעיט פוונעם ציבור, אז מיר וואוינען און די הרי החושך פארשטעקט פון א בייז אויג...
אדער אוואו אונז זעמיר אונטער א פידל קאסטרא רעזיאם וואס האלט זיינע בירגער געשפאנט מיט קייטן...
אבער געוואלד מיר וואוינען דאך אינעם "וועלטס" שמעלץ טאפ א קאלימעטר אריבער דעם מאנהעטן מיר וואויאנען געמישט מיט אלע פעלקער מיר זעין אלעס פונקטליך... איינער מאכט צו די אויגען אויף די גאס?
וואס איז די וועלט מיטן קאלטור אירע פון וואס אט זיי רעדן איז?? אפריקע?? בענגלאדאש?? אויב יא דאן זעמיר טאקע פארמאכט!!
נאר וואס דען מיר ווילן זיין דא וואו מיר זענען געבארן ווייל נאך אלעם איז דאס די בעסט פאר מיר...
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 12:16 pm
דורך יואליש
בונעס איירעס האט געשריבן:סקען זיך איינעם דאכטן ווען מען רעדט פונעם נאוויטעיט פוונעם ציבור, אז מיר וואוינען און די הרי החושך פארשטעקט פון א בייז אויג...
אדער אוואו אונז זעמיר אונטער א פידל קאסטרא רעזיאם וואס האלט זיינע בירגער געשפאנט מיט קייטן...
אבער געוואלד מיר וואוינען דאך אינעם "וועלטס" שמעלץ טאפ א קאלימעטר אריבער דעם מאנהעטן מיר וואויאנען געמישט מיט אלע פעלקער מיר זעין אלעס פונקטליך... איינער מאכט צו די אויגען אויף די גאס?
וואס איז די וועלט מיטן קאלטור אירע פון וואס אט זיי רעדן איז?? אפריקע?? בענגלאדאש?? אויב יא דאן זעמיר טאקע פארמאכט!!
נאר וואס דען מיר ווילן זיין דא וואו מיר זענען געבארן ווייל נאך אלעם איז דאס די בעסט פאר מיר...
כ'שטים צו. יעדער זאל קענען באשליסן ווי ס'איז דאס בעסטע פאר אים.
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 1:44 pm
דורך בן תמליון
יואליש האט געשריבן:דו האלסט טאקע אז וואס איינער האט געשריגן ביים ראלי רעפרעזענטירט די גאנצע געמיינדע? און וואס טיט זיך מיט ראדיקאלע מיינונגן וואס זענען אויסגעדריקט געווארן ביי די וועבערמאן סומעטאכע, טוט דאס אויך רעפרעזענטירן די היימישע געמיינדע אין וומ"ס?
ס'געפעלט מיר ווי די זעהסט די וועלט אלס ריטבא און מנחת חינוך ווס. **** און דראגס. ס'קוקט אויס ווי איינער קען ניצן אביסעל פערספעקטיוו אין לעבן.
ניין איינער רעפרעזענטירט נישט א גאנצע געמיינדע, נישט ווי די מידיע און די גאנצע OTD חברה וואס הערן נישט צו ליארמען איבער גאנצע שטעט פון חסידישע מאלעסטערס ווייל עס איז דא באשולדיקונג אויף איין מענטש. די מענטאליטעט פון שענדליכע האס צו יעדן פון זייער געוועזענע געבורטס ערטער איז זייער שכיח כמעט קיין איינער פון זיי איז אבזשעקטיוו און וועט זיך ערלויבן א גוט ווארט אויף אונז. איך קען דיר ברענגען אסאך דוגמה'ס אט למשל דעם מארגן נאכן טרעפן לייבי קלעצקי'ס צושניטענעם קרעפער איז געווען אן ארטיקל אויף אנפייעס מיט א באשולדיקונג אז אלע חסידים זענען שולדיק אויף זיין טויט ווייל מיר באשוצן מאלעסטערס און גיי ווייס פארוואס נאך. אביסל שפעטער האט שמואל כץ געשריבן א גאנצער מאמר מיט טענות הלמאי מיר זיכן נישט קיין ספאנישע פארלוירענע קינדער נאר די אייגענע אבער קיין גוט ווארט איבער די טויזענטער אידן וואס האבן געזוכט און געוויינט אויף א אומשולדיק שעפעלע וואס די גויאישע מידיע האט באוואונדערט אבער אונזערע פארלוירענע ברודער האבן אויסגענוצט די טראגעדיע פאר פערזענליכע פאלשע חשבונות.
איך מיין אז צו זאגן אמעריקאנער פאפ קולטור האט היפש צו טוהן מיט ראק ענד ראל בעת אונזער האט היפש מיט ריטב"א און מנחת חינוך איז נישט אזוי איבערגעטריבן.