בלאט 3 פון 21
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 2:18 pm
דורך gehlungen
לעמיל האט געשריבן:משה רוקח האט געשריבן:איך זעה כסדר ווידיאויס פון אים ווי ער זינגט מיט די בחורים מיט אזא ווארימקייט!
די הארץ צוגייט מיר טראכטענדיג וויפיל בחורים וואלטן ווען געקענט געראטעוועט ווערן אויב גייען אלע ראשי ישיבות אויף דעם מהלך!
אין וויפיל בחורים וואלטען קאליע געווארען אויב אלע ראשי ישיבות וואלטען געגאנגען אויף דעם מהלך???
Sorry but I think the POSITIVE is much more then the NEGETIVE !!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 5:09 pm
דורך דעת יחידאה
דער הייליגער רמב"ם ווידמעט פרק ד' פון זיין שמונה פרקים אויף א וויכטיגע יסוד אין יידישקייט, דער זאך פון נישט גיין עקסטרעם צי רעכטס אדער צי לינקס, נאר אויף א מיטל וועג וואס ער רופט אן דרך הממוצע, עס איז זייער יסודותדיג און ברייט די ענין, אבער די נקודה איז אז קיצוניות איז א פראבלעם פאר די וואיל זיין פון מענטשהייט.
יואל ראטה איז א עקסטרים לינקע מענטש, און אויך איז ער עקסטרים ברעסלוב וואס איז די זעלבע פראבלעם פאר יידישקייט ווי די עקסטרים רעכטע מענטשן און פרומע. יידישקייט מוז באשטיין פון א דרך הממוצע, נארמאלע מענטשן, אבער היינט איז נישט אין סטייל צו זיין נארמאל, יעדער מוז זיין אן אויבער חכם און זיין אדער פרומער פון יעדן אדער קילער פון יעדן. זיין א נארמאלער חסידישע איד ווי די אלטע חסידישע יידן זענען געווען איז מער נישט קיין עסק היינטיגע צייטין. ממילא האט ער אפילו א פאללאואינג פון געהעריגע מענטשן ווייל מען מוז באלאנגען צו א קיצוניתדיגע שטרעמונג. אזוי ווי די ליבערל'ס וואס נישט קיין חילוק וואס סע'איז די אדזשענדע זענען זיי אייביג ליבעראל, דעיס איז עקסטרעמיזם.
איך האב געשריבן אן א סדר און קורץ אבער איך מיין אז מען פארשטייט מיין פינטל
בנוגע די נייע סידי
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:56 pm
דורך נשמה
זיין סידי איז געוואלדיג. ס'גייט לכאורה האבן א גוטן אפעקט. און בנוגע די טענות... ס'איז אלעמאל געווען טענות אויף ברעסלעווע וואס האבן געשלעפט, דער אייבערשטער זאל אונז היטן פון צער ועגמת נפש, קיינער האט נישט ליב ווען זיין קינד קריכט איהם אוועק, ערגעץ אנדערש. דאס איז זיכער אז יש בו דברים טובים, און וועגן דרך הממוצע, ציקער איז גאר זיס, איך נעם פאר מיר אראפ נאר אפאר נקודות, די נקודות זיינע פון לעבן מער מיטן אייבערשטען, בקיצור די ניגונים זיינע... איך מיין אז די וועלט וועט אנהייבן ענדליך איינצוזעהן אז מ'דארף גיין מער מיטן אייבערשטען, ווי רעדן צו איהם און דאס אריינשטעלן מער אינעם חינוך סיסטעם פון היינט און ווייטער, שוין.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:04 am
דורך קפנדריא
איך האב געהערט פון א איד וואס זיין זון - וואס איז געווען - א נארמאלער וואוילער בחור פון א נארמאלע ישיבה און ווארימע גוטע שטוב, און איז אים אהינגעקראכן, [איך מיין איך דארף נישט מסביר זיין וויאוזי דער בחור קוקט יעצט אויס], פארציילט ער, איין טאג איז זיין זון געקומען צום זיידן און געזונגען א ניגון וואס דער אינגערמאן האט פארפאסט, זינגט ער עפעס אזוי, אפילו איך בין אין טיפן גרוב, האט מיך דער אייבערשטער ליב, זאגט אים דער זיידע, גיי זאג דיין ראש אז אפילו מ'איז נישט אין טיפן גרוב האט אויך דער אייבערשטער ליב. די ווערטער זענען זייער טיף, עמוק עמוק!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:41 am
דורך טעפל
טעפל האט געשריבן:איין קליינע שאלה, וועמענ'ס זוהן איז ער? פארוואס גייט ער שיך און זאקען אינדערוואכן? רעבישע אייניקל?
איינער האט אפשר א תירוץ אויף דעם?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:44 am
דורך איך אויך
מיינד יור און ביזנעס.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:23 pm
דורך טעפל
איך אויך האט געשריבן:מיינד יור און ביזנעס.
איי וויל, אבער איך מעג דאס אויך וויסען, סתם נייגעריקייט.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:28 pm
דורך איך אויך
טאקע דאס מיין איך, ער מעג גיין זאקן אויפן קאפ עס איז נישט דיין געשעפט, אויב ביסטו טאקע אזוי נייגעריג קענסטו פרעגן דיין ווייב און קינדער ווי אזוי זייער טאג איז אדורך.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:30 pm
דורך זר זהב
ער איז אן אייניקל פון רעב חזקאל ראטה.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 1:29 pm
דורך טעפל
זר זהב האט געשריבן:ער איז אן אייניקל פון רעב חזקאל ראטה.
א גרויסען שכח ר' זר....
איך אויך, לערן דיך אויס ווי אזוי מעענטפערט ווי א מענטש!!!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 1:38 pm
דורך איך אויך
אקעי ר' יואל קען שוין שלאפן רוהיג וויל דו לאזט עם גיין מיט די זאקן, און דו קענסט שוין שלאפן רוהיג ווייל דו ווייסט שוין פארוואס ער גייט עס.
טענקס איי וויל קיפ עיט אין מיינד.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 1:54 pm
דורך ווייס ווי שניי
איך אויך האט געשריבן:אקעי ר' יואל קען שוין שלאפן רוהיג וויל דו לאזט עם גיין מיט די זאקן, און דו קענסט שוין שלאפן רוהיג ווייל דו ווייסט שוין פארוואס ער גייט עס.
טענקס איי וויל קיפ עיט אין מיינד.
דו קוקסט אויס צו זיין א ברעסלאווער
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 2:05 pm
דורך איך אויך
חחחח איך בין אזוי ווייט פון ברסלב אז נאר.
דער שואל זעהט אויס צו זיין א טיפיקל ווילי סאטמארער חזיר וואס לעבט פון קריכן יענעם אין די קישקע אריין.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 2:12 pm
דורך ווייס ווי שניי
איך בין נישט קיין סאטמערע איך קום נישט פון ווילימסבורג און איך בין נישט קיין חזיר קיין איינע פון די דריי ואס דו זאגסט שטימט נישט i thing something wrong with you
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 2:21 pm
דורך איך אויך
איך האב נישט דיר געמיינט.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 2:24 pm
דורך מיקוה נייעס
די נאר זאל ארויסגיין פון מקוה
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 3:21 pm
דורך טעפל
איך אויך האט געשריבן:חחחח איך בין אזוי ווייט פון ברסלב אז נאר.
דער שואל זעהט אויס צו זיין א טיפיקל ווילי סאטמארער חזיר וואס לעבט פון קריכן יענעם אין די קישקע אריין.
חחחחחחחחחח אשפג lol איך סאטמער??????? אויף מיר שפייט מען ווייל איך בין אציוניסט!!!!! איך וואוין אפילו נישט אין אמריקא....כהאב אמת געפרעגט פאר נייגער.....
קענסט שיקען א גריס פאר אלע ווילי סאטמערע וכו' ווי דו רופסט זיי.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 3:25 pm
דורך איך אויך
אוקעי אוקעי עמיר זיך ביידע בארוהיגן און בעק טו ר' יואל ראטה.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 3:40 pm
דורך yisroelotd
ער איז אזוהן פון ר' משה רוטה, ר' יחזקאל זוהן, און א איידעם ביי ר' מרדכי אהרן מייזליש, א זוהן פון ר' יוסף משה מייזליש,ווייטצענער רב אין וויליאמסבורג.
דרך אגב, די שטיק צייט וואס ר' יחזקאל האט זיך געשריבען רוטה אנשטאט ראטה איז געווען מכלומרש'ט זיך אפצוטיילען פון יואלי, און זאגן אז ער איז טהור...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 3:41 pm
דורך זר זהב
מיר געפלעט ער בכלל נישט. בלויז מיין פערסאנעל פיהלינג.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:23 pm
דורך רומני
דע וועלט זאגט א בעזעם וואס קערט שמוץ ווערט שמוטציג ........ מען דארף זיין זייער גרויס צי מקרב זיין אין חלילה נישט אליין נתרחק ווערען .......
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 11:54 am
דורך outspoken
הרב יואל ראטה עם האדמו''ר (מהר''א) מ'סאטמאר
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 12:16 pm
דורך קלאר
ווי איז די בילד?