בלאט 3 פון 3
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:12 pm
דורך זר זהב
עורה-טאן מאכט זייער אקשען דע מוצ"ש, אין די היימישע אידישע צייטונגען ווערט ווי פארשטענדליך ארויסגענומען פון זייער עד אז מ'קען עס אויסהערן אויף די ראדיא.
נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 12:50 am
דורך גנדי
יעצט ארבעט די סקווירא רבי אויף כשר'ע טעיפ-ריקארדערס אן ראדיא...
נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 2:46 pm
דורך מאטי
איך האב יעצט געליינט צום ערשטען מאל ישר כח לעמאן פארן ברענגען.
איז מסתבר אז אין סקווירא הערט קיינער קיין ראדיו? אינדערהיים מילא, אבער אין קאר ? זייער נישט שכיח אז א אינגערמאן זאל צום ערשטען מאהל און זיין לעבן ווערן עקספואזט צו ראדיו חוץ אויב זיין טאטע און זיין פעטער שוואגער זענען געווען ממש אויסגערופענע יחידי סגולה פרומער טיפן (פארשטייט זיך נישט געכאפט א היטש מיט געפילטע פיש) . אלזא איך קוק עס אן איבערגעטריבן.
נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 5:36 pm
דורך געפילטע פיש
שטעל דיך פאר ער וואלט געכאפט א היטש מיט מיר, וואלט ער נאך היינט געווען פרום!
נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 5:43 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'האט אמאל א קאר-סערוויס דרייווער געפרעגט: פארוואס ווען איך גיב א רייד פאר צוויי מענטשען אויף אמאל, בעהטן זיי אויסצולעשען דעם ראדיא, און ווען איך נעם איינעם בעהט ער אנצוצינדען דעם ראדיא?