בלאט 3 פון 3

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:05 am
דורך משגיח
signout האט געשריבן:
משגיח האט געשריבן:נאכן גאנצן אפציילונג האט יהדות התורה באקומען א זיבעטן בענקעל. אמנון יצחק האט גוט צוגעפיקסט ש"ס דורכן גורם זיין אז ש"ס זאל פארליקן צוויי בענקלעך וואב דאס איז געווען זיין ארגענעלע ציל צוצופיקסן ש"ס

אמסלם האט מער צוגענומען ווי אים, אויב זיין גאנצע ניצחון איז נאר דאס אז ער האט ציגעפיקסט ש''ס איז ער א לוזער

דאס איז לכתחילה געווען זיין ציל .ער האט ער דאס שוין געזאגט און א סטעטמענט ביים עפענען זיין פארטיי

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:06 am
דורך משגיח
לעמיל האט געשריבן:btw שלום עליכן משגיח מאכט אייך באקוועים

שכח פאר דיין באגריסונג

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 3:00 pm
דורך עוד מישהו
יעצט נאך די בחירות און נאכן ציילן כמעט אלע שטימעס, (די שטימעס אין דאפעלטע ענועלאפס ווערן יעצט געציילט, סאלדאטן, דיפלאמאטן און קאנסול אדער אמבאסאדארן) שטעלט זיך ארויס אז בערך 247 טויזענט שטימעס ווערן פשוט ארויסגעווארפן, ווייל זיי האבן געשטימט פאר פארטייען וואס זענען נישט אריבער די מינימום צו קענען אריין אין כנסת, די צאל ארויסגעווארפענע שטימעס איז ווערט 9 כנסת מאנדאטן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 8:25 pm
דורך שמעקעדיג
יעצט באקומען:

לפי הרב עובדיה מי שלא מצביע ש״ס הולך לגיהנם, ולפי הרב שטיינמן מי שלא מצביע ג׳ שילך לגיהנום, ולפי הסאטמר רב מי שמצביע ילך לגיהנום, בקיצור ניפגש כולנו שם..

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 8:36 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'איז "הענקי"? ס'דא פלאץ פאר יעדעם דארט?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:09 pm
דורך היימישער ליטוואק
39 חברי כנסת זענען פרום! דאס מיינט אז א דריטל 1/3 פון כנסת איז שומר תורה ומצוות!!
משיח'ס צייטן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:10 pm
דורך יאיר
חברי כנסת המינים זענען פרום? ס'איז דאך א סתירה מיניה וביה!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:22 pm
דורך געוואלד געשריגן
יאיר האט געשריבן:חברי כנסת המינים זענען פרום? ס'איז דאך א סתירה מיניה וביה!


ער האט געשריבן כנסת..נישט כנסת המינים. סאָ ס'איז נישט קיין סתירה

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:36 pm
דורך היימישער ליטוואק
יאיר, איך בין נישט זיכער צו דו ביסט סארקאסטיש אדער ערנסט. יעדנפאלס, די כנסת איז א כנסיה פון מענטשן, אויב זענען זיי מינים איז דאס א כנסת המינים, אויב שותומ"צ איז דאס א כנסת ישראל, אויב א דריטל פרום איז דאס א דריטל כנסת ישראל און מיט האפענונג אז בקרוב וועט דאס פארוואנדלט ווערן צו בלויז פרומע אידן צו א כנסיה שהיא לשם שמים.
ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים.

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:29 am
דורך sunbar
בלויז 400 וואוטס איז געווען דאס וואס האט געגעבן די זיבעטע בענקל.