בלאט 3 פון 7
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 2:27 pm
דורך [NAMELESS]
וואס איז פשט "אחים בדרך"
דרך זו מאי היא? דרך גבר בעלמה?
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 3:03 pm
דורך אוהב דעת
brothers on their way to build a new home
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 3:10 pm
דורך [NAMELESS]
אוהב דעת האט געשריבן:brothers on their way to build a new home
טאקע א גוטע נאמען
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 4:31 pm
דורך יתרו
בונעס איירעס האט געשריבן:ווען האט הרבי מסאטמאר נישט געוויסט וואס טוט זיך?? א טאג?? א דאטום?? א יאר?? א מקום?? א פאסירונג??
זיין קאפ האט אים געארבייט 100% ביז די לעצטע רגע, איר האט נארוואס אויסגעזויגען פונעם פינגער א נייעם שפקולאציע, וואס איר האט נאך קיינמאל געהערט פון קיין איינעם!
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 5:54 pm
דורך געפילטע פיש
בית שני האט געשריבן:Change is on the way,
ס'פארמט זיך יעצט א גרופע "אחים בדרך" achimbderech.org
ס'קומט נייע צייטן .....
חזקו ואמצו, איר זאלט האבן אסאך הצלחה, און אפשר וועט דאס צוהעלפן אראפצועמען די סטיגמה פונעם ווארט "גרוש".
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 12:04 am
דורך berlbalaguleh
קופערניקוס האט געשריבן:וואס איז פשט "אחים בדרך"
דרך זו מאי היא? דרך גבר בעלמה?
כאטש ס'איז פאראן מענטשן וואס האבן פיינט "פאנס" מיט א : פינטל. מפיק "פ". איך האב אבער זייער ליב א "פאן" וואס טרעפט אין פינטל.
(ז' פעמים)
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 12:13 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
מען קען צולייגן צום ליסט דעם הייליגן ראדזימינער רבי זצ"ל.
איך האב געליינט און איינע פון די אמאליגע אידישע ביכלעך שיין באשריבן די געשיכטע צווישן ראדזימינער רבי און ראדזימינער רעביצין. עס איז א העכסט אינטערעסאנטע טראגי-קאמישע געשיכטע, ער שרייבט דארט אזוי:
די ראדזימינער רבי האט נישט געהאט קיין קינדער, די דאקטוירים האבן אלע געזאגט אז דער רבי איז דער יעניגער וואס קען נישט האבן קיין קינדער, אבער דער רבי און דער רבי'ס מוטער האבן געווארפן דאס שילד אויפן רעביצין, די רעביצין איז זיך געווען גרייט צו גט'ן, זי האט אבער פארלאנגט פינעף און צוואנציג טויזענט רובל, און דער רבי האט אזא סומע נישט געוואלט געבן.
למעשה ווען דער רבי און די רביצין זענען שוין געווארן קרוב צו זעכציג, האט די רעביצין מסכים געווען צו נעמען א גט. ס'איז געווען א ווייטאג, ווייל די רעבעצין האט שוין פארלוירן געלעגנהייט צו האבן קינדער. וואס ס'איז שייך דעם רבי ער האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון א גאליציאנער גוטן איד, א מיידל. די חתונה איז געפראוועט געווארן מיט גרויס פאמפע. חסידים האבן פאראויסגעזאגט אז זי וועט ווערן מעוברת. פרעמדע חסידים, דער עיקר די גערער, האבן געטריבן ליצנות.
נאך א פאר חדשים הערט מען אז די נייע ראדזימינער רעבעצין טראגט, אין די ראדזימינער שטיבלעך איז געווארן ששון ושמחה. פון אלע ראדזימינער מופתים איז דאס געווען די גרעסטע מופת. און די גערער שטיבלעך איז מען ארום געגאנגען אן א קאפ. חושד זיין די טאכטער פון א גאליציאנער רבי אז זי האט חלילה געזינדיגט, האבן אפילו גי גערע חסידים נישט געקענט.
ווידער זענען אריבער א פאר חדשים, מיט אמאל האט זיך פארשפרייט א ידיעה, וואס האט ארויסגערופן גרויס שמחה ביי די גערער. און א ביטערע טרויער ביי די ראדזימינער חסידים. ס'האט זיך ארויסגעוויזן אז די פרישע רעביצין האט אפגענארט דעם רבין. זי האט זיך געלייגט א קישן אונטערן קלייד, זי זאל אויסזעהן טראגעדיק. זי האט דאס געטאהן ווייל דער רבי האט איר צוגעזאגט אז ווען זי וועט ווערן מעוברת וועט ער אפשרייבן אויף איר נאמען א הויז. דער רבי האט זיך געלאזט אפנארן אפגעשריבן אויף די ווייב'ס נאמען א הויז, און דעמאלטס האט יענע אפיר גענומען דאס קישעלע פון אונטערן קלייד און עס איז געווארן אויס מופת.
ער שרייבט דארט אז די מעשה קלינגט ווי א משכילישע קאמעדיע, אבער זי איז צום באדויערן דעם ריינעם אמת. מ'האט געווארט אז דער רבי וועט אפגטן דאס ווייבל, וואס האט ביי עם אויסגענארט א הויז, אבער דער רבי הט זיך געמאכט א חשבון אז דאס הויז איז שוין מילא אירס זאל ער איר צום ווייניגסטן האבן אין הויף, צו וואס זאל ער איר גטן, זי זאל גיין חתונה האבן מיט א צווייטן ? ער האט זיך אפגעווישט די נאז אין געמאכט א שתיקה.
ענטפער צו קופערניקוס
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 10:53 pm
דורך berlbalaguleh
איבער דעם זיווג שני און התגרשות הראשונה פון כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א האב איך עפעס צו זאגן. נאר ס'פאסט ענדערש אין צימעס אדער גאר אין מאחורי. ועוד חזון למועד בעז"ה.
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 10:57 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:איבער דעם זיווג שני און התגרשות הראשונה פון כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א האב איך עפעס צו זאגן. נאר ס'פאסט ענדערש אין צימעס אדער גאר אין מאחורי. ועוד חזון למועד בעז"ה.
האסט וואס צו זאגן, זאג, אבער סטראשע נישט!
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 11:11 pm
דורך berlbalaguleh
קופערניקוס האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:איבער דעם זיווג שני און התגרשות הראשונה פון כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א האב איך עפעס צו זאגן. נאר ס'פאסט ענדערש אין צימעס אדער גאר אין מאחורי. ועוד חזון למועד בעז"ה.
האסט וואס צו זאגן, זאג, אבער סטראשע נישט!
איך סטראשע נישט. נאר כ'האב מורא פון די פייערלעשער און טריפה'נע פיצא סטארס אום פרייטיג צונאכטס.
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 11:18 pm
דורך ודי למבין
קופערניקוס האט געשריבן:
אלזא, איך ווארף דא ארויס פון ארבעל:
בעל קדושת יום טוב
רבי ברוך בער מקאמעניץ
רבי אהרן מבעלזא
רבי יודעלע דזשיקובער
רבי אהרן מבעלזא, איז דאס נישט א ט"ס?
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 11:20 pm
דורך איחוד פעלד
נישט פארגעסען רב פרידלאנדער דער רב פין מיימאנידיס.
האט מען דא דערמאנט רב מנשה הקטן?
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 11:23 pm
דורך איחוד פעלד
איך דערמאן מיך אויך ר' צדוק הכהן פין לובלין,
דער מעשה מיט אים איז געוועהן ער האט געזעהן זיין ווייב נעמען געלט פין א גוי מיד ליד (עפעס אזוי), האט ער איר געוואלט גט'ן און זי האט נישט געוואלט קיין גט, איז ער ארום געפארען נעמען א היתר מאה רבנים, איז ער געווארען א חסיד אין קאצק, און די רעשט איז היסטארי.
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 5:56 pm
דורך ר' שמחה
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:מען קען צולייגן צום ליסט דעם הייליגן ראדזימינער רבי זצ"ל.
איך האב געליינט און איינע פון די אמאליגע אידישע ביכלעך שיין באשריבן די געשיכטע צווישן ראדזימינער רבי און ראדזימינער רעביצין. עס איז א העכסט אינטערעסאנטע טראגי-קאמישע געשיכטע, ער שרייבט דארט אזוי:
די ראדזימינער רבי האט נישט געהאט קיין קינדער, די דאקטוירים האבן אלע געזאגט אז דער רבי איז דער יעניגער וואס קען נישט האבן קיין קינדער, אבער דער רבי און דער רבי'ס מוטער האבן געווארפן דאס שילד אויפן רעביצין, די רעביצין איז זיך געווען גרייט צו גט'ן, זי האט אבער פארלאנגט פינעף און צוואנציג טויזענט רובל, און דער רבי האט אזא סומע נישט געוואלט געבן.
למעשה ווען דער רבי און די רביצין זענען שוין געווארן קרוב צו זעכציג, האט די רעביצין מסכים געווען צו נעמען א גט. ס'איז געווען א ווייטאג, ווייל די רעבעצין האט שוין פארלוירן געלעגנהייט צו האבן קינדער. וואס ס'איז שייך דעם רבי ער האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון א גאליציאנער גוטן איד, א מיידל. די חתונה איז געפראוועט געווארן מיט גרויס פאמפע. חסידים האבן פאראויסגעזאגט אז זי וועט ווערן מעוברת. פרעמדע חסידים, דער עיקר די גערער, האבן געטריבן ליצנות.
לכארוה איז די רעדע פון רבי אהרן מנחם מענדל מראדזימין, געבליבן פון אים עטליכע ספרים וועלכע מען האט איבערגעדרוקט בערך א צענדליג יאר צוריק אין צוויי בענדער.
זיין צווייטע רביצין איז געווען א טאכטער פון הרה"ק ר' יעקב משה מקאמארנא.
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 6:09 pm
דורך ר' שמחה
אויב דערמאנט מען שוין יא לעבעדיגע, קען מען אויך צולייגן רבי יצחק אייזיק שנעעבאלג מזידיטשויב-באר שבע, ב"פ-דעהיל.
---
זענען אפגעלאזטע שידוכים אויך נכלל אין דעם אשכול ?
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 6:42 pm
דורך קאווע טרינקער
דו לייגסט אים צו צו "גדולי ישראל" אדער צו "נתגרשו"?
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 7:12 pm
דורך ר' שמחה
גירש שלש פעמים.
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 11:19 pm
דורך איחוד פעלד
ר' שמחה האט געשריבן:בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:מען קען צולייגן צום ליסט דעם הייליגן ראדזימינער רבי זצ"ל.
איך האב געליינט און איינע פון די אמאליגע אידישע ביכלעך שיין באשריבן די געשיכטע צווישן ראדזימינער רבי און ראדזימינער רעביצין. עס איז א העכסט אינטערעסאנטע טראגי-קאמישע געשיכטע, ער שרייבט דארט אזוי:
די ראדזימינער רבי האט נישט געהאט קיין קינדער, די דאקטוירים האבן אלע געזאגט אז דער רבי איז דער יעניגער וואס קען נישט האבן קיין קינדער, אבער דער רבי און דער רבי'ס מוטער האבן געווארפן דאס שילד אויפן רעביצין, די רעביצין איז זיך געווען גרייט צו גט'ן, זי האט אבער פארלאנגט פינעף און צוואנציג טויזענט רובל, און דער רבי האט אזא סומע נישט געוואלט געבן.
למעשה ווען דער רבי און די רביצין זענען שוין געווארן קרוב צו זעכציג, האט די רעביצין מסכים געווען צו נעמען א גט. ס'איז געווען א ווייטאג, ווייל די רעבעצין האט שוין פארלוירן געלעגנהייט צו האבן קינדער. וואס ס'איז שייך דעם רבי ער האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון א גאליציאנער גוטן איד, א מיידל. די חתונה איז געפראוועט געווארן מיט גרויס פאמפע. חסידים האבן פאראויסגעזאגט אז זי וועט ווערן מעוברת. פרעמדע חסידים, דער עיקר די גערער, האבן געטריבן ליצנות.
לכארוה איז די רעדע פון רבי אהרן מנחם מענדל מראדזימין, געבליבן פון אים עטליכע ספרים וועלכע מען האט איבערגעדרוקט בערך א צענדליג יאר צוריק אין צוויי בענדער.
זיין צווייטע רביצין איז געווען א טאכטער פון הרה"ק ר' יעקב משה מקאמארנא.
און ער האט געהאט קינדער אדער נישט?
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 12:00 am
דורך [NAMELESS]
ר' שמחה האט געשריבן:אויב דערמאנט מען שוין יא לעבעדיגע, קען מען אויך צולייגן רבי יצחק אייזיק שנעעבאלג מזידיטשויב-באר שבע, ב"פ-דעהיל.
און אדמו"ר מווערעצקי א"י - דאכצעמער זיין זון - איז אויך געווען גע'גט.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 12:19 am
דורך [NAMELESS]
קופערניקוס האט געשריבן:לאדיך אפ האט געשריבן:ר' יעקב יחיאל וויינבערג איז געווען א גרוש קיינמאל נישט חתונה געהאט א צווייטע מאל
ער האט געהייסן רבי יחיאל יעקב וויינבערג, פון ווארשע און דאן פון מאנטרעי שווייץ. מארק שפירא איז א גרויסער חסיד זיינער.
איינער ווייסט אפשר ביי וועם ער איז געווען אן איידעם? געהערט אז ביי אן איש מפורסם און ער האט זיך גע'גט תיכף נאך שבע ברכות, איינער קען באשטעטיגען?
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:35 am
דורך גנדי
איינער ווייסט ביי וועם ר' שלמה קרלבך ע"ה איז געווען אן איידעם?
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 4:29 am
דורך טעפל
גנדי האט געשריבן:איינער ווייסט ביי וועם ר' שלמה קרלבך ע"ה איז געווען אן איידעם?
ער איז געוועהן געגעט?
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 10:28 pm
דורך עסקן בדברים
ר' שמחה האט געשריבן:זענען אפגעלאזטע שידוכים אויך נכלל אין דעם אשכול ?
פארוואס פרעגסטו?