אישתישבי האט געשריבן:לדעתי איז נאך מער, אפילו די פאר קליינע נקודות וואס דארט איז כלומר'שט יא דא א בחירה, איז אויך נישט אזוי, ווייל אלע דעות קדומות און המשכות אויף דער זייט צו אויף דער זייט קומען פין פריערדיגע גורמים וואס האבען אריין געלייגט דער מענטש אין דער פאזיציע, און די גורמים האט ער זיך נישט אליין בוחר געוועהן, ממילא איז דער בחירה אויך פאלש.
דאס איז שוין אויסגעשמיסט געווארן פריער דארך נהורא נפישא און אנדערע וואס האבן געוואלט זאגן אז א
יעדער זאך וואס מיר אבזערווירען זעען מיר cause and effect דע law פין causality
דאס מיינט לכורה די רגע וואס איז דא א cause און נישט דא מער קיין פלאץ פאר קיין options און
נאר איין outcome איז שייך
ווער האט דיר געזאגט דער כלל איז אמת אייביג?!?
א. אסך זאגן אז מיר אבזערווירען און קוואטעמ-מעקעניקס ממש די פארקערטע, מיר זען אז א קאס לאזט איבער מער וואו איין עפעקט
אויב סייענס געט זיך אפ מיט observations קען מען נישט ניצען אפשר וועלן מיר איינטאג איינזען אז קוואטעם-מעקעניקס איז נישט רעדעם
(ודלא כשבת)ב. דער כלל איז אבזערווירט נאר און דער פיזישע-מאטריליסטישע וועלט, אויב זאל איך אננעמען אז "קאנשענעס" איז נישט מער וואו ביילאגיע, קען זיין אז די טענה וועט זיין א טענה אויב אבער זאל איך האלטן אז קאנשענעס איז מער וואו געוויעס מאליקיאלס, און אזוי האלטן די וואס האלטן פין בחירה חפשית -
(מיט דעם פאלט אוועק די וואס פרעגן וועגן חקירה און בחירה - אויב מען איז נישט אויבערפלעכלך איז דאס נישט קיין סתירה)ג. איך האב יעצט צוויי options אדער צי שרייבן ווייטער אדער צי גיין ארבעטען, איך
אבזערוויר מיט מיין כח פין introspection אז איך האב מער וואו איין option יעצט, קען זיין איך בין גערעכט קען זיין נישט, אבער פארוואס זאל איך אננעמען די כלל פין causality ווען מיין אבזערוואציע זאגט מיר אנדערש? - ווער זאגט אז די 5 חישים זענען גובר אויף introspection (איך האלט גראדע פארקערט, ואכ"ם)
ד. גיין ארבעטן האט גובר געווען, צווישען די צוויי options (אויף שרייבן די ליין זעלבסט, בין איך נישט זיכער איך האב געהאט בחירה)