איך האף ס'נישט צו שפעט זיך צו באציען צום נושא האשכול זעלבסט
(נאך וואס @מי אני האט געמאכט פילאזאפישע צימעס פון די ארטיסטישע ווערק..).
מ'קען באמת פארשטיין די שאלה אויף צוויי וועגן. איינס, צו אידישקייט ביסודו האט וואס צו זאגן אויף ארט. און צוויי, צו עס איז היינט צוטאגס - מיט די היינטיגע אידישקייט - קאמפעטיבל צו זיין א פולע איד - עובד השם - מיט אן ארטיסט ביינזאם.
די תשובה אויף די צווייטע כמובן ווענד זיך אין די אינדיווידואלע פערספעקטיוו וואס אידישקייט מיינט - וואס עס לאזט און וואס נישט - כהיום, און בפשטות איז די אנגענומענע מהלך א גרויסן 'לא' מיט אן ארטיסטישן 'אלפ'א.. ווייל אידישקייט איז געווארן א דאגמאטישע סיסטעם געדרייט (אדער צודרייט..) ארום לערנען יומם ולילה, אדער די חסידישע קאנטער-פארט פון זיין אן עובד השם יומם ולילה, און נישט זיך אפגעבן מיט די גוף (#יוונים - מתיוונים) אדער פאקטן/חכמה (#השכלה).
בנוגע אידישקייט ביסודו, דארף מען נישט מער ווי קוקן אויף די פילצאליגע ראשונים וועלכע האבן זיך אסאך אפגעגעבן מיט פיוטים וכדו'.
אבער מער ווי דעם, אידישקייט איז קיינמאל נישט געווען (-מתחילתו) קיין קאמפריהענסיוו לעבנסגאנג צו איינטיילן איבער דאס גאנצע הלוך ילך פונעם מענטש בכלל
(-עס איז באמת א לענגערע נושא פאר זיך),
און ווי באקאנט טענה'ט מיכאל אברהם אז אידישקייט איז בעצם נאר דא פאר די חלק פון דת - ניטאמאל מוסר, וואס דאס אליין איז גראדע נישט ממש מוסכם לכל ווייל מ'זעט יא זייער אסאך ענייני מוסר שוין אין די תורה אליין,
(שוין אפגערעדט אין חז"ל. אבער איבער דעם קען מען שוין דן זיין וואס רעכנט זיך בכלל 'אידישקייט' לכתחילה ווען מ'איז דן אזא נושא..), וואס מ'זעט אבער קלאר איז אז עס איז געווען אזא קאמפלימענטרי טייל צו דעם נארמאלן - מענטשליכן - הלוך ילך, ס"ה צולייגענדיג מצות און עניינים צו פארהייליגערן און פארבעסערן דעם לעבן
(אייזיק הירש ווייס בספרו דור דור ודורשיו כידוע טענה'ט אז מתחילה זענען אפי' די מצוות געווארן אנגעקוקט מער אפציאנאל און נישט אזוי מחייב ווי בזמן חז"ל..) .
אן אריינגיין אין די פרטים פון די עוואלוציע וואס אידישקייט איז אריבער, איז אבער קלאר אז אפי' בימי חז"ל - און אייגענטליך ביז נישט אזוי לאנג צוריק - איז אידישקייט געווען מער ווייניגער איינגעטיילט אין צוויי, עס איז געווען די קבוצה פון תלמידי חכמים וועלכע האבן בוחר געווען צו זיין פון די 'שבתי בבית השם' חברה, זיי האבן געלערנט אגאנצן טאג, זיי האבן פארשטייט זיך גע'פסק'נט אלע שאלות און געפירט דאס פאלק וכו'. און פון די אנדערע זייט זענען געווען די טויזענטער עמי הארץ / בורים/ עם שבשדה
(וועלכע זענען ניטאמאל געקומען צו תקיעת שופר אין ביהמ"ד, עי" גמ' ר"ה) וועלכע האבן מיט אידישקייט ווייניג געהאט צוטון חוץ פון די פאר הלכות וואס זיי האבן געקענט און געוואוסט צו זאגן...
די גאנצע מושג אז 'יעדער איז מחויב צו לערנען' אייביג און אלעמאל, און אז נאר דאס איז די עיקר אידישקייט וכדו', איז בהחלט א צוגעקומענע נושא
(והא ראי' עזרא האט בכלל מתקן געווען צו ליינען דריי מאל א וואך - וואס פארדעם האט מען ניטאמאל אזוי פיל געלערנט...), און ווי עס שיינט איז עס געווארן מער און מער דאגמאטיש מיט די יארן און דורות, ביז ווי מיר שטייען היינט אז גארנישט פון א 'נארמאל לעבן' ציילט זיך ביי אונז חוץ פון 'תורה, יראת שמים, ועבודת השם', וועלכע איז אלעמאל געווען - אבער נישט מער ווי א צוגעלייגטע שטיקל צו דאס זיין א נארמאלע, באזעצענע, צופרידענע מענטש, וועלכע ארבייט פאר זיין פרנסה, האט הנאה פון די וועלט, און גיבט זיך אויס זיינע טאלאנטען...
צוריק צו ארט, איז לכאו' די תשובה אז 'אידישקייט' האט נישט קיין סאך צו זאגן איבער דעם, (אזוי ווי עס זאגט נישט קיין סאך איבער טעכענאלאגיע אדער אפי' סייענס..) אבער אין טראדיציאנאלע אידישקייט איז דאס פונקט ווי יעדע אנדערע נושא וואס א מענטש וועלכע פילט זיך מחובר דערצו
(און איז נישט אויסן זיך אוועק צו געבן כולו פארן באשעפער..) האט די פולע מעגליכקייט דאס אויסצופירן כאות נפשו הטובה עליו...