בלאט 3 פון 7
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 7:54 am
דורך מאנדלבאום
יאיר האט געשריבן:טישו באקס האט געשריבן:כאפ א שפאציר אין אלט שטאט ירושלים, (אפילו סאטמארע גייען אהין און מ'קען זעהן דעם כותל פון א הויכן פלאץ פון אנטקעגן). פארשטייט זיך מיט איינעם וואס איז שוין באקאנט אינעם געגנט, כדי נישט בטעות אריינצובלאנדזשען אינעם אראבישן קווארטל.
דו דערמאנסט מיר גוטע צייטן, ווען איך האב פרובירט אליין ארויסצושפאצירן פון אלט שטאט דורך שער יפו מיט מיין אשת חיל. א שרעק האט אונז באפאלן זעענדיג די לאנגע געדרייטע וועג אזוי ווי א מעיז און ביז עטליכע סעקונדעס בין איך געווען פארבלאנדזשעט אין א מעיז פון שרעקעדיגע אראבער מיט נארגיילעס אין פיסק און טיכלעך אויפ'ן קאפ זיצן מיט צוזאמגעלייגטע פיס ביי די טירן פון זייערע געשעפטן. די מאדנע ריחות פון די טויזנטער געווירצן האבן נאך צוגעגעבן צו די פארכטיגע שטימונג, און איך האב געמיינט אז מיין נשמה פליט מיר ארויס. צום מזל האב איך אויפ'ן פלאץ געכאפט אז דאס איז געקומען אלס אן עונש פאר'ן באזוכן דעם כותל, און תיכף ומיד געמאכט א קבלה אז לדעתי, לדעתי, טרעט איך מיר נישט אריין אינ'ם טריפה'נעם כותל און מערת המכפילה וכל שם וחניכא דאית להו, ווען נישט דעם וואלט איך נאך היינט געווען דארט. ווען איך האב זיך דערזען מיט גאנצע גלידער הינטער דעם ברייטן טויער וואו א שנארער מיט אפגעהאקטע פיס האט מיר שוין אפגעווארט אויף א ווילטשעיר און א טעלער שקלים, האב איך אפגעאטעמט און תיכף ומיד מרוב התרגשות צוריקגעגאנגען צום כותל אפגעבן א שבח והודיה פאר'ן אויבערשטער.
אה הא. איז וועגן דעם זענט איר געגאנגען צום 'הייליג' פלאץ לצורך 'התעלות' ווי פאלגענד:
יאיר האט געשריבן:אה האב איך געמאכט א לעבן אין אילת. דער גאנצער טריפ איז געווען ווערד בלויז פאר דעם.
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 9:24 am
דורך in-Kolel
איך האב אן אלטע שאלה... איז דאס הייליג לאנד אינטערסאנט צי גיין באזיכן מיטן בני בית אדער איז דאס מער בחורים סטייל?
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 9:35 am
דורך לעמיל
ווענדט זיך וויפיל געלט ביסט גרייט אויסצוגעבן
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 10:56 am
דורך שמעקעדיג
ס'איז דא א מקום פאר ביידע, און ס'ווענדט זיך אויך אביסל אויב די בני בית איז אוואנטוריסטיש געשטימט, אדער האט מורא ארויפצוקריכן א בארג, ווער רעדט נאך פון פארן מיט טראקטרונים..
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 2:51 pm
דורך מיין מיינונג
אני הקטן בין שוין געווען מיטן פרוי עטליכע מאל אין ארץ ישראל. איך בין נאכנישט געפארן מיט איר קיין אינטערנאציאנלער טריפ חוץ קיין ארה"ק. פלארידע, קאלעפארניע און אפילו וועיגעס יא, אבער קיין שווייץ? וואס איז דא צו טון דארט חוץ קוקן שניי'איגע בערג?...
קודם כל איז לדעתי ארץ ישראל דאס גרינגסטע פלאץ פאר אידישע באדערפענישן, האסט כשר'ס איבעראל, מנין ווי אימער דו דרייסטיך און עבאוו אלל איז דער פאקט אז אין דעם קליינעם פיצי לאנד איז דא וואס צו טון אזויפיל הן ברוח והן בגשם אזש איך בין נאך אלץ נישט פארטיג.
דער סדר פון אונזער באזוך גייט געווענליך (נאך זעקס מאל הייסט שוין געווענליך, איא?) ווי פאלגאנד: מ'קומט אן קיין ירושלים עיה"ק וואו מ'פארוויילט אויף 2 טאג און אויף שבת קודש. אין ירושלים פארברענגט מען א טאג אין אלט שטאט, אמת אז ס'דא אסאך בחורישע פלעצער, אבער ס'דא אסאך פלעצער ווי ס'פונקט אזוי אינטערעסאנט פאר א פארפאלק. א טור אין עיר דוד מוזיעם איז געוואלדיג, א שפאציר איבער די סמטאות עיר עתיקה האט דיך נישט זיינס גלייכן. דערנאך איז דא די גרויסע ממילא שאפינג מאל ווי מ'פארברענגט א האלבן טאג. און ווי קען מען פארגעסן גיין באזוכן די ליבע מאמע רחל, פאר די פרויען איז דאס זיכער דערהויבן...
ווען איך בין דארט געווען טאקע פאריאר תיכף נאך פסח איז געווען אויפגעשטעלט דעמאלס א ריזן "עיר הקרח" א אייז שטאט, זייער א אינטערסאנטע אטראקציע.
נאך ירושלים לאזט מען זיך ארויס קיין גליל, איין טאג איז כולו רוחני מירון, צפת, און טברי' די קברי אבותינו ורבותינו. דערנאך פארוויילט מען אין טברי' אויף 2 3 טאג. אין טברי' איז דא אסאך וואו צו גיין, גרויסע פאן פארקס און אטראקציע ערטער ביים וואסער. אזוי אויך פארט מען צו קיין גולן באזוכן יעדעס מאל א אנדערע וויין פירמע, ס'דא דארט אפאר טשאקלאד פירמעס ווי זיי גיבן טור'ס.
א שבת אין צפת... איי ווי נעמט מען ס'פעדערל צו באשרייבן א שבת אין צפת. האמת אגיד אז זייענדיג דארט אלס בחור האב איך נישט געהאלטן אז מיין פרוי וועט דאס ענדזשויען נאך די חתונה. אבער למעשה איז זי שוין כמעט א גרעסערע צפת פען פון מיר. צפת ברויך מען אין ערגעץ נישט גיין, בלויז זיצן אויף די טעראסע און אריינאטעמען ריינער צפת'ער לופט איז אלעס ווערט. דער שב"ק האט דארט אלע טעמים, די קארלבאך תפילות, דער ברסלב'ער קבלת שבת על פני השדה, א טבילה שב"ק צופרי און מקוה אריז"ל, דער שבת נאכמיטאג שפאציר אין אלט שטאט און דער פיצא מוצ"ש ביי ירושלים פיצא איז אויך א חלק פונעם שבת...
נאך שבת גיימיר קיין תל אביב פון וואו מ'כאפט א קליינעם פליגער רייזע פון א שעה צייט קיין אילת. אין אילת איז ענדלעס ווי מ'קען אלץ גיין. עיר המלכים איז א קיילעכיגער טאג, דער עיר הקרח מיט די אייזענע קרעטשמע, איימעקס, איינמאל האב מיר זיך אפילו אריבערגעכאפט דעם גרעניץ קיין מצרים דורך גבול טאבה. דערנאך איז דא א הערליכע אונטער-וואסער פארק און מוזיאם פון אלע ערליי פישעלעך, הערליכע קארעלס אונטערן וואסער. א שיף רייזע מיט דורכזיכטיגע פאדלאגע וואו מ'קען זען די ריין ציכטיג בלויע וואסערן פון רויטן ים, א בליק אויפן פאלאץ פון ירדנ'ער קעניג. איין טאג איז מען מקדיש פארן וואסער, פערע-סעילינג, א פריוואטער שיפל אויף א רייזע ארום דעם וואסער. דער גרויסער לונה פארק מיט פילע אטראקציעס און נאך און נאך און נאך...
דערנאך פארט מען צוריק קיין ירושלים אריינצוכאפן אביסל הייליגע לופט בעפאר מ'קישט ס'ערד צו פארלאזן דאס הייליג לאנד און צוריק קיין ניו יורק מ'קומט...
(די אינפארמאציע איז צוזאמגעשטעלט פון א פאר נסיעות מיינע, ווער עס דארף מער הילף קען זיך ווענדן אין אישי)
נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 10:49 pm
דורך הדד בן בדד
א גרויסער שקויעח וויליאמסבורגער פארן עפענען דעם אשכול, און אצינד גיי איך זיך אויך באנוצן דערמיט.
בעז"ה פאר מער דעם זומער קיין א"י מיט די גאנצע משפחה. ס'ערשטע מאל וואס מ'גיימער טון אזאנס, כ'בין שוין אסאך געווען דארט, אבער אלעמאל אליינס, אן די פרוי, אן די קינדער, אבער דאס מאל גייט מען מיט דאס גאנצע געזונדל. דארף איך טאקע אביסל הילף דא פון דעם עולם.
קודם לאמיך פרעגן וויליאמסבורגער, דור שרייבסט אז דו האסט ארום שפאצירט אין אלט שטאט, אין אלע פיר קווארטלען, איז עס נישט דעינדשרעס? אויב מען קען, וויל איך עס אויך טאן מיט די משפחה, אבער איך האב אלעאמל געווויסט אז מ'קען נישט, מ'טאר נישט, עס איז א מקום סכנה, אראבער, מעסערס. באמת, אויב קען מען דאס טאן פארצייל אביסל מער. אפשר נאר מיט א טור גייד, פארצייל אביסל.
נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 11:10 pm
דורך וויליאמסבורגער
איך ווייס נישט אויב ס'דארף צו זיין א סכנה. איך האב מיך געדרייט דארטען מיט חברים אהן קיין שום טור גייד, און שפאצירט ווי די פיס האבן אונז געטראגן. אונז האבן יעדעם שיין באגריסט און געקוקט אויף יעדעם מיט א שמייכעל אז מ'זאל זעהן אז מיר זענען נישט קיין שונא, און מ'האט שפאצירט! ווי געזאגט זענען מיר אנגעקומען אין אלע פיר קווארטלען און געשמועסט מיט די מענטשן וואס באוואוינען די פיר קווארטלען.
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 2:59 pm
דורך לעמיל
הדד איך האף דו גייסט קענען שרייבען פון דארט
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 3:08 pm
דורך הדד בן בדד
וויליאמסבורגער מאכסט מיך געהעריג דשעלעס. איך וועל מוזן טרעפן א וועג צו קענען גיין דארט
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 3:09 pm
דורך וויליאמסבורגער
וואס מיינסטו מיט "טרעפען א וועג"? מ'גייט....
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 3:13 pm
דורך וויליאמסבורגער
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 9:23 pm
דורך קינות גירושין
קען מען גיין jet ski ערגעץ לעבן ירושלים געגענט? ביים כנרת? וועלכע איז א קלינערע וואסער איך וויל נישט קיין שמיציגע אזוי ווי די שמוציגע וואסערען לעבן nyc,
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 9:35 pm
דורך געפילטע פיש
אין טבריה ביים כנרת איז דא, און איך מיין אין הרצליה איז אויך דא. (הרצליה איז נענטער צו ירושלים ווי טבריה.
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 10:16 pm
דורך קינות גירושין
טענקס געפילטע, ווייסט איינער פון א פליישיגע פלאץ און די געגענט פון ירושלים, ווי מקען פאר 20 דאלער עסן וויפיל סלאזט זיך, כהאב אמאל גהערט איך קען מיך נישט דערמאנען, סדארף צו זיין גאר א גוטע פלאץ
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 10:48 pm
דורך מיין מיינונג
דו רעדסט פון פופוגיי'? דארט איז דאס עסן צוגעשטעלט אויף א באפעט סטייל.
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 10:54 pm
דורך קינות גירושין
מיין מיינונג האט געשריבן:דו רעדסט פון פופוגיי'? דארט איז דאס עסן צוגעשטעלט אויף א באפעט סטייל.
יא ווי איז דאס?
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 11:00 pm
דורך מיין מיינונג
אין תלפיות, געציילטע מינוטן פון י-ם.
רח' יד חרוצים 3
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 11:01 pm
דורך געפילטע פיש
שערי שניצל\שמחה שטייט נאך? דאכט זיך מיר אז זיי האבן אויך געהאט א בופעי פאר א צונעגליכע פרייז. זיי זענען אויף רח' חבקוק.
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 11:05 pm
דורך מיין מיינונג
יא שערי שניצל איז נאך אפן. פופוגיי איז אבער מער א אפסקעיל רעסטוראנט.
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 11:10 pm
דורך איך אויך
וועלכע הכשר טראגט עס?
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 11:13 pm
דורך מיין מיינונג
כשר למהדרין...
גענוג?
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 11:19 pm
דורך געפילטע פיש
תלפיות איז טעקניקלי אין ירושלים.
זיי שרייבן אז ס'איז OU ישראל. [url=http://www.papagaio.co.il/sitefiles/1/5527/43615.asp?snif=éøåùìéí]פאפאגאיו[/url]
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 11:52 pm
דורך קינות גירושין
שכוח גיימער האבען א פיינע נאכטמאל