בלאט 3 פון 4
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 9:42 pm
דורך יידל
אולי ווען עס איז א פארמאלער אקט (אזוי ווי מ'טוט היינט אין די מערב וועלט, עיין
כאן בדקה ה-3:35)
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 9:53 pm
דורך באשטעטיגט
אברעמעל האט געשריבן:ווען איז דא חיבק ונישק שלא לשם חיבה?
קיק אריין אין יענע תשובה, אויכעט עפעס וואס קיין רב היינט וואלט מתיר געווען, איך דארף האבען די גיטע שרייבערס זאלען יענצט אראפלייגען
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 10:21 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:מעגליך אז לצורך פרנסה איז א שטיקל אונס.
אפילו היינטיגע צייטן האט מען מתיר געווען אסאך איסורים, ווי אינטערנעט, גיין קיין מאנהעטן, לאס וועגאס, לצורך פרנסה.
איך קען א יוד? וואס ער מאכט אויף זיין סטאר אום שבת. ערשטנס דרוקט ער דעם קנעפל כלאחר יד. חוץ דעם וואס דעם שליסל פאר'ן קאנטראל באקס האט ער אנגעבונדן אויפ'ן גארטל (ער טראגט נישט מיט'ן עירוב). און די לייטס און דער רעדזשיסטער גייען ביי איהם אויף א שבת זייגער. חוץ דעם טענה'ט ער אז ר'איז א שטיקל אונס. ער דארף פרנסה. אבער ער איז מקפיד אהיימצוגיין עסן טשולנט לכבוד שבת.
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 11:10 pm
דורך שמעקעדיג
ר' בערל. איך פארשטיי נישט גענוי וואס עס דרוקט אייך. (אפשר דער הקפדה'דיגער טשולענט?)
נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 1:39 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:ר' בערל. איך פארשטיי נישט גענוי וואס עס דרוקט אייך. (אפשר דער הקפדה'דיגער טשולענט?)
דער טשולנט דרוקט נישט, ב"ה. וואס ס'דריקט יא איז אז דער איד, מאנ"ש איז מקפיד נישט צו טראגן מיט'ן עירוב. און ער קען אין די זעלבע צייט וואס ער גייט אויפמאכן זיין סטאר אום שב"ק שרייען אויף א צווייטן יוד "שגץ, דו טראגסט מיט דעם טמא'נעם עירוב".
נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 1:58 pm
דורך שמעקעדיג
אבער ווי קומט עס אהער אין דעם אשכול אריין.
נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 2:32 pm
דורך אברעמעל
יידל האט געשריבן:אולי ווען עס איז א פארמאלער אקט (אזוי ווי מ'טוט היינט אין די מערב וועלט, עיין
כאן בדקה ה-3:35)
דאס איז נישט חיבוק,
האסט אפשר דאס געוואלט צוצייכענען..
http://www.youtube.com/watch?v=pkjeaa4vyC0ביי 0:03 און 5:14
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 12:00 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:אבער ווי קומט עס אהער אין דעם אשכול אריין.
אז ר'איז א אונס און ער דארף פרנסה .לכן מאכט ער אויף דעם סטאר אום שב"ק. נאר דער אבסורד פון דעם גאנצן מצב איז, אז ער האלט זיך נאך פאר א צדיק און שייגעצט אן אנדערע יודן וואס טראגן מיט'ן עירוב.
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 3:36 pm
דורך יתרו
לאדיך אפ האט געשריבן:וועגאס, מאנהעטן, אינטערנעט, און נאר נישט פרויען אין אפיסעס?
שמעקעדיג האט געשריבן:פארשטענדליך, ווייל דאס האט שוין געברענגט גרויסע מכשולות אינעם עבר. משא"כ די אנדערע.
אינטערנעט האט נישט געברענגט קיין מכשולות?
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 5:15 pm
דורך שמעקעדיג
שני תשובות בדבר,
ערשטנס, עס איז מעגליך אנע מיידלעך אין אפיסעס, משא"כ די אנדערע;
צווייטענס, זיצן מיט מיידלעך יעדן טאג אין אפיס און עס ווערט לבו גס בה איז מער קרוב למכשול ווי די איבריגע, וועלכע מען קען קאנטראלירן למחצה ולשליש ולרביע, ווי לייגן פילטערס וכדומה.
ופשוט הוא.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 3:20 pm
דורך יתרו
הרב שמעקעדיג
ערשטענס עס איז דא טעטעס וואס קענען נישט חתונה מאכען זייערע טעכטער אנדעם
צווייטענס איך קען מער מענטשן וואס האבן געגליטש וועגן אינטערנעט ווי מענטשן וואס זענן נכשל געווארן פון לבו גס בה [אייגענטליך קען איך נישט קיינעם, אויסער די ליטעראטור-מעשיות וואס ווערט פארשפרייט אין בתי מדרשים].
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 3:44 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:אבער ווי קומט עס אהער אין דעם אשכול אריין.
אזא שייכות ווי רוב תגובות האבן צופ קעפל פון אשכול. והשנית. זיך סתם אראפגערעדט פון הארץ. פאר וועם דען זאליך פארציילן מיינע מעשיות פאר מיין ווייב? זי קען שוין אלע מעשיות פון אויסנווייניג.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 3:50 pm
דורך berlbalaguleh
יתרו האט געשריבן:הרב שמעקעדיג
ערשטענס עס איז דא טעטעס וואס קענען נישט חתונה מאכען זייערע טעכטער אנדעם
צווייטענס איך קען מער מענטשן וואס האבן געגליטש וועגן אינטערנעט ווי מענטשן וואס זענן נכשל געווארן פון לבו גס בה [אייגענטליך קען איך נישט קיינעם, אויסער די ליטעראטור-מעשיות וואס ווערט פארשפרייט אין בתי מדרשים].
שקויעך. ס'איז שני כתובים המכחישים זה את זה. מוז זיין עד שיבא הכתוב השלישי ויכריע ביניהם. איכ'ל זיין דער כתוב השלישי. די וואס זענען אפגעפארן צוליב'ן אינטערנעט זענען שוין געווען פארדארבן פון פריער. איך קען מער מענטשן וואס זענען
נישט אפגעפארן צוליב'ן אינטערנעט.
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 12:45 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
די וואך האב איך געזעהן אין א בראשור אז דושינסקיא רב שרייט וואס עפעס נאר א צוועלפטע קלאס סעמינאר? עס וואלט געברויכט זיין א דרייצענטע קלאס אויך!, ער זאגט עס וואלט געווען א גאר א גרויסע זאך ווען מען זאל עס קענן דורכפירן.
למעשה אויפ'ן קשיא פון כסף מנלן, כ'מיין פון ווי זאל דער פאטער זיך באקראצן מיט א איבעריגע פינף און צוואנציג טויזענט דאללער חתונה צו מאכן יעדע צוויי יאר, אז ער האט קוים דעם טאג איבערצוקומען?
אויף דעם האבן מיר דעם דובנער מגיד, ער געט א פשוטע עצה, מען פארדינט דאך פון טעקס ריטורען 7 טויזענט דאלער א יאר, נו, אז מען לייגט עס אוועק, קען מען חתונה מאכן א יעדע צוויי יאר נאך א קינד (לויט די תקנות פארשטייצעך).
אין אנדערע ווערטער, דאס נעמט דער מגיד אן פאר א פשוטע זאך אז יעדער, אבער יעדער, מאכט פונעם טעקס ריטורען זיבן טויזענט דאללער, סוף כל סוף רעדט ער דאך נאר צו היימישע מענטשן, אזעלכע וואס האבן נישט קיין טעקסט מעסעדזש אויף זייער אבאמא פאון, איי דער וואס דארף עס צו צאלן די רענט ווייל ער איז נאך אויף די וועיטינג ליסט פון סעקשאן אכט, נו מען רעדט דאך פונעם רוב ציבור וואס האבן שוין.
א קיצור עס וואלט געקענט זיין א היכי תימצא אז אין צוויי טויזענט יאר ארום וועט א יונגעל אדער בחור לערנען א גמרא עפעס אזוי.
נכנסו חכמי ישראל להמגיד ואמרו לו -עמך ישראל צריכים פרנסה, אמר להם -לכו והתפרנסו זו מזו, אמרו לו -כיצד, אמר להם, הבנים- מלמדים, משמשים, רבנים, דיינים, גבאים, עסקנים וכו' והבנות- מורות, ועסקניות, אמרו לו, -אין הקומץ משביע את הארי! אמר להם לכו ופשטו ידיכם בגדוד, מיד יועצים במשה דוד, ונמלכים באריה לייב, ושואלים את הבענעפיט עקספערט, ועליהם שרי התאחדות הרבנים .
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 1:15 am
דורך איך אויך
גוטע וואך בענדשי.
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 1:32 am
דורך שמעקעדיג
אין 2 טויזענט יאר ארום? אין אלף השמיני? נע...
ענטפער צו בענדזשאמין פרענקלין
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 1:41 pm
דורך berlbalaguleh
שקויעך פאר'ן אראפלייגן וויאזוי די גמרא וועט אויסזעהן אין צוויי טויזנט יאהר ארום. ס'איז נאר דא איין פראבלעם. דאמאלס וועט שוין שטיין (אין די נייע גמרות) "אין לך עני בישראל שאין לו אינטערנעט".און אפילו מיט עלעקטראניק פיילינג וואס ער'ט פיילן פאר'ן טעקס קרעדיט וועט די ממשלה קענען זעהן וויפיל מאל די משפחה איז געפאהרן קיין פלארידא און קיין אומאן און אויף ל"ג בעומר קיין מירון. און זיי וועלן דאס אלעס אראפרעכענען . אזוי אז ר'עט ח"ו בלייבן נקי. די איינציגע עצה איז אז ר'זאל פאהרן אויף א צווייטן נאמען און ארבעטן אויכעט און דער שטייער קרעדיט זאל גיין אויף זיין נאמען.
נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:19 pm
דורך געוואלדיג
בענדזשעמין האט געברענגט א שיינע מעשה און א פסק פונעם חות יאיר לקולא, איז וויכטיג צו אנמערקן אז כפי ששמעתי (איך האלט אינמיטן זוכן דעם מקור) האט דער חות יאיר מחבר געווען די ספר נישט לפי שאלות וואס איז אנגעקומען צו איהם, נאר יעדע ענין וואס ער האט געוואלט דורך טוהן האט ער אויסגעשטעלט בדרך שאלה ותשובה, והוא נוגע הרבה לענין הלכה.
נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 12:16 am
דורך יתרו
[tag]געוואלדיג[/tag] ביסטעך טועה דאס זאגט מען אויף'ן תרומת הדשן (און אויף שוו"ת תורה לשמה פונעם בן איש חי).
נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 12:21 am
דורך געוואלדיג
קען זיין, אויפן תרומת הדשן איז זיכער אזוי מקובל, לכאורה איז טאקע אויף איהם דאס געזאגט געווארן און נישט אויפן חות יאיר, ואיתי תלין משוגתי.
נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 9:38 am
דורך יהושע חיים
געוואלדיג האט געשריבן:קען זיין, אויפן תרומת הדשן איז זיכער אזוי מקובל, לכאורה איז טאקע אויף איהם דאס געזאגט געווארן און נישט אויפן חות יאיר, ואיתי תלין משוגתי.
אויפן תרומת הדשן שרייבט דאס דער ש"ך און קצ"ו
נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 9:40 am
דורך יהושע חיים
אויב איז טאקע אזוי וואלט עס געוויזן מער לקולא ווייל אז עס איז א שאלה פראבירט מען ווי מען קען מקיל כדי א איד זאל בלייבן מיט פרנסה אבער אז אזא מעשה איז קיינמאל נישט געווען זעהט עס אויס מער ווי א לכתחילה
נשלח: מוצ"ש מאי 28, 2016 11:00 pm
דורך קאווע טרינקער
זיך דערמאנט פון דעם אשכול.
מארק שפירא אין זיי היינטיגען מאמר אויף ספרים בלאג, איז דן איבער די ראמאנטישע שאלות אין חוות יאיר
http://seforim.blogspot.com/2016/05/r-y ... f.html?m=1